[justify]
אין קורצן פון פריער: "דער ראדימנער פראצעס" איז א העכסט שפאנענדע געשיכטע וואס ווערט צום ערשטן מאל באשריבן עקסקלוסיוו פאר'ן "וועקער", און ווערט נאכגעפאלגט מיט גרויס דורשט און נייגער.
מיר האבן געשריבן אין די לעצטערע קאפיטלען ווי אזוי א פרוי מיטן נאמען זלאטע רובין איז געקומען פון אמעריקע קיין פוילן אנצוקלאגן א רבי'ן פון פילע חסידים און אנהענגער, אז ער האט צו איר געבוירן א קינד! און דער רבי זאל דערפאר זיך אפ'גט'ן פון זיין יעצטיגער רעבעצין און איר, זלאטע רובין, דערקלערן אלס די ריכטיגע רעבעצין...
נאכ'ן שיקן פילע סטראשע בריוון צום רבי'נס הויז וואו דעם רבינ'ס טעכטער ליינען די טונקעלע בריוון, און נאך פילע שאנטאזשירונגען אויפן ראדימנער רבי'ן וועלכע דראען צו צעברעקלן זיין עקזיסטענץ, הייבן זיך אן די פארהאנדלונגען צווישן די טעכטער און זלאטע רובין.
אפילו נאך די גרויסע 'שווייג צוקערלעך' שטיקער זילבער וואס מען האט איר צוגעטיילט האט זלאטע רובין נאך אלץ געמאנט ווי כאילו מען האלט ביים אנהייב. נאך א שפיצל וואס דעם רבינ'ס מקורבים האבן אויסגעפירט זענען פארגעקומען די ענדגילטיגע פארהאנדלונגען צווישן זלאטע רובין און דעם רבי'ן אליין. דער רבי איז זיך געקומען שלעפן מיט די לעצטע כוחות קיין קראקא צו הערן שאנדפולע אויסברוכן פון א פרוי וואס האלט אים ביים קארג.
נאך א הסכם האט מען זיך פארגליכן אז זלאטע רובין וועט באקומען פינף טויזנט דאלאר ביי דער ענדע פון דריי וואכן. דער לעצטע טאג פון די דריי וואכן, ערב ראש השנה אויפדערנאכט, אנשטאט א שליח זאל אנקומען מיט דאס געלט, זענען אנגעקומען א גרופע פאליציי-אפיצירן, און זלאטע איז געווארן אפגעפירט אין פשעמישלער תפיסה - דעם 27'סטן אין סעפטעמבער 1927, אום סאמע יו"ט ראש השנה, ווי זלאטע שמאכטעט יעצט ביז א ווייטערדיגער מעלדונג פון געריכט.
ווי אזוי האט זיך אנגעהויבן דאס גאנצער געשעפט? לאמיר צוריק רוקן דעם זייגער מיט עטליכע יאר פריער.* * *
דער טאג איז אן איינגענעמער, ס'בלאזט א ווארימע לופטעל אויפן דעק, די רייזנדע קענען נישט אראפנעמען די פארגלאצטע אויגן וואס קוקן זיך איין אינעם ענדלאזן אטלאנטיק צו די מיילן און מיילן בלויע וואסער, בשעת דאס גערודער פונעם מאטאר מישט זיך אויס מיט די רונדעס כוואליעס וואס די שיף לאזט הינטער, זיך שאפנדיג א סארט מעלאדיע אין די אויערן.
ס'איז טיף אינמיטן אפריל 1923. די ראסיליאן שיף רייזט שוין עטליכע וואכן איבערן אטלאנטיק, ווען פון דערווייטנס מערקט זיך א קליין פינטעלע. די רייזנדע האבן געשווינד זיך ארויפגעאיילט אויפן דעק. דער עולם איז געשטאנען צעדריקט ווען דאס פינטעלע פון דערווייטנס ווערט גרעסער און מערקבארער יעדע מינוט, זיך ארויסשיילנדיג ווי פון א געדעכטן נעפל. "יא דאס איז עס!" הערט זיך א געשריי, "דאס איז דער סטעטשו אוו ליבערטי..." די סטאטוע פון פרייהייט.
2696039_10_copy_PNG2_grande.png
אויפגעהייטערטע פאסאזשירן פאכען צום סטעטשו אוו ליבערטי
די רייזענדע האבן אנגעהויבן שאלן פאר פרייד און זיך ארויסגעלאזט אין פריידיגע געזאנגען, ווען יעדע פאר מינוט הערן זיך פרישע אייפערדיגע אויסשרייען פון די פאסאזשירן געמישט מיט טרערן פון גליק. מענטשן זעען שוין די טרוימען פון גאלד-געפלאסטערטע שאסייען קומען צו דער ווירקליכקייט, די גאט-געבענטשטע לאנד פון קאלאמבוס האלט פאר זיי אפען אירע ארעמעס מיטן לייכט-פאקל אין האנט. אך, ווי ריכטיג די הייליגע ווערטער: "וויינט זי מיט שטילע לעפצן... געב מיר דיינע פארמאטערטע, מידע, דיינע ארימע..."
roussillon.jpg
דער ראסיליאן שיף
אויף דער שיף אין א ווינקל זיצט זיך הגאון רבי שמואל שפירא, דער ראדימנער רב, בליקנדיג אין א ספר'ל, און ס'קיצלט אים. טאקע דער רייכער אמעריקע אבער ס'איז דאך טריפה! מיינע זיידעס זענען דאך געווען פייער אנטקעגן דעם אמעריקאנער שמעלץ-טאפ. דער רב פרובירט פריש מעיין זיין אינעם ספר'ל - איבערצוקומען די הורא געשרייען פון די ארומיגע פאסאזשירן - אבער אן ערפאלג.
* * *
ביים ראדימנער רבי'ן אין שטוב מאכט מען שוין די לעצטע הכנות ווען דער טאטע גייט אפרייזן קיין אמעריקע אויף עטליכע חדשים. דער ראדימנער רבי האט נאך געהאט אינדערהיים זיינע דריי אינגסטע טעכטער, און קיין נדן האט ער פאר זיי נישט פארמאגט.
ווי פילע שטעטלישע רבנים, האט רב שפירא באשלאסן צו פארן קיין אמעריקע שאפן דעם נדן פאר זיינע טעכטער. דער רב האט אנגענומען די איינלאדונג פון די ראדימנער לאנדסלייט אין אמעריקע, צו קומען קיין אמעריקע משפיע זיין פון זיין גרויסקייט, און אין איינוועגס וועלן זיי דורכפירן געלט אקציעס און באנקעטן לכבודו איינצוזאמלען דעם נדן.
דער רב האט זיך ווארעם געזעגנט פון זיין קהילה און פון זיין רעבעצין מיט די טעכטער. די טעכטער האבן ארויסבאגלייט זייער גרויסן טאטן פון דערהיים אריין אינעם פיאקער, און באגלייט מיט בענקעדיגע אויגן ביז דער פיאקער איז פארשוואונדן געווארן אינעם חלל אריין. דער רב איז געפארן ביז דער באן-סטאנציע וואו דער באן-צוג האט אפגערייזט צום גרויסן פארט שטאט.
דער רב איז דורך די שיף-מאנשאפט אריבער די מעדיצינישע אונטערזוכונג, דעם פארהער פון די באאמטע, און באקומען דעם נויטיגן סערטיפיקאט אזוי צו קענען זיך איינהאנדלען א רייזע-בילעט מיט דער שיף.
yivovd_27881-1.jpg
פוילישע בירגער פילן אויס די שריפטן צו קענען עמיגרירן פון פוילן.
דער ראדימנער רב האט זיך איינגעהאנדלט א טיקעט פארן ראסיליאן שיף אינעם דריטן קלאס - גערופן דער סטרידזש אפטיילונג. דער ראסיליאן מיט אירע שווערע הונדערטער פאסאזשירן האט בשלום אפגערייזט פונעם האוורע האפן אין פראנקרייך אויפן וועג קיין ניו יארק, איבערלאזנדיג הינטער זיך א שווארצן רויך וואס האט חוצפה'דיג אריין געהאקט צווישן די האנט פאכעריי פון די באגלייטער ביים בארטן צו זייערע באליבטע גליקליכע אויפן שיף.
$T2eC16J,!)cE9s4PsMyMBQgcKE89T!~~60_1.jpeg
די פאסאזשיר ליסטע פון דער ראסיליאן שיף.
נאך עטליכע שטורמישע וואכן אויפן ים, האט די שיף ענדליך דערגרייכט דעם ניו יארקער בארטן שבת פרשת כי תצא, און האט געאנקערט ביי די ניו יארקער האפן. נאך די רייכע ערשטע און פארמעגליכע צווייטע קלאס פאסאזשירן זענען אראפ פון דער שיף זענען די דריטע קלאס פאסאזשירן - דאס מערהייט פון דער שיף - אפגעפארן מיטן פערי צום באקאנטן "אינזל פון האפענונג" עליס איילענד.
דער ציבור האט אנגעהויבן אפשטייגן אין א שורה ווארטנדיג צו קענען דורכגיין דעם פארלאנגטן פראצעדור אויפן אינזל. דער רב איז פארבליבן אויפן שיף ביז נאך שבת נישט וועלנדיג פארשוועכן דעם שבת קודש.
* בילד: די עליס איילענד רעקארד פונעם ראדימנער רבי
דער ראדימנער רב האט באטראטן דעם אמעריקאנער באדן. נאכן באקומען זיין לאנדונגס קארטל מיט א נומער איז דער רב ארויף צום צווייטן שטאק איבערלאזנדיג זיינע באגאזשן אינעם באגאזש צימער. אויפן וועג ארויף צום רעדזשעסטערי האל אויפן צווייטן שטאק איז דער רב אריבער די פארלאנגטע אונטערזוכונג פון די דאקטוירים וועלכע זענען געשטאנען אונטן און אויבן פון די טרעפ גרונטליך אנאליזירנדיג דעם געזונט-צושטאנד פון יעדן באזונדער.
אינעם רעדזשעסטערי האל האט זיך געטון א געפילדער און געדרענגעניש. א געמיש פון ראסן, קולטורן און שפראכן, וויינענדיגע קינדער מיט אנגעצויגענע עלטערן. דאס נערוועזיטעט וואס האט זיך געגאסן אויף די פנימ'ער איז געווען גאר פארשטענדליך, מען ווארט צו ווערן גערופן פאר א קרייץ-פארהער. מיט דעם פארהער זענען די באאמטע מחליט צי מ'ווערט אריינגעלאזט אין די פאראייניגטע שטאטן אדער מ'פארט צוריק פון וואנעט מ'איז געקומען.
ענדליך איז געקומען די רייע פונעם רבי'ן. דער פארהער נעמט טאקע נישט מער ווי צוויי מינוט אבער די צוויי מינוט איז א צוויי מינוטיגער פארהער! דער רבי איז דורך בשלום, און באקומען זיין לאנדונגס קארטל. דער רבי האט געשפרייזט צום פערי האל, און גענומען פון דארט דעם פערי צום ניו יארקער האפן.[/justify]