בלאט 4 פון 18

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 7:54 pm
דורך משה געציל
עוז והדר איז ערשינען מיט א נייע עירובין גמרא (לרגל לומדי הדף על טהרת הקודש), באגלייט מיט 3D בילדער געדריקט צום סוף (דאכט זיך אז זיי האבן גענומען די געדאנק פון א צווייטער מפיץ וואס האט עס שוין ארויסגעגעבן ביים פארגאנגענעם מחזור, קען זיי אז עס איז געווען די מאורות דף היומי דרוק, איך געדענק שוין נישט). ווי אויך האבן זיי געדרוקט די שינון הש"ס (וואס איז געדריקט אין זייער מתיבתא) וואס גייט דורך יעדער דף בקיצור נמרץ, וואס איז א שטארקע הילף פאר די וואס האבן ליב צו חזר'ן בלעטער.

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 9:14 pm
דורך קאווע טרינקער
אז מ'רעדט שוין פון עוז והדר, איז כדאי מוסיף צו זיין, אז זינט זיי האבן זיך אריינגעלייגט איבערצודרוקען ספרדישע ספרים (אנגעהויבן האט זיך דאס מיט ספרי רבינו חיים ן' עטר), זענען זיי יעצט ארויסגעקומען מיט די סעריע פון ספרים מיט די נאמען "מחשוף הלבן", מיט א פירוש פארשטייט זיך.
אה, פארגעסען צו זאגן. דער מחבר איז ר' יעקב אביחצירא, וואס דער רבי האט געזאגט אויף אים... נו, זיי ממשיך.

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 8:19 pm
דורך געפילטע פיש
משה געציל האט געשריבן:עוז והדר איז ערשינען מיט א נייע עירובין גמרא (לרגל לומדי הדף על טהרת הקודש), באגלייט מיט 3D בילדער געדריקט צום סוף (דאכט זיך אז זיי האבן גענומען די געדאנק פון א צווייטער מפיץ וואס האט עס שוין ארויסגעגעבן ביים פארגאנגענעם מחזור, קען זיי אז עס איז געווען די מאורות דף היומי דרוק, איך געדענק שוין נישט). ווי אויך האבן זיי געדרוקט די שינון הש"ס (וואס איז געדריקט אין זייער מתיבתא) וואס גייט דורך יעדער דף בקיצור נמרץ, וואס איז א שטארקע הילף פאר די וואס האבן ליב צו חזר'ן בלעטער.

וואס איז דאס 3D בילדער?

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 8:21 pm
דורך זר זהב

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 8:36 pm
דורך געפילטע פיש
שכויעך זר, איך ווייס 3D פיקטשערס מיינט, אבער אויב עוז והדר לייגט אריין אזעלכע בילדער וואלטן זיי געדארפט מיטגעבן פאלערייזד ברילן, און איך גלייב נישט אז דאס קומט מיט מיט די גמרות.

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 8:53 pm
דורך זר זהב
אה.. כאנישט געכאפט. איך ווייס נאך יעצט נישט וואס 3D מיינט

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 8:56 pm
דורך איך אויך
Three Dollars.

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 11:40 pm
דורך געפילטע פיש
viewtopic.php?p=96360#p96360

עי"ש ותמצא נחת.

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 1:20 am
דורך גנדי
3D מיט ברילן איז זייער א גוטע געדאנק.

מען דארף ארויס געבן אזא חומש פאר די קינדער, זיי זאלן בעסער פארשטיין ווי אזוי עס איז געווען די לייטער פון יעקב אבינו. זיי זאלן קענען זענען בחוש אין 3D וועלכע קיען זענען געווען די זיבן פעטע קיען.

תיבת נח, משכן וכליו, בית המקדש, הר גריזים הר עיבל, לפני פי החירות.

מען קען אויך בעסער מסביר זיין די רש"י פון 'פיתוחי חותם'. אויך ביי א נגע, מראה הנגע אינו עמוק...

ווי אזוי וועט מען ווייזן 'ארון אינו מן המדה'?

וואס נאך קען מען בעסער ארויסברענגן מיט 3D און ברילען?

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 1:55 am
דורך נולד מאוחר
ווער איז די הייליגע נזיר?

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 2:27 am
דורך ונבנתה העיר

אחישנה

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 9:30 am
דורך קאווע טרינקער
ספר חדש

נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 1:31 pm
דורך [NAMELESS]
מה טיבו?

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 1:03 pm
דורך לעיקוואד
יידל האט געשריבן:לימודים לדעת, הרב שרגא פליישמאן, מאנסי תשע"ג שמ"ו עמודים - $23.00

הרב שרגא פליישמאן, יועץ נפשי און משפיע בעיר התורה מאנסי האט ארויסגעגעבן א ספר מיטן נאמען "לימודים לדעת - עונג הנפש בעבודת ה'". דער ספר איז א סינטעזע פון חסידות, פילאזאפיע און פסיכאלאגיע, און שטעלט אוועק יסודות בהבנת הנפש הישראלית און וויאזוי מ'קען נוצן די הבנה זיך צו פארבעסערן. דער ספר איז צעטיילט אין דריי שערים יעדע שער 5 פרקים. שער ראשון - הכשרת הדעת, וואו עס ווערן ערקלערט די יסודות פון א מענטשן'ס נפש באופן כללי. שער שני - התעלות הדעת וואו הרב פליישמאן קריכט אריין מער בפנימיות אין דעם נפש בכל פרטיה ודקדוקיה און ווי הרב פליישמאן שרייבט אינעם "פתח דבר" איז דער שער "עיקר נקודת החיבור ופנימיותו". שער שלישי - חובת הדעת, וואו עס ווערן ערקלערט וויאזוי די אלע ידיעות און הבנות העלפן ארויס א מענטש למעשה.


דורכגעקוקט דער ספר, איך וויל אביסל מבקר זיין.

דער עיקר יסודישע געדאנק פון דער ספר, דאס אז אלע זאכען פעלן "מציאות", אדער מהות, און נאר דורך א הכרה אין אייבישטער וואס איז דער אמצער שרש פון דער מציאות קען א מענטש אנקומען צו די ריכטיגע מציאות. אנטשולדיג אז איך בין נישט קלאר מסביר דער געדאנק, אפשר אז איר וועט ליינע דער ספר וועט איר פארשטיין. עכ"פ, ארום דער יסוד איז געבויט די גאנצע ספר, און דער מחבר לערנט דאס אריין פשט אין דער אמונה פון בעש"ט אין אחדות הבורא ונה"א וכו'.

ער שטעלט זיך אוועק כאילו ער איז דא מגלה אמעריקע מיט עפעס א נייע וועג אין עבודת ה' וואס וועט קלאר מאכען און מחדש זיין עפעס ריזיגע חידושים, און אויפן וועג האקט ער אויף אלע מינע אנדערע עובדים און פסיכאלאגען און פארגעסט נישט למשל אריינצולייגן אז דער ספר דארף מען נאר בדור הזה וואס איז אזוי מגושם וכו' און אז דורך תורה וכו' ומנהגי ישראל (למשל לבוש, צו וואס ער איז מקדיש א גאנצע הערה ערגעצוואו), ברענגען א מענטש צו דער ריכטיגער מציאות. בקיצור, דער געדאנק איז גאר אלט און מ'רעדט שוין דערפון אין רעליגיע פסיכאלאגיע און פילאסאפיע טויזנטער יארן, פון די מזרח'ישע רעליגיעס ווי בודיזם טאואזים וכו' וואס בויען מער-ווייניגער אלעס ארום דער יסוד, ביז דער עקזיסטענסטלישע פילאסאפיע ביז היינטיגע פסיכאלאגיע, אלעס רעדט ארום דער געדאנק מכל מיני צדדים, דווקא אין יידושקייט קען איך נישט א קלארע מקור אויף דעק נוסח הגם מ'קען עס פארשטייט זיך אריינלערנען אין חסידות וכו'. בקיצור ער אנטפלעקט גארנישט, סך הכל איז ער זיך ממציא א נייע שפראך וואס איז נישט דאס און נישט דאס, איז ממציא נייע ווערטער וואס עקזיסטירען נישט, ווי למשל "מציאותיות", "חיותיות", וכו'. וואס דאס אלס מאכט נאר שווערער צו וויסן וואס ער וויל. איך אליין פארשטיי פון וואס ער רעדט נאר ווייל איך קען דער מושג פון אנדערע פלעצער איך בין שטארק מסופק צו איך וואלט עס פארשטאנען ווען ער איז עס די ערשטע מגלה צו מיר.

כאמור איז דער גאנצער מושג האט קנאפע שייכות מיט יידושקייט, עכ"פ מיט שמירת התורה והמצוות. דער מחבר שרייבט אלעס אז דורך תורה ומצוות "ומנהגי ישראל" ווערט א מענטש מקושר מיט די אמתע מציאות וכו', אבער איז נישט מסביר אדער מוכיח קיין כי הוא זה וויאזוי דאס דארף צו געשעהן. פארשטייט זיך עס פארגעסט נישט צו שרייבן אז דאס איז אלץ נאר שייך ביי יודן וואס האבן א נה"א וכו' א גוי שפירט גוט שער מציאות בעולם הזה וכו'. וואס דאס אלץ איז דברים בלי כל כיסוי ואמת. דער נקודה פון וואס ער רעדט ווייס איך נישט וויאזוי תומ"צ העלפן דערצו, אפשר התבוננות התבודדות מדיטציה העלט א מענטש, אבער אנטון חסידישע גאטשעס האט מיט דעם זיכער גארנישט. און עס זענען דא פונקט אזויפיל גויים וואס קאכן זיך אין דעם אזויווי עס זענען דא יודן וואס אינטרעסירן זיך בכלל נישט דערין און עס פעלט זיי גארנישט אויס.

בקיצור, חוץ ממציא זיין א נייע שפראך געבויט בדרך דרוש אויף פארשידענע חסיד'ישע און קבלה'דיגע מושגים, און דאס מציג זיין כאילו עס איז עפעס אן אויפרייס, איז נישטא אין דער ספר קיין שום בשורה און אוודאי נישט קיין שום הילף. ווער עס וויל זיך באקענען מיט די נושאים זאל לערנען די וואס טוען אין דעם ערנסט, ווי למשל וואס איך האב פריער אויסגערעכנט. (אפשר האט דער מחבר אזוי געטון, עס איז אבער ניכר אז דער גאנצער מהלך איז נישט אויסגעבויט מיט א ברייטקייט און קלארקייט פון די מקורות און יסודות נאר ענדערש, אזויווי אסאך היימישע זאכן, איז דער פועל יוצא פון איין בעל כשרון ובעל דעת וואס די מקורות זיינע זענען זייער שמאל און ממילא טראכט ער אז ער פארשטייט אלעס און האט די פתרון אויף אלע פראבלעמען פון די וועלט, אן האבן מער א ברייטערע מבוסס'דיגע קוק אויף די נושאים).

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 6:33 pm
דורך יאיר
מען דארף אהעררופן אונזערע פראפעסיאנעלע פאנענטעאיסטן, נשמה יתירה און לולקע ציבעך, צו זאגן זייער מיינונג אויפ'ן ספר.

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 7:00 pm
דורך מאראנצןזאפט
וואס ער שרייבט ווייס איך נישט, אזויפיל האב איך געזען אז ס'האט א שיינע דעקל.
איך ווייס אבער אז ער העלפט אסאך בחורים ארויסקריכן פון פראבלעמען, ורבים נהנים ממנו עצה ותושי'.

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 7:06 pm
דורך יידל
יא, מאראנצןזאפט איז גערעכט. די געפ (מלשון gap) צווישן זיינע עצות בע"פ און די מחשבות וואס ווערן דערמאנט אין ספר איז גאנץ גרויס.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 4:27 pm
דורך שמעקעדיג
איך לייען מיט דורשט דעם אשכול, כאטש עס קומט מיר נישט אויס צו לערנען צופיל, ליידער נוץ איך אויס די צייט מער פאר קאווע שטיבל און אנדערע לייען מאטעריאל (נאך א מזל די צייטונגען האבן תורה'לעך... כאטשיג דאס!)

אבער ווען איך גיי אריין אין ספרים געשעפט, ווי איך האב טאקע די וואך געטון כדי איינצוקויפן עטליכע חפצים וספרים לכבוד פסח הבעל"ט, ווער איך פארלוירן, הערליכע ספרים, איינס שענער פון צווייטן, מי יתן והיה איך זאל האבן לכה"פ א וואך צייט און אפזיצן דארט, און אדורכלערנען און אדורכלייענען די הערליכע ספרים איינס שענער פון צווייטן... אדער נאך בעסער? כ'האב געלט, כ'קויף זיי אלע, און ברענג זיי אריין אין מיין הערליך דעקארירטע ספרים שטוב וועלכע האט פון האלץ-אויסגעשניצטע ספרים שאפעס, און מיט א באקוועמען בענקל זעץ איך מיר אראפ, מען ווערט פארזינקען אין שיינע טיפע ענינים, מען פארגעסט פון אלע דאגות און איבלען פון עוה"ז, מען שפירט באשיינפערליך דעם עולמך תראה בחייך... (אריין אין פאנטאזיע אשכול).

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 7:49 pm
דורך חד גדיא

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 9:10 pm
דורך קאווע טרינקער
שמעקעדיג האט געשריבן:כ'האב געלט, כ'קויף זיי אלע, און ברענג זיי אריין אין מיין הערליך דעקארירטע ספרים שטוב וועלכע האט פון האלץ-אויסגעשניצטע ספרים שאפעס, און מיט א באקוועמען בענקל זעץ איך מיר אראפ, מען ווערט פארזינקען אין שיינע טיפע ענינים, מען פארגעסט פון אלע דאגות און איבלען פון עוה"ז, מען שפירט באשיינפערליך דעם עולמך תראה בחייך... (אריין אין פאנטאזיע אשכול).

ר' שמעקי... איך זעה דו האסט אויפגעגעבן דיינע פאנטאזיע פון האבן קאונטער-העד-לייטס... און ביסט מקנא מיינע פאנטאזיע'ס...

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 10:18 pm
דורך קאווע טרינקער
יעצט ביי מעריב זעה איך אז דער בית המדרש האט איינגעקויפט לכבוד פסח נייע חמשה-חומשי-תורה'ס.

ס'האט אן הסכמה פון בית דין צדק - קרלסבורג.
פארוואס דארף א חומש אן הסכמה? הערט.
דער מדפיס האט צוגעלייגט די קריאת ד' פרשיות, נאך יעדע סדרה וואס ס'קען דאן חל זיין אין די קומענדיגע 100 יאהר.
די בעלי מסכימים ברענגן ארויס לשבח די געוואלדיגע אויפטו אז מ'דארף מער נישט מישן "הנה והנה".
טאקע מורא'דיג.
אבער א שורה שפעטער, שרייבט די בית דין בכובד ראש, אז דער מדפיס האט אויף צוגעלייגט די "לשם יחוד'ס" וואס "מ'זאגט" (???) איידער די קריאה פון ד' פרשיות. what the בעילה.
אבער רבוווונננווווו של עוללללם!! טאטע אין הימל העלף!!
די פיר יהי רצון'ס זענען געדרוקט אנהייב ספר, נאך פאר בראשית. קומט דאך אויס אז מ'דארף סייוויי מישן "הנה", צום סאמע אנהייב ספר, נו, אז מ'איז שוין דארט, ביים "הנה", פארוואס נישט דרוקען דארט אלע ד' פרשיות.??
ארטסקרול איז אסור, ווייל מ'דארף זיך מיטשען... אבער אויסצונוצען אפאר BITS צו געדענקען אז פרשת שקלים שטייט אין כי תשא, און פרה אין חקת.. וכו', פארדעם דארף זיך א בית דין אויפהאלטן און שרייבן א עטליכע-1000 ווערטער הסכמה?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 11:43 pm
דורך ונבנתה העיר
קאווע טרינקער האט געשריבן: what the בעילה.

אייגענס?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 11:46 pm
דורך זר זהב
ער האט עס אפגעקויפט פון א שווארצן פאסטוך