בלאט 4 פון 4

נשלח: מיטוואך יולי 13, 2016 12:53 pm
דורך געוואלדיג
און איינע פון די צוויי דערמאנען מיין ארטיקל, יעי.

נשלח: מיטוואך יולי 13, 2016 2:46 pm
דורך [NAMELESS]
פאקטיש איז עס שוין דאונלאודעד געווארן איבער טויזנט מאל, אונטער א וואך, נאר אויף ק"ש אליינס!

נאך אפאר טויזנט זענען דאונלאודעד געווארן אויף טעלעגראם און וואטסצעפ.

#דער-וועקער-וועקט.

נשלח: מיטוואך יולי 13, 2016 7:50 pm
דורך פיקאסא
מיר קוקט אויס אז די וועקער #2 איז אנגעקןמען ווייטער ווי די ערשטע וועקער.
די מספר דאונלאודס דא אין שטיבל איז שנעלער אנגעקומן צו טויזענט ווי דאס ערשטע.
אויף issuu איז עס אנגעקומן קיין אמעריקא, ענגלאנד, קאנאדע, איזראעל און שווייץ.

ווי אויך איז אריינגקןמען פיל מער אימעילס פון פרעמדע אידען, מיט דברי חיזוק ועידוד.
ווי אויך אסאך מער בקשות צו דזשוינען אונזער מעילינג ליסט (וואס אונז האבן נאך נישט)

בייגעלייגט איז א פאר פון די בליץ-בריוון וואס זענען אנגעקומען צום מערכת.

נשלח: מיטוואך יולי 13, 2016 7:57 pm
דורך פיקאסא
א יישר כח פאר אלע וואס האבן מחזק געווען מיט שמירן דאס רעדער,און אריינגעשיקט געלט צום פעיפאל אקאונט.
דאס געבט זיכער א שטופ ווייטער צו גיין מיט די עבודת הקודש, בעזהי"ת.

א ברכה מיוחדת לכבוד ההנהלה החשובה הע"י פאר די סכום הגון.

תודה רבה.

ידידכם עוז
פיקאסא

נשלח: מיטוואך יולי 13, 2016 10:27 pm
דורך פרייוויליג
פיקאסא האט געשריבן:מיר קוקט אויס אז די וועקער #2 איז אנגעקןמען ווייטער ווי די ערשטע וועקער.
די מספר דאונלאודס דא אין שטיבל איז שנעלער אנגעקומן צו טויזענט ווי דאס ערשטע.
אויף issuu איז עס אנגעקומן קיין אמעריקא, ענגלאנד, קאנאדע, איזראעל און שווייץ.

ווי אויך איז אריינגקןמען פיל מער אימעילס פון פרעמדע אידען, מיט דברי חיזוק ועידוד.
ווי אויך אסאך מער בקשות צו דזשוינען אונזער מעילינג ליסט (וואס אונז האבן נאך נישט)

בייגעלייגט איז א פאר פון די בליץ-בריוון וואס זענען אנגעקומען צום מערכת.

דאס געבט גלייכצייטיג א געוואלדיגער חיזוק פאר די שרייבער אז זייערע בלוט און שווייס צאלט זיך אויס.

נשלח: דאנערשטאג יולי 14, 2016 11:14 am
דורך א איד
[tag]פיקאסא[/tag] רוהט נישט, די לייענער רעאגירן פארן קומענדיגע וועקער, איז שוין גרייט אריינצוגיין.

Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 2

נשלח: זונטאג יולי 17, 2016 10:14 pm
דורך גר ותושב
כשם שסיימתי וועקער 2 כך אזכה בעזרת השם להתחיל ולסיים.....

רבותי די וועקער האט מיר צוגענומען די שינה בשבת תענוג אבער די טעם און תענוג ליגט מיר נאך אויפן צינג איך האב זייער הנאה געהאט פון אלע ארטיקלעך איך געדעינק נישט די נעמען פון די שרייבער און איך האב עס שוין מזכה געוועין מיין וועקער פאר אנדערע אבער איך וויל אויסדריקן א דאנק פאר אלע שרייבערס פערזעינלעך כל אחד בשמו הטוב יבורך.
איין הערה נאר איך טראכט אז עס וואלט נישט געשאדט ווען מען איז מוסיף נאך פשוטערע ארטיקלעך דהיינו דער וועקער איז גאנץ אן ערנסטער אויסגאבע אבער אביסל צו ערנסט עס פעלט אביסל נייעס מילתא דבדוחתא און חידות ועוד ועוד אפילו עס איז א ערוואקסענע אויסגאבע האט דאך @שש געשריבן איך געדעינק נישט די לשוןאסער עפעס אז עלטערע זענען סך הכל עלטערע קינדער כפי הבנתי וואלט נישט געשאדט ווען מען איז מוסיף מער דבר בעיתו נייעס וכדומה איך האלט עס וואלט גערעדט פאר א ברייטערע עולם.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 5:39 pm
דורך אדונינו
ראש חודש אב תשע״ו וועט זיין א וועקער דעם חודש?? אדער וועלן מיר בלייבן שלאפן??