בלאט 4 פון 4

נשלח: זונטאג אקטאבער 09, 2016 10:48 pm
דורך [NAMELESS]
רומער'ס אז מייק פענס לאזט איבער די טראמפ טיקעט

Re: טראמפ'ס עקעלדיגע דברי נבלה שאקעלט אויף קאמפיין

נשלח: זונטאג אקטאבער 09, 2016 10:49 pm
דורך נעגעל וואסער
מיינע צוויי ניסלעך; טראמפ'ס מייק איז נאכאמאל געווען צובראכן און געמאכט מאדנע קולות... אבער ער האט זיך גאנץ פיין ארויסגעדרייט, מעינלי מיטן אוועקפירן די שמועס צו אן אנדערע נושא. ווי אויך געמאכט היבש ליצנות פון הילערי דא און דארט. איבער פאליסיס וכדומה האט ער אויך גאנץ גוט געמאלן וואסער, און הילערי איז געווען גאנץ כמעשה אויף די אפענסיוו.

די רעיס קאנטיניוס...

Re: טראמפ'ס עקעלדיגע דברי נבלה שאקעלט אויף קאמפיין

נשלח: זונטאג אקטאבער 09, 2016 10:50 pm
דורך נעגעל וואסער
ביבער האט געשריבן:very nice closing!
that last question broke the ice after the fact

יא יא, אנהייב האבן זיי זיך ניטאמאל געגעבן די הענט..

נשלח: זונטאג אקטאבער 09, 2016 11:04 pm
דורך ליפא
IMG-20161009-WA0355.jpg

נשלח: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 1:10 am
דורך פרייוויליג
#

נשלח: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 2:10 am
דורך ליפא
CuYJm7xWcAAoSnI.jpg

נשלח: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 9:18 am
דורך פרייוויליג
#

נשלח: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 9:41 pm
דורך שמעלקא'לע
וואס טראמפ האט געטון ביים יעצטיגן דעבאטע איז געווען פשוט: אנשטאט צו זיין דער וואס ווערט איבערראשט און ווערט ארויסגענומען פון די כלים, האט ער פשוט באשלאסן אויסצודרייען דעם דאטשיק און צוריקשמייסן פאר קלינטאן עד הסוף. אצינד איז געווארן ונהפוך הוא, ביים ערשטן דעבאטע איז טראמפ געווען דער וואס פארענטפערט זיך יעדע מינוט אויף זיינע מיסברויכן, און אצינד האט אקוראט קלינטאן געטון ביים צווייטן דעבאטע. אבער מיט דעם אלעם איז טראמפ געשפרינגען ווי א קארטאפל אינעם ברענעדיגן טאפ, און זיך געשפירט ווייניגער באקוועם ווי קלינטאן אויפן פלאטפארמע.

Re: טראמפ'ס עקעלדיגע דברי נבלה שאקעלט אויף קאמפיין

נשלח: דינסטאג אקטאבער 11, 2016 8:42 am
דורך טרויבן88
דער טראמפ האט ווייטער געהאלטן די מייק צי נאנט צום מויל און נאז אז מען האט ווייטער עם געהערט אטעמען ווי א טרעילער, ער האט זיך אנגעקויפט א פזמון פון בערני סענדערס וואס איז א גוטע טאקטיק, זי שניידט זייער גוט אויסניצנדיג זיין נישט ארויסגעבן זיין טעקס ריטורן אז ער האט לאוענס פון רוסלאנד און אז ער צאלט נישט קיין טעקס אפילו א פרוטה... וואס איז א מעסיוו מאוו פון איר זייט.

און אנדערע נייעס איז מארק קןבען געווען די וואך אויף ביל מאהר.