בלאט 4 פון 5

נשלח: פרייטאג אוגוסט 07, 2020 8:19 am
דורך אגרות צפון
גוט געזאגט 1976 האט געשריבן:כבין נישט זיכער אז די יום טוב חלק איז געווען וועגן די טענץ פון די מיידלן, די גמרה דאכטזעך האט אנדערע סיבות אויך אסע געווען א יומ-טוב אפשר דאס האט אויך געהאט א יד אינם טוב פונעם יום,בכל אויפן כהאב אלץ געוואלט וויסן וואס איז געווען די אויספיר, וואס די גמרא זאגט דאך אלץ מיינונג אין דעה אויף יעדע זאך וואס ווערט געשמועסט,אין בכלל וויפיל שידוכים זענען למעשה געווארן אויב בכלל, קיין מושג פון שדכן אדער מזווג טרעפן מיר נישט אין די פריערדיגע ספרים איין מאל האב איך געזען די מושג פון שדכן אין תשובות משיב דבר, אפשר בין איך נישט באקאנט מיט די פאקטן, די גמרה רעדט פון א חיוב א טאטע זאל גוט קליידן א טאכטער כדי א בחור זאל איר וועלן זעט אויס אז בימיהם איז דער בחור געווען די אייגענע שדכן , ועוד צריך עיון גדול בכל הנל

די מהרי"ל איז געווען א שדכן. עיין במנהגי מהרי"ל הלכות חנוכה.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 07, 2020 2:50 pm
דורך דוראק
מנחם ציון האט געשריבן:מיין אכשר דרא'דיגע מגיד שיעור, ווען ער האט פארגעלערנט די גמרא האט ער געזאגט אז שטייט נישט אין ערגעץ אז די בחורים זענען געגאנגן קוקן, עס שטייט נאר אז די מיידלעך זענען געגאנגן טאנצן...

שטייט דאָך בפירוש אין גמרא „מי שאין לו אשה נפנה לשם” :?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 07, 2020 3:16 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דוראק האט געשריבן:
מנחם ציון האט געשריבן:מיין אכשר דרא'דיגע מגיד שיעור, ווען ער האט פארגעלערנט די גמרא האט ער געזאגט אז שטייט נישט אין ערגעץ אז די בחורים זענען געגאנגן קוקן, עס שטייט נאר אז די מיידלעך זענען געגאנגן טאנצן...

שטייט דאָך בפירוש אין גמרא „מי שאין לו אשה נפנה לשם” :?

נפנה מיינט ביי דיר קוקן? איך האב מורא אז ביי דער מגיד שיעור, מיינט עס גאר עפעס אנדערש.

נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2020 2:37 pm
דורך כרם זית
=

נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2020 5:28 pm
דורך berlbalaguleh
גוט געזאגט 1976 האט געשריבן:כבין נישט זיכער אז די יום טוב חלק איז געווען וועגן די טענץ פון די מיידלן, די גמרה דאכטזעך האט אנדערע סיבות אויך אסע געווען א יומ-טוב אפשר דאס האט אויך געהאט א יד אינם טוב פונעם יום,בכל אויפן כהאב אלץ געוואלט וויסן וואס איז געווען די אויספיר, וואס די גמרא זאגט דאך אלץ מיינונג אין דעה אויף יעדע זאך וואס ווערט געשמועסט,אין בכלל וויפיל שידוכים זענען למעשה געווארן אויב בכלל, קיין מושג פון שדכן אדער מזווג טרעפן מיר נישט אין די פריערדיגע ספרים איין מאל האב איך געזען די מושג פון שדכן אין תשובות משיב דבר, אפשר בין איך נישט באקאנט מיט די פאקטן, די גמרה רעדט פון א חיוב א טאטע זאל גוט קליידן א טאכטער כדי א בחור זאל איר וועלן זעט אויס אז בימיהם איז דער בחור געווען די אייגענע שדכן , ועוד צריך עיון גדול בכל הנל

מ'דארף נישט גארנישט קיין שום עיון גדול. אמאל איז דאס געוען דער מנהג. און ס'איז שוין די העכסטע צייט אז מ'זאלל עס צוריק איינפיהרן. ווייל דער איצטיגער סיסטעם ארבעט נישט...!

נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2020 11:18 pm
דורך הקטן
מנחם ציון האט געשריבן:מיין אכשר דרא'דיגע מגיד שיעור, ווען ער האט פארגעלערנט די גמרא האט ער געזאגט אז שטייט נישט אין ערגעץ אז די בחורים זענען געגאנגן קוקן, עס שטייט נאר אז די מיידלעך זענען געגאנגן טאנצן...

מיין מגיד שיעור האט אויך געברעגט דערצי א ראי, מען האט זיך פשוט געדארפט בעטן ביין בחור וואו א גזלן "בחור שא נא עיניך"

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2020 10:33 pm
דורך berlbalaguleh
הקטן: ווייל דער ראש ישיבה האט מורא געהאט אז די בחורים וועללן אויספאלגן וואס ס'שטייט אין די גמרא...!

אבער דאס איז נישט געזאגט געווארן פאר היינטיגע צייטן. ווייל היינט, ווען א מיידל זאלל אהיימקומען און פארציילן אז איהר חתן'ס טאטע האט א גרויסן בוטשער סטאר אויף די 16'טע עוועניו, וועט זיין חושך ואפילה ביים רעבינ'ס שטוב. און דער טאטע וועט אפילו סטראשען אז אויב זי לאזט נישט אפ דעם שידוך וועט ער נישט גיין צו די חתונה...!

ומעשה שהיה. א בארימטער רב א גרויסער גאון און מרביץ תורה. אויך א מיוחס, האט גענומען א חתן פאר זיין טאכטער א זון פון א לאנדרימען אויף די איסט סייד. ער האט נישט דערלייגט צום געשעפט. ווייל דער איידעם איז געווען א גרויסער תלמיד חכם און מתמיד. און ירא שמים. און די אייניקלעך זענען אלע תלמידי חכמים...!

שמוציגע פרשה: היימישע בחורים 'טרעפן זיך' מיט מיידלעך!

נשלח: פרייטאג אוגוסט 14, 2020 2:46 am
דורך מיינונגזאגער
משוגעים, איך האב געמיינט אז איך האב אנדעקט אמעריקא, איך האב שוין ווי צו גיין טאנצען ווען איך זיך ווי. ווער איך געוואויר אז די טאנצען פלאץ איז שוין פארמאכט מיט אריבער צוויי טויזענט יאר. ווייסט עטץ נישט אז אכשר דרא ?


Sent from my iPhone using Tapatalk

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 11:35 pm
דורך מה בכך
אדנירם האט געשריבן:.
למעשה איז עס אנגעקומען צו די אויערן פון אפאר חשוב'ע רבנים ודיינים אין שטאט, און די כעס אקעגן די ישיבה שטייגט עד לב השמים. איינע פון די רבנים האט זיך אויסגעדריקט, אז מיט אזא צוגאנג 'אפיציעל מטעם הישיבה', וועט מען נאך איין טאג אפיציעל אויסקלאפן אין ישיבה אז בחורים דארפן הייראטן מיידלעך נאכן פאלן אין 'ליבע', וואס דער טריפה'נער גוי'אישער מושג מיינט אין אנדערע ווערטער - שמוץ בעפארן חתונה, וד"ל. פון איינע פון די גרעסטע רבנים אין שטאט האב איך געהערט נאכזאגן, אז ער פלאנט ארויסצוקומען מיט א שארפע קול קורא קעגן די ישיבה, זאגנדיג אז זייער צוגאנג פאסט ענדערש פאר משכילים וקלי הדעת, און תוצאתיה מי ישורנה.
.

א דאנק ר' אדנירם פאר אריינקומען מיט דעטאלן .איך בין נאר פשוט נייגעריג וועלכע ישיבה דעיס איז געווען ?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2020 12:58 am
דורך החוקר
מה בכך האט געשריבן:א דאנק פאר אריינקומען מיט דעטאלן .איך בין נאר פשוט נייגעריג וועלכע ישיבה דעיס איז געווען ?


אפשר נעמסטו די מיה צו ליינען די גאנצע אשכול, נישט נאר די זאפטיגע רייצנדע שטיקל.

Re: שמוציגע פרשה: היימישע בחורים 'טרעפן זיך' מיט מיידלעך!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2020 2:18 am
דורך פאליטיקאנט
איך מיין ער האט עס געמיינט סארקאסטיש (כ'בין נישט זיכער וויאזוי), ס'קען נישט זיין ער האט עס נישט דורכגעליינט, אמער ער האט ציטירט דעם גאנצן ארטיקל.........

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2020 2:40 am
דורך מה בכך
החוקר האט געשריבן:
מה בכך האט געשריבן:א דאנק ר שש פאר אריינקומען מיט דעטאלן .איך בין נאר פשוט נייגעריג וועלכע ישיבה דעיס איז געווען ?


אפשר נעמסטו די מיה צו ליינען די גאנצע אשכול, נישט נאר די זאפטיגע רייצנדע שטיקל.

איך האב דורךגעליינט די גאנצע אשכול מדאשקע לדאשקע און זעך באלעקט די שנויץ מיט ענקערע הפלא"דיגע ידיעת התורה קען זיין אז ערגעצוואו איז געווען מרומז וועלכע ישיבה סאיז געווען און איך האב עס נישט באמערקט ...סאו וועגן דעם פרעג איך ..

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2020 2:41 am
דורך מה בכך
החוקר האט געשריבן:
מה בכך האט געשריבן:א דאנק ר שש פאר אריינקומען מיט דעטאלן .איך בין נאר פשוט נייגעריג וועלכע ישיבה דעיס איז געווען ?


אפשר נעמסטו די מיה צו ליינען די גאנצע אשכול, נישט נאר די זאפטיגע רייצנדע שטיקל.

רייצנדע איז א אנדערסטעיטמענט...

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2020 1:23 pm
דורך איך אויך
#ישיבהבחוראלערט

נשלח: זונטאג פעברואר 21, 2021 10:47 pm
דורך מילך טראק
גארנישט ראנג צו זיי חתונה מאכן.
אוודאי זאל מען אכטונג געבן זאל נישט פאסירן אבער לאחר המעשה איז דאס וואס מען דארף טוהן. אגב שטייט אויך אזוי אין די תורה ולו תהיה לאשה לא יוכל לשלחה.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 08, 2022 8:39 am
דורך כלבאשבוע
Stay tuned

נשלח: מאנטאג אוגוסט 08, 2022 8:38 pm
דורך berlbalaguleh
פון דעי גמרא האלטן אונז ערליכע אידן נישט. אין די נייע, צענזורירטע גמרות שטייט עס טאקע נישט. מסתמא די ציונים האבן עס אריינגעשמוגלט אין די גמרא.

בשורה טובה. אונזער העיליגע קהילה וחסידות לאדנט דעם עולם צו דעם האלב-יערליכן סיום הש"ס. די אלע אומאיידעלע און נישט וויכטיגע זאכן פאר ערליכע אידן האבן אונזערע געטרייע מוציאים לאור (לחושך) ארויסגענימען. עפ"י פקודת דער העיליגע רעבע שליט"ע. אזוי האטציך דער טאאטע געפיהרט...!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 10, 2022 12:26 am
דורך בן איש חי
1557163754856530000.jpg

נשלח: מיטוואך אוגוסט 10, 2022 12:29 am
דורך Nanach
דאס איז א עכטע צוזאמקום? איך האב געמיינט אז עס איז א ליצנות

נשלח: מיטוואך אוגוסט 10, 2022 12:56 am
דורך מתבודד
די מחאה צעטל איז די זעלבע ליצנות ווי די אנדערע צעטליך

נשלח: מיטוואך אוגוסט 10, 2022 1:06 am
דורך berlbalaguleh
מיינונגזאגער האט געשריבן:משוגעים, איך האב געמיינט אז איך האב אנדעקט אמעריקא, איך האב שוין ווי צו גיין טאנצען ווען איך זיך ווי. ווער איך געוואויר אז די טאנצען פלאץ איז שוין פארמאכט מיט אריבער צוויי טויזענט יאר. ווייסט עטץ נישט אז אכשר דרא?
מיינונגזאגער: (אויב דו לעבסט נאך אויף קאווע שטיבל). ס'ווענדט זיך וואס דיין ציהל איז. וואס דו ווילסט עררייכן מיט דעם טאנצן. אויב דו ווילסט סתם אזוי טאנצן איז נישט קיין פראבלעם. ס'זענען נאך היינט אויך דא גענוג טאנץ זאלן אדער קלאבס. נאר אויב דיין תכלית איז צו טרעפן אן ערליכע, שיינע אידישע כלה, דאמאלס האסטו (און איך און איעדער) א פראבלעם. מיט 2,000 יאר צוריק אין די צייטן פון די גמרא האבן מענטשן (בד"כ) נאך געהאט א גראדן שכל. ס'איז אבער ליידער געווארן אכשר דרא. נאר נישט אויפ'ן ריכטיגן פלאץ. היינטיגע צייטן (ווען די ברעינוואשינג האט זיך אזוי שטארק גובר געווען) פרעגט מען נישט אויב דער איד איז א תלמיד חכם וירא שמים. אויב ער לערנט תורה . נאר מ'פרעגט איין זאך. האט ער א סמארט פאון אדער נישט. אויב ער האט א סמארטפאון (רחמנא ליצלן מהאי דעתא) איז ער א גוי גמור. פסול לעדות. און א שייגעץ. נאר איין זאך האבן אונזערע חשוב'ע רבנים נאכנישט ערקלערט. אויב איינער וואס האט א סמארטפאון איז א גוי לכל דבר. פארוואס קומען זיי נישט ארויס מיט א פסק דין אז מ'טאר נישט נעמען קיין געלט ביי איהם.

Re: שמוציגע פרשה: היימישע בחורים 'טרעפן זיך' מיט מיידלעך!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 10, 2022 3:12 am
דורך פרנס החודש
IMG_0227.png

נשלח: מיטוואך אוגוסט 10, 2022 10:37 pm
דורך קהל'ס נער
פרנס החודש האט געשריבן:
IMG_0227.png
https://www.eventbrite.com/e/nyc-tubav- ... 5311315247

א לינק צי קויפן טיקעטס.
אויב איינער גייט אהין, ביטע לאזט וויסן וויאזוי ס'געוועהן.