בלאט 4 פון 4

נשלח: זונטאג יולי 07, 2019 10:55 pm
דורך שבת אחים
זייער ווייטאגליך דאס צו וואטשען... שומרים וואלט זיך פאר דעם אליינס געדארפט פארשפארן...

נאכדעם וואונדערט מען זיך פארוואס סאיז דא לעצטענס אזוי אויפשטייג פון אנטיסעמיטיזם...

https://www.dropbox.com/s/64ffoxuh6ne03 ... 6%20PM.mp4

נשלח: זונטאג יולי 07, 2019 11:26 pm
דורך איסר האטלקי
הייסט אז נישט טראמפ איז שולדיג אין דעם אויפשטייג פון אנטיסעמיטיזם...

נשלח: מאנטאג יולי 08, 2019 5:02 am
דורך שבת אחים
איסר האטלקי האט געשריבן:הייסט אז נישט טראמפ איז שולדיג אין דעם אויפשטייג פון אנטיסעמיטיזם...


טראמפ מיט זיינע מענטשען זענען זיכער שולדיג אין פארשפרייטן HATE צווישן מענטשען. אבער אנטיסעמיטיזים קומט נישט פון איין מקור און וועגן איינצעלע אינצידענטן ס׳איז א געמיש פון אפאר זאכן.

די ערשטע זאך וואלט געדארפט זיין אז אונז זאלן זיך אויפפירן נארמאל און לעבן מיט רעספעקט פאר אנדערע פונקט ווי אונז פארלאנגען פון א יעדען זאל טאלערעיטן אלע אונזערע משוגעתן דארפן אונז דער ״עם הנבחר״ זיך אויפפירן מיט די העכסטע מאס רעספעקט און מענטשליכקייט פאר אנדערע אריינגערעכענט שווארצע פאטריקאנער און אלע אנדערע.

קיינער אין אמעריקע און אין קיין שום פרייע לאנד האט נישט קיין שום רעכט שבעולם צו שלאגן סיי וועמען! אפילו דעם גרעסטן רוצח! אונז מעגן האבן א קאמיונטי-וואטש און אנהאלטן דעם פארברעכער ביז די פאליציי קומט און פארשפארט יענעם. אפילו די פאליציי אליינס האט אויך נישט קיין שום רעכט צו שלאגן, נאר יענעם צו פארשפארן ביז מ׳ברענגט אים צו א געריכט.

שלאגן יענעם און אים בלינד מאכן אויף א אויג און דער יעניגער גייט נאך ארויס פריי מיט די הילף פון די קאמיונטי און באצאלט ניטאמאל די שאדן פאר יענעם? (ווי ווייט איך ווייס) און דאס רופט זיך נאך א אידישע ארגאנעזאציע? האסטו געהערט א מעשה?
אפאר געשוואלענע פארגרעבטע ״טונע בייגל׳ס״ אן קיין טראפ שכל אין זייער מוח פירן א ארגאנעזאציע פון אנהאקן גוים פאר צענדליגער יאהרן לאנג... אלעס אין די ביטערע גלות! טוה מיר א טובה!? זאלן זיי זיך זוכן א צווייטע אקטיוויטי. נישט אויף מיין פיקל דאס איז ריינע התגרות באומות. אונז קענען נישט שרייען ״אנטיסעמיטיזם״ יעדע מאנטיג און דאנערשטיג ווען אונזער אייגענע אידישע קאמיונטי ארגאנעזאציע פירט זיך אויף אזוי אוממענטשליך. אנהאקן א מענטש פאר זיי ווייסן בכלל צי ער איז דער פארברעכער. אפילו זיי ווייסן קלאר טארן זיי אים נישט צורירן און ספעציעל אים נישט שעדיגן!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 5:27 pm
דורך נולד מאוחר
סאיז אפשר צייט ציריק אויפלעבען שומרים, אין ליכט פון דו לעצטיגע אטאקעס אויף פרימע אידן דורך יונגטליכע שווארצע.

נשלח: מוצ"ש פעברואר 01, 2020 9:44 pm
דורך רימון
א גוטע וואך.

נשלח: מוצ"ש פעברואר 01, 2020 9:57 pm
דורך [NAMELESS]
נאך אלץ ביים זעלבען מיינונג ווי ביים עפענען די אשכול?

נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2020 7:32 am
דורך ליב צו וויסן
טענות אויף סאשעל מידיע קעגן שומרים מיינט נישט צופיל, אויף די פאליציי איז דא פיל מער..
די שאלה איז וואס די טענות זענען און צו עס איז דא proof דערויף,

ובכלליות איז זיכער אז די סיסטעם וויאזוי די פאליציי דעפארטמענטס ארבעטן איז א פארפוילטע, זענען בעיקר ביזי מיט פייניגן די מענטשהייט מיט טיקעטס וכו און ווען מען דארף אמאל זייער הילף דויערט עס א יאר מיט א מיטוואך,
ס'וואלט זיכער נישט געשאדט ווען זיי באקומען מער קאמפאטישן.

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2020 8:53 pm
דורך [NAMELESS]
סדא שטארקע טענות אויף שומרים א שטייגער ווי קראופציע וכדומה אדער בלויז אז זיי פארנאכלעסיגען זייער אויפגאבע?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 06, 2020 1:58 pm
דורך בן ישי
אן אריינגיין צו די אלטע טענות אויף שומרים איז געווען גערעכט אדער נישט איז עס שוין היינט זיכער נישט די זעלבע.
די ארגאנזאציע איז אריבער אסאך טויש אין די לעצטע פאר יאר מיט נייע מעמבערס און קארדינעטערס און אסאך געטוישט די וועג וויאזוי זיי ארבעטן. (די טויש איז לכאורה צו פארדאנקען זייער קאפעטישען שמירה, קאמפיטישן איז אייביג גיט פאר די קאסטומערס).

נשלח: דינסטאג אקטאבער 19, 2021 2:13 pm
דורך היכי דמי
שומרים וויליאמסבורג מאכט איצט א טשערעדי קאמפיין, קרוב צו צוויי יאר נאך זייער פריעדיגע סוקסעספולע קאמפיין.

איך וויל פארשטייט צוויי זאכן: איינס, וויאזוי איז שומרים אנגעגאנגען די לעצטע 20 יאר אן קיין שום קאמפיינס. דאכט זיך מיר אז זייער פריעדיגע קאמפיין איז געווען די ערשטע מאל וואס זיי פאנדרעיזן.
צווייטענס, פארוואס דארפן זיי אזויפיל געלט? זיי דארפן כמעט נישט קיין עקוויפמענט, און דאס ביסל וואס זיי דארפן יא, קענען זיי נישט טרעפן קיין ספאנסערס?

שומרים האט אויך א געהעריגע ביזנעס אינקאם פון סעקיוריטי, זיי בעטן געהעריג געלט פאר מסיבות, חתונות, הכנס"ת, וכו.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 20, 2021 4:28 am
דורך berlbalaguleh
היכי דמי: לפי ידיעתי. פאר די פאליס דעפט. דארף מען אויך באצאלן געלט אויב זיי קומען צו א הכנסת ס"ת אדער חתונה אדער לויה...!

ב.ד.וו.: די פאליס צווישן זיך (זיי האבן א באזונדערע שפראך מיט (היימשיע) רמזים און סודות.) ווען זיי רעדן אויף די ראדיא. זיי רופן אן א הכנסת ספר תורה..."א קריסמעס פאראדע"...עפרא לפומייהו...לאל...!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 26, 2021 8:31 am
דורך תרמב
שומרים האט זיך געמישט אין אסאך אינערליכע פאמיליע פאליטיקס, פאר באצאלט, וואס דאס איז א עוון בל יכופר צו שטיין ביי א חתונה און נישט אריינלאזן איינע פון די עלטערן, וכדומה.

אגב איך האב געזעהן א עד אויף סטאטוס פאר די קאמפיין טוען זיי זיך אויף אז זיי טרעפן פארלוירענע קינדער, זעהט אויס אז זיי האבן געטוישט זייער גאנצע ביזנעס מאדעל.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 26, 2021 12:33 pm
דורך היכי דמי
פיין, די געלט איז דא. וואס טוט מען איצט? עפעס פלענער?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 27, 2021 8:29 pm
דורך ליב צו וויסן
היכי דמי האט געשריבן:פיין, די געלט איז דא. וואס טוט מען איצט? עפעס פלענער?


Who cares?... זיי האבן איינעם געצווינגען צו גיבן?

Re: אפשר איז שוין צייט צו שליסן "שומרים"?! (וועקער 2#)

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 8:49 am
דורך מיד ווי א בוים
איך פארשטיי נישט מיט די יעצטיגע דיפאנד די פאליס אין ראבעריס יעדע צווייטע טאג שטעל דיך פאר ווי אינז וואלטן אויסגעקוקט אן די חברה שומרים

Sent from my SM-G973F using Tapatalk