בלאט 4 פון 4

נשלח: דאנערשטאג יולי 01, 2021 11:36 pm
דורך אישתישבי
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:אבער מען דארף גלייבן אז עס איז יא דא ווייל עס שטייט אין די תורה.

לויט אונזער הבנה שטייט עס נישט אין די תורה.


ביטע זייט אייך מסביר.

נשלח: פרייטאג יולי 02, 2021 7:08 am
דורך רביה''ק זי''ע

נשלח: מיטוואך אפריל 06, 2022 10:25 pm
דורך מי אני
ר׳ וואלף באסקאוויץ (בן המחצית השקל) אין זיין מאמר אסתר (דרוש ב מאמר ח) זאגט אז דאס וואס הקב״ה האט מקשה געווען לב פרעה איז ל״ד געווען אז הקב״ה האט אים צוגענומען די בחירה. נאר עס איז געווען אז הקב״ה האט אים געגעבן די כח ואימוץ אריבערצוטראגן און סובל זיין די מכות, וואס בלתי זה וואלט ער זיך זיכער געבראכן אלס די צער דערפון (כעין אילמלי נגדוה לחנניה מישאל ועזריה בהכאה שאין לו קצבה בכתובות לג:) - און גאר פארקערט: ווען נישט די אומץ הניתן לו לסבול יסורי המכות וואלט ער דאן גאר געהאט ווייניגער פון א בחירה און געמוזט ארויסשיקן (״וכמו שהגנב והרוצח מודה לפעמים אף בשקר על דבר שמבקשין ממנו שיודה, ומכ״ש שהוא מודה על האמת, כשמענין אותו ביסורין שאינו יכול לסובלן״). משא״כ יעצט וואס הקב״ה האט אים געגעבן די כח ואימוץ דאס אריבערצוטראגן איז ער געבליבן ביים אלטן בחירה. ער זאגט אז אפשר להעמיס זה בדברי הרמב״ם.

Re: ידיעה ובחירה - במשנת רבי מנחם מענדל מוויטעפסק (תורת החסי

נשלח: דאנערשטאג אפריל 07, 2022 3:22 pm
דורך כרם זית
זייער אינטערעסאנט. דער ר' וואלף וואס @מי אני האט זיך לעצטנ'ס גענומען צו זיינע ספרים, איז געווען א יוגנט פריינט מיטן חת''ס.