בלאט 4 פון 6
נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 10:21 pm
דורך שמיטשיק
איך האלט אז בעטן געלט וועט זיין קאנטער פראדאקטיוו, אפאר דאלער פאר די טעכנישע הוצאות ממילא, אבער בעטן געלט פאר די ארבעט וואס ווערט אריינגעלייגט, פאר די צענדליגע שעות פון הארוואניע וואס ליגט אונטער אזא פראיעקט, דאזס לאזט זיך נישט באצאלן מיט געלט, דאס ברויך ווערן געטריבן פון אידעאל, אויב וועט מען בעטן געלט קען דאס איבענעמן די ציל און דאן וועט זיך נישט וועלן אינוועסטירן די שווערע עבודה פאר די נישטיגע פאר גרייצער.
און אז איך שרייב שוין וויל איך באדאנקען אלע וואס האבן געהאט א חלק אין אהערשטעלן די געלונגענע אויסגאבע, בהצלחה
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 1:30 am
דורך שטאפענע קאפעליטש
איז דא למעשה א געשעפט וואס פארקויפט עס? כוויל עס קויפן, נישט אליין פרינטן
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 11:39 am
דורך אבי גערעדט
א הארציגן דאנק פאר די רעדאקציע.
איך האב געאפדעיט צו ווינדאוס 10, און דארט ביים פרינטן האבעך מער נישט די אפציע פון בוקלעט פרינטינג, ווייסט איינער ווי אזוי מ'קען פרינטן בוקלעט אין ווינדאוס 10?
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 11:52 am
דורך פיקאסא
איך האב ווינדאוס 10 און ס'פרינט זיך א מחיה. פאר מער הילף פרעגט דעם גוגעל הדור.
Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 1
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 12:42 pm
דורך יב הלוי סאלאווייטשיק
קען מען האבן booklet printing פין א Ipad ...? אפשר איז פארהאן א app דערפאר...?
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 1:38 pm
דורך חסיד פון ליטא
א מייסטער ווערק!!!
*פראפעציענאלע גראפיקס!
*הערליכע ארטיקלן!
*פראקטיש סייז!
א ריזן יישר כוח פאר הער [tag]פיקאסא[/tag] וחבירו לדבר מצוה [tag]אדנירם[/tag]!
גייט ווייטער אן ביתר שאת וביתר עז והשם יהיה בעזרתכם!
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 1:46 pm
דורך אלטר פ
אבי גערעדט האט געשריבן:א הארציגן דאנק פאר די רעדאקציע.
איך האב געאפדעיט צו ווינדאוס 10, און דארט ביים פרינטן האבעך מער נישט די אפציע פון בוקלעט פרינטינג, ווייסט איינער ווי אזוי מ'קען פרינטן בוקלעט אין ווינדאוס 10?
You need to open it in Adobe
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 1:56 pm
דורך חסיד פון ליטא
יעצט א פראגע צום עולם.
מיין אריגינעלן פלאן איז געווען ארויסצוקומען מיט א וועכנטליכן גליון בת ארבע עמודים מדי שבת בשבתו.
א געמיש פון אלטע ארטיקלן און נייע, מילתא דבדיחותא, נייעס, דברים העומדים על הפרק, אן אפציע פארן גארער וועלט אריינצושיקן ארטיקלן, קריטיק אויף ארטיקלן, קריטיק בריוו צום מערכת (און דערנאך ארויפלייגן דא, און די עולם וועט עס צוזאמען מלבן זיין בדיבוק חברים און דערנאך וועט מען ארויפשטעלן די מענה בטוב טעם... אזא זאך קען אסאך מאל זיין fun...), ווי אויך פארשטייט זיך א מדור פאר תורה, סיי על פרשת השבוע סיי סתם אדורכטוהן אינטערסאנטע ענינים, היסטאריע וכו'.
בקיצור, ווייניגער פארמאל, א גרעסערע אויסוואל פון חומר, און מיט זעכצן עמודים (8.5x 11) א חודש מיט מינימאלע גרעפיקס, וועט עס לכאורה איבערשטייגן די כמות פונעם איצטיגן וועקער.
איך וויל ח"ו נישט קאמפיעטן מיט די וועקער, אויב עפעס וועלן מיר מסתמא ארבעטן צוזאמען, איך וויל פשוט הערן די מיינונג פונעם ציבור אויב עס איז נאך דא פלאץ פאר אזא זאך אדער נישט.
Please let me know in the comments below...
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 2:05 pm
דורך טאמבל סאס
אנפריקען בעליוועבל. צוויי אידן, דריי דעות.
Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 1
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 2:11 pm
דורך פיקאסא
חסיד פון ליטא האט געשריבן:יעצט א פראגע צום עולם.
מיין אריגינעלן פלאן איז געווען ארויסצוקומען מיט א וועכנטליכן גליון בת ארבע עמודים מדי שבת בשבתו.
א געמיש פון אלטע ארטיקלן און נייע, מילתא דבדיחותא, נייעס, דברים העומדים על הפרק, אן אפציע פארן גארער וועלט אריינצושיקן ארטיקלן, קריטיק אויף ארטיקלן, קריטיק בריוו צום מערכת (און דערנאך ארויפלייגן דא, און די עולם וועט עס צוזאמען מלבן זיין בדיבוק חברים און דערנאך וועט מען ארויפשטעלן די מענה בטוב טעם... אזא זאך קען אסאך מאל זיין fun...), ווי אויך פארשטייט זיך א מדור פאר תורה, סיי על פרשת השבוע סיי סתם אדורכטוהן אינטערסאנטע ענינים, היסטאריע וכו'.
בקיצור, ווייניגער פארמאל, א גרעסערע אויסוואל פון חומר, און מיט זעכצן עמודים (8.5x 11) א חודש מיט מינימאלע גרעפיקס, וועט עס לכאורה איבערשטייגן די כמות פונעם איצטיגן וועקער.
איך וויל ח"ו נישט קאמפיעטן מיט די וועקער, אויב עפעס וועלן מיר מסתמא ארבעטן צוזאמען, איך וויל פשוט הערן די מיינונג פונעם ציבור אויב עס איז נאך דא פלאץ פאר אזא זאך אדער נישט.
Please let me know in the comments below...
גוטע איידיע.
עפען פליז א נייער אשכול דערפאר, ס'קען פארמישען דעם עולם.
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 2:22 pm
דורך קלוגע יודל
אבי גערעדט האט געשריבן:א הארציגן דאנק פאר די רעדאקציע.
איך האב געאפדעיט צו ווינדאוס 10, און דארט ביים פרינטן האבעך מער נישט די אפציע פון בוקלעט פרינטינג, ווייסט איינער ווי אזוי מ'קען פרינטן בוקלעט אין ווינדאוס 10?
Install adobe reader
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 2:27 pm
דורך שאולדיספריםפאקער
ווייסט איינער צו מיט די brother tn750 צו ס׳איז שייך צו פרינטן בוקלעט סטייל ?
Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 1
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 2:55 pm
דורך קלוגע יודל
שאולדיספריםפאקער האט געשריבן:ווייסט איינער צו מיט די brother tn750 צו ס׳איז שייך צו פרינטן בוקלעט סטייל ?
Tn is toner, עס איז נישט קיין פרינטער
יעדע פרינטער קען פרינטען בוקלעט סטייל, עס ווענדט זיך אין די סאפטוועיר פון די קאמפיוטער. די שאלה איז נאר אויב עס קען פרינטען דופלעקס, דאס הייסט דאבל סיידעד, אן מען זאל אליינס דארפן אבער דרייען די בלעטער.
Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 1
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 2:56 pm
דורך קלוגע יודל
שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:איז דא למעשה א געשעפט וואס פארקויפט עס? כוויל עס קויפן, נישט אליין פרינטן
קאפי קורנער אין בארא פארק אינדערפרי שטייט א גוי ביים טיש, און ער וועט עס דרוקן פאר דיר, און נישט וויסן אז די ביסט פון די אויפגעקלערטע.
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 5:00 pm
דורך חד גדיא
טאקע נישט קאלירט, אבער זייער שיין אויסגעקומען אין פרינט
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 5:27 pm
דורך נולד מאוחר
אדנירם האט געשריבן:אנווייזונג וויאזוי ארויסצו'פרינטן דעם זשורנאל אלס 'ביכל'/BOOKLET [געשריבן אין ענגליש, צוליב די פילע ענגלישע טערמינען]:[left]Under Page Sizing & Handling, choose Booklet.
Select Auto-Rotate Pages to automatically rotate each page, if you don't have an auto rotate printer, folow the instruction on screen
IMPORTANT: make sure binding is set to RIGHT[/left]
ליינט דא מער דעטאלירט, מיט בילדער.
ארויסגעפרינט, און א דאנק פאר די אנווייזונגען, כ'האב קיינמאל נישט געוויסט וויאזוי צי פרינטן א בוקלוט.
און יעצט טוט מיר וויי פארוואס כהאב נישט געפרינט א צען שטיק פאר שבת ביים ליינען אין שול.
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 5:37 pm
דורך קלוגע יודל
עס איז נאך דא צייט ביזן זמן
Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 1
נשלח: פרייטאג יוני 03, 2016 6:15 pm
דורך גר ותושב
נולד מאוחר האט געשריבן:און יעצט טוט מיר וויי פארוואס כהאב נישט געפרינט א צען שטיק פאר שבת ביים ליינען אין שול.
ווען די האסט שוין אויסגעטיילט די ניינטע קענסטו מיר ברעינגען די צעינטע.
נשלח: זונטאג יוני 05, 2016 12:46 am
דורך [NAMELESS]
רבותי, די אפקלאנג פון 'דער וועקער' איז מעכטיג.
איינער פון גאס - וואס שרייבט נישט אויף ק"ש - האט מיר מודיע געווען, אז אין קומענדיגן זשורנאל פון 'דער וועקער' וויל ער אריינלייגן אן ארטיקל. ביודעי ובמכירי קא אמינא, אז יענער גייט דעליווערן א גוטס...
חברה, ס'איז פיינע נייעס! און אגב, אויב איר הערט פון פרעמדע אז זיי ווילן באשטייערן אן ארטיקל, זאגט זיי אז אזא אפציע איז פארהאנען [געוואנדן אין די חומר וואס ער שרייבט].
נשלח: זונטאג יוני 05, 2016 12:48 am
דורך זבולון
קאן יענער נישט אויפמאכן א ק"ש אקאונט?
נשלח: זונטאג יוני 05, 2016 12:50 am
דורך שלי שלך
איך בעצם האב זייער הנאה געהאט, אבער די רוב צו וועם איך האב גערעדט פארפירט אז עס איז ווייט צו איבערגעטריבן פאר א ערשטע אויסגאבע
Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 1
נשלח: זונטאג יוני 05, 2016 12:54 am
דורך גר ותושב
למעשה בואו חשבון.
וויפיל דאונלאודס איז דא וויפיל יודן האבן דאס געזעין און ווי אזוי איז מען מקיים די יפוצו מעיינתך חוצה?
נשלח: זונטאג יוני 05, 2016 1:02 am
דורך [NAMELESS]
זבולון האט געשריבן:קאן יענער נישט אויפמאכן א ק"ש אקאונט?
יענער האלט נישט דערביי, וטעמו עמו.
שלי שלך האט געשריבן:איך בעצם האב זייער הנאה געהאט, אבער די רוב צו וועם איך האב גערעדט פארפירט אז עס איז ווייט צו איבערגעטריבן פאר א ערשטע אויסגאבע
כ'ווייס נישט צו וועמען דו האסט גערעדט, אבער אזוי צו אזוי: וואס מיינט 'עס איז ווייט צו איבערגעטריבן פאר א ערשטע אויסגאבע'? יעצט מעג מען נאר שרייבן נארישקייטן? יעצט מעג מען נאר שרייבן 'בלאט/איד' סטיל? לדעתי איז דאס אפשר די גרעסטע קאמפלימענט. גלייך אנגעהויבן מיט א קנאק, צום תכלית.
גר ותושב האט געשריבן:למעשה בואו חשבון.
וויפיל דאונלאודס איז דא וויפיל יודן האבן דאס געזעין און ווי אזוי איז מען מקיים די יפוצו מעיינתך חוצה?
מענטשן ווייסן פונעם פה סח וכו', נאכן מאכן א טראסק א לענגערע צייט בעפאר, און נאכדעם וואס ס'איז שוין א שטיקל קביעות אז עפעס גוטס קומט ארויס לכבוד יו"ט. ס'וועט דויערן אביסל צייט, און די נאמען וועט גיין ווייט אין גאס אז דא רעדט מען פון חודש'ליכע גאלד!
חוץ מזה, די מאס דאונלאודס איז נאר אויף ק"ש. אבער אויף טעלעגראם, וואטסעפ, וכו', פארט עס ארום אן א מעגליכקייט נאכצוגיין וויפיל מענטשן האבן עס דאונלאוד'עט.
אבער הלואי טאקע, נעמט איינער אויף זיך די עול פון עס פארשפרייטן אין געוויסע געשעפטן אין אלע אידישע געגענטער.