בלאט 4 פון 4

Re: מיין געשיכטע: וויאזוי בין איך געווארן א גר

נשלח: מאנטאג יוני 26, 2023 10:05 pm
דורך גאמי
נעגעל וואסער האט געשריבן:קוק וואס ער שרייבט אויף אינסטאגראם:

An embarrassment to Judaism! As I was walking home on this cold evening, yet more protests brought some of Jerusalem's streets to a standstill. I saw something which disgusted me, it almost made me sick. As buses were blocked, elderly residents began filling up the bus stops. With nowhere to sit, and the biting cold getting to them, they had nothing to do but stare into empty streets, with the faint screams of "Nazis" echoing through the streets. Who are the ones most like the Nazis, the police for desiring to get the city moving, or the people who don't care for the wellbeing of the elderly, among other disgusting behaviours? I can't anymore. I'm embarrassed to call myself 'religious', due to the behaviour of these animals.
לינק??

Sent from my SM-G991U1 using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג יולי 20, 2023 12:56 pm
דורך תרמב
קאצקע ציקער האט געשריבן:ערענסט? ער איז אוועק פון יודישקייט? א גר גייט אוועק פון יודישקייט איז א פראסק פאר יודישקייט.
א גר זאל אפלאזן אידישקייט האט א פשוטע סיבה, ער איז פון די סארט מענטשן וואס האבן נישט קיין פראבלעם אפצולאזן אלעס אין טרייען עפעס פריש, ס’איז מיר אלס אינטערסאנט צו לייענען פון גרים וואס לייגן אראפ זייערע געשיכטעס, קודם האט ער פרובירט רעפארם דאן מאדערן ארטאדאקס ביז ער איז אנגעקומען קיין סאטמאר אדער בעלזא, און דארט האט ער איינגעזעהן דעם ריינעם אמת, און אלע לייענערס פרייען זיך.

די מענטש האט שוין געטוישט זיין לעבן זיבן מאל, פארוואס טראכסטו אז דא גייט ער בלייבן? ער קען נאך טוישן נאך פופציג מאל...

Re: מיין געשיכטע: וויאזוי בין איך געווארן א גר

נשלח: דאנערשטאג יולי 20, 2023 1:52 pm
דורך קאצקע ציקער
תרמב האט געשריבן:

אבער א פראסק איז עס !

נשלח: פרייטאג יולי 21, 2023 1:00 am
דורך [NAMELESS]
קאצקע ציקער האט געשריבן:

אבער ב''ה אונז האבן נאך ר' מאיר נתן ווייס מיט אונז קוקט נישט אויס ווי ער וועט גיין אזוי שנעל...

ערענסט גערעדט פארוואס אזי א פראסק ווען א גר גייט צוריק לסורו? כאילו עס איז געווען עפעס א נצחון ווען ער האט זיך מגייר געווען.

Re: מיין געשיכטע: וויאזוי בין איך געווארן א גר

נשלח: פרייטאג יולי 21, 2023 2:47 pm
דורך טמיר
פארשטייסט טאקע נישט?
משל למה"ד, איך האב עפעס א שיטה און מהלך אין ביזנעס, אבער קיינער דערווייל האט נאכנישט געכאפט די גליקן דערפון און קויפט עס נישט פון מיר. ענדליך האט איינער אויסגעהערט די אינטרא "לייוו" ריקארדינג און יא! ער גייט דערפאר און קויפט די גאנצע פעקעדזש סעשען. געפארטיגט, אימפלעמענטעט, נאך א שטיק צייט קומט ער צוריק פאר א ריפאנד. נעה, עס ארבעט ווי טויטע באנקעס. עס טוט דיך נאר וויי וועגן די ריפאנד, אדער ווייל דו זעהסט אז דיין מהלך איז נישט עקסעפטעט פאר א דרויסענדיגער וואס האט עס פרובירט?
די משל איז אפשר נישט די בעסטע. באט האנעסטלי איך זעה נישט פארוואס מ'דארף א משל בכלל

נשלח: פרייטאג יולי 21, 2023 4:03 pm
דורך berlbalaguleh
טמיר : בד"כ ביסטו גערעכט. מ'דארף זיך מאכן א חשבון הנפש פארוואס דער מענטש איז אוועקגעגאנגען. פארוואס האט ער איבערגעלאזט אן אידעאלאגיע אדער דרך החיים וואס ער האט אין אנהייב זייער שטארק געגלוסט צו דעם.

נאר. אזוי ווי איך האב שוין געשריבן פריער. אז דער מענטש איז נישט קיין סטאבילער מענטש. און ער טאנצט פון איין עקסטריעם צום צווייטן. און אלעס אינדערמיט. אויך ביניך מסופק אויב זיין געשיכטע איז בכלל אמת. אזוי ווי ער לייגט עס אראפ...!

Re: מיין געשיכטע: וויאזוי בין איך געווארן א גר

נשלח: פרייטאג יולי 21, 2023 7:02 pm
דורך צוויבל קניפער
berlbalaguleh האט געשריבן:טמיר : בד"כ ביסטו גערעכט. מ'דארף זיך מאכן א חשבון הנפש פארוואס דער מענטש איז אוועקגעגאנגען. פארוואס האט ער איבערגעלאזט אן אידעאלאגיע אדער דרך החיים וואס ער האט אין אנהייב זייער שטארק געגלוסט צו דעם.

נאר. אזוי ווי איך האב שוין געשריבן פריער. אז דער מענטש איז נישט קיין סטאבילער מענטש. און ער טאנצט פון איין עקסטריעם צום צווייטן. און אלעס אינדערמיט. אויך ביניך מסופק אויב זיין געשיכטע איז בכלל אמת. אזוי ווי ער לייגט עס אראפ...!
לעצטע מאל איך האב געלײענט אן ארטיקל וועגן א גר איז מיר איינגעפאלן פונקטליך די קושיא, די זעסט דאך ווי ער שפּרינגט פון קריסטונטום צו עווענעגליזם צו הינדואיזם מיט אַלע אנדערע אינצווישן וואס מאכט דיר טראכטן אז דא בלייבט ער?? און ספּעציעל ווען מען מאכט זיי פֿאר קנאים אויכעט אזויווי איין וואך איז געווען אין די בליק א אינטערוויו מיט א גר וואס האט זיך קודם מגייר געווען ביי א מזרח'יסטישע בי"ד אין פֿלאָרידע אין נאך וואס ער איז געקומען קיין ניו יאָרק האט ער געפונען זיין (19'טע) עכטע ניצוץ נשמה אין סאטמאר אין ער גייט איין טיעף ווי ער האט איינעזען די טומאה פון די ציונים אין ער האט זיך פון פריש מגייר געווען ביי א סאטמארע בי"ד קומט אויס זיין ערשטע מצווה נאכן זיך מגייר זיין 2.0 איז געווען, שנאת ישראל... זעיער שעין....

נשלח: פרייטאג יולי 21, 2023 7:22 pm
דורך [NAMELESS]
טמיר האט געשריבן:פארשטייסט טאקע נישט?
משל למה"ד, איך האב עפעס א שיטה און מהלך אין ביזנעס, אבער קיינער דערווייל האט נאכנישט געכאפט די גליקן דערפון און קויפט עס נישט פון מיר. ענדליך האט איינער אויסגעהערט די אינטרא "לייוו" ריקארדינג און יא! ער גייט דערפאר און קויפט די גאנצע פעקעדזש סעשען. געפארטיגט, אימפלעמענטעט, נאך א שטיק צייט קומט ער צוריק פאר א ריפאנד. נעה, עס ארבעט ווי טויטע באנקעס. עס טוט דיך נאר וויי וועגן די ריפאנד, אדער ווייל דו זעהסט אז דיין מהלך איז נישט עקסעפטעט פאר א דרויסענדיגער וואס האט עס פרובירט?
די משל איז אפשר נישט די בעסטע. באט האנעסטלי איך זעה נישט פארוואס מ'דארף א משל בכלל
קיינער ממש כאפט נישט די גליקן? עס פעלט דען גרים וואס גייען אן? איך ווייס נישט די נומבערס חוץ אז דו ווייסט אז א שטארקע רוב קערט זיך צוריק פאר א ריפאנד עכ''פ פון אונזער יחיד איז קיין ראי' נישט.

נאך א נקודה אידישקייט איז נישט לייכט בכלל נישט בפרט א גר דארף זיך אריינפאסן אין די נייע סביבה איז עס שווערעקייט בתוך שווערעקייט איז בכלל נישט קיין חידוש אז ער פאלט אדורך.

אגב meaningful people האט לעצטענסט געהאט א גר צדק "מאיר ווייס" וואס איז אויפגעוואקסן אין ברוקלין אין די בושוויק געגענט אלס נעלסאן געלערנט אין לאקאלע פובליק סקול ווען ער האט געזוכט צו ארבייטן נאך די סקול שעות צו העלפן זיין מאמע איז ער אנגעקומען צו ארבייטן ביי טשעסנאט סופערמארקעט אזוי ווי עס איז נאנט צו סאטמער שול פלעגט מען עם נוצען צו רעדן צו די ספאנישע חברה דארט ער האט איינמאל מיטגעהאלטן א וואכענדיגע מנחה און דאס האט עם אנגעצינדן זיך צו באקענען מיט אידישקייט ביז ער איז אווענטועל געווארן א חסידישע בחור היינט צו טאגס א בעלזא חסיד נאכן לערנען און זיין ישיבה חתונה געהאט און איז א טאטע פאר 2 מיידליך.

מען רעדט פון איינעם וואס האט געהעריג גענדיגט סקול געווען א גוטע סטודנט ער האט באקומען א אפפער פון פול סקאלערשיפ אף על פי כן האט ער אויסדערוועלט אידישקייט.

עס לוינט אויסצוהערן זיין אינטערוויא אויף מינינגפול פאדקעסט

נשלח: פרייטאג יולי 21, 2023 7:31 pm
דורך שעפטאל
היינט טרעף איך אין קוזאמעל (מעקסיקא) א אידישע מיידל פון א"י מיט א גוישע בּוי פרענד פון אונגארן.
זי קויפט גרעפ דשאוס מיט פלייש לכבוד שבת
ווארטען'דיג אויפן ליין צו קויפן האבן אונז זיך פארשמועסט
ער וויל זיך מגייר זיין וועגן איר!

כ'האב אראפגעשטופט מיינע ברויזענדע געפיהלן!
דו ווייסט דען אין וואס דו לייגסט זיך אריין?!
ווען איך קען ווען ווערען אויס איד...

ביז כ'האב געכאפט ס'גייט זיי נישט אהן די הלכות, ס'סאך הכל א טראדיציע צו חתונה האבן מיט א איד. אבער מ'קען ווייטער טוהן וואס מ'וויל.

אוי ווי גוט צו זיין א איד..

נשלח: פרייטאג יולי 21, 2023 8:11 pm
דורך ברוך שפינוזה
@שעפטאל דערמאנטס מיר פון My Big Fat Greek Wedding :D