בלאט 4 פון 11
נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 4:57 pm
דורך איך אויך
אין חב"ד דאקטערינע איז משכיל א הויכע טיטל.
משכיל דארפסט פארשטיין אז דאס איז אוממעגליך צו טוהן ווייל אויב לייגט מען זיך אריין אין די שיטה הקדושה מיט א אפענע נייטראלע קאפ זעהט מען גאנץ שנעל אז עס איז שטותים מיט לאקשען, עס איז נישט פארהאן א פאראגראף אינעם ספר וואס איז נישט פיל מיט זיופים,האלבע קוואטס, פאלשע קוואטס א.א.וו.
נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 5:03 pm
דורך געפילטע פיש
משכיל איז צו שכל וואס מבין איז צו בינה, און ביי אסאך מענטשען ביי וועם משכיל איז א דערנידערונג, איז דעמאקראטיע אויך א דערנידערונג.
נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 5:07 pm
דורך שמעקעדיג
איך אויך האט געשריבן:אויב לייגט מען זיך אריין אין די שיטה הקדושה מיט א אפענע נייטראלע קאפ זעהט מען גאנץ שנעל אז עס איז שטותים מיט לאקשען, עס איז נישט פארהאן א פאראגראף אינעם ספר וואס איז נישט פיל מיט זיופים,האלבע קוואטס, פאלשע קוואטס א.א.וו.
דו רעדסט פונעם ספר ויואל משה?
נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 5:08 pm
דורך איך אויך
יא און אויך על הגאולה. יעצק קענסטו מיר שיסן.
נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 5:11 pm
דורך גאלד
איך אויך האט געשריבן:אויב לייגט מען זיך אריין אין די שיטה הקדושה מיט א אפענע נייטראלע קאפ זעהט מען גאנץ שנעל אז עס איז שטותים מיט לאקשען, עס איז נישט פארהאן א פאראגראף אינעם ספר וואס איז נישט פיל מיט זיופים,האלבע קוואטס, פאלשע קוואטס א.א.וו.
למשל, לכו נא ונוכחה
נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 5:12 pm
דורך זר זהב
און דו ("איך אויך") ביזט דער וואס איז באזארגט אויף משה געציל'ס חוזק מאכן פון בעל שם'ס מעשיות?! LOL

נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 5:16 pm
דורך שמעקעדיג
איך אויך האט געשריבן:יא און אויך על הגאולה. יעצק קענסטו מיר שיסן.
שיסן? מאן דכר שמיה. (אגב, סאטמאר רבי האט זיך "באמת געלאזט שיסן" פאר אידישקייט)
אבער אסאך מאל מיט איין פאראגראף קען מען זעהן די חכמה פון א מענטש.
כ'קען הערן אז דו ביסט נישט מסכים מיט יעדן ווארט וואס ער שרייבט, און נישט יעדע ראי' געפעלט דיר; אבער זיך אויסצודרוקן "עס איז נישט פארהאן א פאראגראף אינעם ספר וואס איז נישט פיל מיט זיופים,האלבע קוואטס, פאלשע קוואטס א.א.וו", אויף א ספר וואס גדולים וטובים זענען ארויס פון התפעלות, מצד ההלכה ומצד הדרוש, און דו האסט אזא עקסטרעמע פארקערטע אפשאצונג, וויל איך נישט זאגן דא, ווייל פערזענליכע אטאקעס זענען פארבאטן אין קאווע שטיבל. אבער נאכברענגען א גמרא וואס שרייבט "מדחציף כולי האי, שמע מינה מ... הוא" האף איך איז ערלויבט.
איך בין אויך "אפען מיינדעד", אבער אלעס האט א גבול. מען רעדט נישט אזוי אויף א רבן של ישראל, א גאון עצום בכל מכמני התורה. און בכלל קוקט נישט אויס אז דו האסט אדורכגעלערנט די ספרים, וועלכע זענען מתוקים מדבש און מאיר העינים.
איך מיש מיר דירעקט נישט אריין אינעם אשכול, איך האב אסאך וואס צוצולייגן, אבער הזמן יוכלו, הנייר יוכל, והם לא יוכלו. ווייניג מענטשן טוען איבערצייגן דעם צווייטן אין די ענינים. בכלל האב איך א מנהג זיך נישט אריינצומישן אין טענות וואט העלפט נישט איבערצייגן קיינעם, נישט דא און נישט אין פאליטיק. אבער זיך אננעמען פאר מיין רבי'ן פיל איך א חוב. יעצט קענסטו מיך שיסן.
נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 5:21 pm
דורך איך אויך
משכיל האט געשריבן:אין מחנה החרדי איז געווען א סעריע פון ארום 50 ארטיקלען ווי ער האט צעקליבען דעם ויואל משה בדרך כבוד, און ווייזט דארט איבער די פילע פראבלעמען וואס איז דא אין דעם ספר, י
אזוי ווי משכיל האט געשריבען, פאר לכו נא ונוכחה דארף מען האבן א ים מיט צייט ווייל ווי געזאגט רעדט מען נישט פון אפאר איינציגע טעותים דא דארט נאר מען רעדט פון א סיסטעמאטישע פעלשונג סיי אין חלק ההיסטוריה און סיי אין חלק הקוואטונג פון פריערדיגע ספרים. די סעריע ארטיקלן איז א גוטע פלאץ אנצוהייבן פאר ווער עס זיכט דעם אמת און ווי דערמאנט איז עס געשריבן בדרך כבוד און נאר לגופם של דברים, עס צונעמט די קוואטס בודק צו זיין צו יענער האט טאקע געמיינט דאס וואס מען לייגט ארויף אויף עם.
ואגב, בשעתו איז געווען א שמועה אז דער מחבר פון די סעריע ארטיקלן איז בעלזר רב שליט"א אבער גראדע איז דער מחבר א ליטווישער אינגערמן פון טעלז-סטון, מפי השמועה זאגט מען אז בעלזר רב האט אויך א חיבור גרייט און בשעת די הייסע צייטן האט מען עם געמוטשט עס ארויסצוגעבן אבער ער האט נישט געוואלט צולייגן אויל צום אש המחלוקת וואס איז געווען גענוג גרויס אן דעם.
נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 5:24 pm
דורך איך אויך
שמעקעדיג טייערער דו ביסט פארכאפט אין די סאטמערער פראוודע פראפאגאנדע אז "אלע" גדולי ישראל בכול הדורות האבן געהאלטן ווי סאטמערער רב'ס זצ"ל שיטה הקדושה, אבער וואס קען מען טוהן אז למען האמת האט "קיינער"נישט געהאלטן אזוי.
איך ווייס נישט פון וועלכע "נייטראלע" גדולים טובים דו רעדסט אבער עז פאר עז איי קנוא יעדער ת"ח וואס איז נישט ברעינוואשט וואס האט דורכגעלערנט דעם ספר געקומן צו דעם מסקנה אז דבריו אין בהם ממש.
נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 5:27 pm
דורך טעפל
איז דא אפשר איינער דא וואס ציעט צי ציונות? ווייל קיין פרייע ציט זיכער נישט צו ציונות זיי ווייסען קוים וואס דאס איז
נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 5:36 pm
דורך גאלד
אפשר קען מען אויפהערן מיט די רעטאריק און זיך צוריק אומקערן צום טעמע, איך ווייס אז ציונית איז זייער פארצווייגט אבער מ'קען זיך נעמען איבער איין געוויסער סניף,
אלנספאל רעדן איבער ארטיקעלן און פערזענליכע מענטשן, איז נישט זיכער נישט אינטערסאנט
נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 5:59 pm
דורך יידל
טעפל, אסאך אידן ציעט ציונות ווייל אלע גדולי ישראל במשך הדורות האבן געהאט א געוואלדיגע חיבת ציון און א בענקעניש נאך ירושלים. כלל ישראל איז פון די עלטסטע פעלקער וואס האבן א נאציאנאל-באזירטע רעליגיע.
נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 6:03 pm
דורך איך אויך
יידל דו רירסט דא אן איינע פון די עלסטע שאלות אין עקזיסטענץ צו אידישקייט איז א רעליגיע אדער נאציאנאליטעט, טאנען ביכער זענן געשריבן געוורען אויף דעם נושא.
נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 6:06 pm
דורך יידל
איך אויך האט געשריבן:יידל דו רירסט דא אן איינע פון די עלסטע שאלות אין עקזיסטענץ צו אידישקייט איז א רעליגיע אדער נאציאנאליטעט, טאנען ביכער זענן געשריבן געוורען אויף דעם נושא.
עס איז אזוי ווי יעדע אלטע רעליגיע. א נאציאנאל באזירטע רעליגיע. יעדע לאנד האט געהאט זייער אפגאט, און יהודה וישראל להבדיל אא"ה האט געהאט די אמונה בה'. וואס דארפן מיר מער ווי אריינקוקן אין די תורה און זען אז כלל ישראל און ארץ ישראל זענען מקושר איינער צום צווייטן! מיט וואס סטראשעט דער רבוש"ע די אידן אויב זיי וועלן זינדיגן? אז ארץ ישראל וועט זיי אויסשפייען! וואספארא סטראשע איז דאס אויב אידן זענען נישט קיין נאציאנאליטעט? בכלל, די מושג פון אפטיילן רעליגיע פון נאציאנאליטעט האט נישט עקזעסטירט בימי התנ"ך.
נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 6:22 pm
דורך משה געציל
זר זהב האט געשריבן:און דו ("איך אויך") ביזט דער וואס איז באזארגט אויף משה געציל'ס חוזק מאכן פון בעל שם'ס מעשיות?! LOL

מה ענין שמיטה אצל הר סיני? ״איך אויך״ האט פארשטאנען אז איך האב פרובירט ח״ו חוזק צומאכען פון בעשה״ק האט ער געטוהן זייער א גלייכע זאך און אויס געדרוקט זיין פראטעסט, אבער צו גיין זאגען אז איינער וואס גלייבט נישט אין די שיטה איז ממש ווי חוזק מאכען פון בעשה״ק? פון ווי נעמסטו אזעלכע שארפע סטעיטמענטס?
נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 6:24 pm
דורך זר זהב
לייען איבער וואס ער שרייבט. ווען ער זאל נאר שרייבן "איך גלייב נישט אין די שיטה", החרשתי
נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 6:25 pm
דורך יידל
ר' יואל כהן האט אויך געשריבן א לענגערע קונטרס אפצופרעגן געוויסע פונקטן אין ויואל משה וואס איז נוגד צו שיטת חב"ד.
נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 6:28 pm
דורך איך אויך
משה געציל, האב נישט קיין טענה צו עם, לויט די סאטמערע פראפאגאנדע ציהט זיך א גלייכע ליניע פון משה רבינו צום בעש"ט (ביז נשתכח תורת הבעש"ט) און פון דארט און ווייטער איז דער תורת משה געפארן גלייך צו רביה"ק זצ"ל. איינער וואס האלט אנדערש איז א כופר בעיקר.
נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 6:28 pm
דורך זר זהב
זר זהב האט געשריבן:לייען איבער וואס ער שרייבט. ווען ער זאל נאר שרייבן "איך גלייב נישט אין די שיטה", החרשתי
נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 6:31 pm
דורך גאלד
אידנטום איז טאקע א דת און א עם,
אבער דאס הייליג לאנד ארץ ישראל איז נישט וואס מאכט דעם איד א איד, ארץ ישראל איז א שכר,
א טייערע מתנה וואס דער אייבישטער גיבט אונז, אויב מיר היטן זיינע מצוות און מיר טוהן תשובה,
לערן גאנץ סדר משנה תורה, פסוק נאך פסוק,
קוק דעם פסוק וואס מיר זאגן פעמיים באהבה:
השמרו לכם פן-יפתה לבבכם...וחרה אף-ה בכם...ואבדתם מהרה מעל הארץ הטבה אשר ה נתן לכם
אויב מיר פירן זיך נישט אויף כהוגן וויל אונז דער אייבישטער נישט זעהן און זיין פאלאץ,
אויף דעם שטייט וואס דער נביא זאגט ביי די לעצטע וואכעדיגע הפטורה, ירמי' ב' ז'
ותבואו ותטמאו את-ארצי, ונחלתי שמתם לתועבה.
און וואס מ'גייט זאגן די וואך שבת חזון: ישעי' א' י"ב
כי תבאו לראות פני מי בקש זאת מידכם רמס חצרי
נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 6:34 pm
דורך געפילטע פיש
גאלד האט געשריבן:און וואס מ'גייט זאגן די וואך שבת חזון: ישעי' א' י"ב
כי תבאו לראות פני מי בקש זאת מידכם רמס חצרי
ולרשע אמר אלוקים, מה לך לספר חקי, היינטיגע צייטען וואס ס'דא אזוי פיל עוברי עבירה וואס לערנען תורה, טאר מען נישט לערנען קיין תורה.
נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 6:37 pm
דורך זר זהב
געפילטע פיש האט געשריבן:גאלד האט געשריבן:און וואס מ'גייט זאגן די וואך שבת חזון: ישעי' א' י"ב
כי תבאו לראות פני מי בקש זאת מידכם רמס חצרי
ולרשע אמר אלוקים, מה לך לספר חקי, היינטיגע צייטען וואס ס'דא אזוי פיל עוברי עבירה וואס לערנען תורה, טאר מען נישט לערנען קיין תורה.
וועגן דעם שטייט טאקע אז מ'זאל האבן א הירהר תשובה פאר'ן לערנען. און ווי אויך קען מען זיך פארלאזן אויפ'ן פסוק פון הלוואי אותי עזבו ותורתי שמורי... המאור שבה יחזירו למוטב. אלנספאל האסטע מיסרעפרעזנטירט "גאלד'ס" וואליד נקודה.
נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 6:39 pm
דורך יידל
גאלד האט געשריבן:אידנטום איז טאקע א דת און א עם,
אבער דאס הייליג לאנד ארץ ישראל איז נישט וואס מאכט דעם איד א איד, ארץ ישראל איז א שכר,
א טייערע מתנה וואס דער אייבישטער גיבט אונז, אויב מיר היטן זיינע מצוות און מיר טוהן תשובה,
לערן גאנץ סדר משנה תורה, פסוק נאך פסוק,
קוק דעם פסוק וואס מיר זאגן פעמיים באהבה:
השמרו לכם פן-יפתה לבבכם...וחרה אף-ה בכם...ואבדתם מהרה מעל הארץ הטבה אשר ה נתן לכם
אויב מיר פירן זיך נישט אויף כהוגן וויל אונז דער אייבישטער נישט זעהן און זיין פאלאץ,
אויף דעם שטייט וואס דער נביא זאגט ביי די לעצטע וואכעדיגע הפטורה, ירמי' ב' ז'
ותבואו ותטמאו את-ארצי, ונחלתי שמתם לתועבה.
און וואס מ'גייט זאגן די וואך שבת חזון: ישעי' א' י"ב
כי תבאו לראות פני מי בקש זאת מידכם רמס חצרי
קיינער זאגט נישט אז ארץ ישראל מאכט דעם איד פאר א איד. אבער ארץ ישראל איז דאס אידיש לאנד. (אזוי ווי נישט א שטריימעל מאכט א מענטש פאר א חסיד, אבער א שטריימעל איז א חסידיש לבוש).
דער רבוש"ע זאגט נישט כי תבואו לראות את פני ווייל ער וויל מיר זאלן נישט קומען נאר ווייל ער וויל מיר זאלן תשובה טון! (ס'איז אזוי ווי ווען א מלמד זאגט פאר א קינד, אז דו ביסט שלעכט גייסטו נישט אויף די טריפ, זאגט די קינד "איך גיי נישט אויפן טריפ!". וועט די מלמד זיין צופרידן?)