בלאט 4 פון 4

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 15, 2016 8:51 pm
דורך ביבער
די נייעס באריכטעט אין אייוועלט, ליינט די נאכפאלגענדע תגובות דארטן מיט די משלים וואס איז מסביר וואס סייענס איז, איך בעט זייער נישט צו לאכן דאס איז גארנישט פאני, אזוי קוקט מען אויס ווען מען לערנט נישט.

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=6&t=31691

Re: איבעראשונג: כמו-וועלט פלאנעט געפונען ארום נאנטסטער שטערן

נשלח: מאנטאג יולי 10, 2017 2:43 pm
דורך טעכניש
moshav zekeinim האט געשריבן:אויף אומאידענטיפיצירטע ברואים (עיליען) זענען דא וואס טענה׳ן אז זיי קענען זיך געפונען אפילו אויף די לבנה, און אומזוניגע פלאנעטן. אבער די עיקר שאלה וואס אינטרעסירט גי מענטשהייט איז צו עס געפונט זיך א פלאנעט וואו ברואים אזויווי פון אונזער וועלט קענען לעבן.

ניין. די עיקר שאלה איז, צו עס איז דא סיי וואסערע שפירן פון "לייף" אויף אנדערע פלאנעטן.

נשלח: דינסטאג יולי 11, 2017 2:13 am
דורך שבת אחים
געוואלדיג האט געשריבן:
moshav zekeinim האט געשריבן:טאמער רעליגיע האט איבערגעלעבט דארווינען וועט עס שוין אלעס איבערלעבן.


דאס איז געווען די גרינגסטע זאך פאר רעליגיע.



נישט אמת. דעס איז געוועהן די ערגסטע זאך פאר רעליגע. אדרבה זאג וואס איז געוועהן ערגער פאר רעליגע ווי ״עוועאלציע״ און ״סייענס״. אמאל איז ״יעדער איינער״ געוועהן רעליגעז, ניין און נייציג פראצענט האבן געגלייבט אין עפעס א געטשקע, זינט דארווין זענען די נומבערס פון רעליגע צופאלן אויף שטיקער, עד כדאי כך אז רוב מערב אייראפישע (חוץ די נייע איסלאמע אימגראנטן און זייערע קינדער) זענען גענצליך פריי און סעקיולער.

דארווין׳ס איידיע פון עוואלאציע דורך ״נאטירליכע סעלעקעציע״ איז געוועהן די ״גרעסטע רעוועלאציע״ אין סייענס! אין ביאלגיע זיכער...! טויזנטער ביכער בלי גוזמא זענען ארויסגעקומען נאר אויף דארווינס איידיע, קענסטו יעצט זיצן לערנען/ליינען ביכער איבער עוואלאציע און אלעס ארום דעם פאר דיין גאנץ לעבן און דו וועסט לכאורה נאכאלץ נישט קענען אפליינען אלע ביכער פון די סובדזשעקט.


דארווין האט איבערגעדרייט די וועלט במלא מובן המילה, זיין קאנטאריווערסול איידיע איז געבליבן א ״חלק פון היינטיגע סייענס״ וואס ממש יעדער דאקטער, סייענטיסט, ביאלגיסט, זואלגיסט, אינטעלעקטשול נעמט אן אט די ווערסיע אלץ ״מעשה בראשית״!

דארווין׳ס בוך The Origin of Species האט זיך פארקויפט די מערסטע ביכער זייט די וועלט שטייט נאך די קריסטליכע בייבל.

דארווין איז א legend און א ״העלד״ אין די אויגן פון יעדע קלוגע מענטש אויף די וועלט. זיינע ווערק האט געטוישט די סייענטיפישע און מעצדינישע וועלט אויף אייביג, ער איז געוועהן פון די ערשטע צוזעהן די פראסעס פון עוואלאציע.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 3:19 pm
דורך ונבנתה העיר

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 3:52 pm
דורך ברוך שפינוזה
שבת אחים האט געשריבן:דארווין׳ס בוך The Origin of Species האט זיך פארקויפט די מערסטע ביכער זייט די וועלט שטייט נאך די קריסטליכע בייבל.

בבחינת "גם את כל חפץ זה לעומת זה עשה האלהים. טוב לעומת רע".
(וועלכע איז די רע, און וועלכע איז די טוב, לאז איך אפן.)

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:25 pm
דורך שבת אחים
ברוך שפינוזה האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:דארווין׳ס בוך The Origin of Species האט זיך פארקויפט די מערסטע ביכער זייט די וועלט שטייט נאך די קריסטליכע בייבל.

בבחינת "גם את כל חפץ זה לעומת זה עשה האלהים. טוב לעומת רע".
(וועלכע איז די רע, און וועלכע איז די טוב, לאז איך אפן.)


ר׳ איד וויפל איז די שיעור פון דרייען באליס???

אין יעדע אלטע אשכול געסטו אזא מין גרעפס אריין...
אפשר איז צייט צוגיין זוכן א זשאב? וואאס???? איינער האט דא ארבעטס פארמיטלונג נומבער??