בלאט 4 פון 4
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 19, 2016 9:48 pm
דורך moshav zekeinim
אין קול מבשר נישט, אבער איך גלייב אז א ניגון פון אזא באגאבטער פייטן און בדחן ווי רויטע וואנצעס וועט זיכער זיין אינטרעסאנט פאר די קאווע שטיבל מטגלידער
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 19, 2016 10:03 pm
דורך רויטע וואנצעס
ווי אזוי גיבט מען עס דא איבער? לא לא לא לא ליי ליי, יאדאדאדאדיי... האלטס ענק אן שטארק, דא קומט די הויכע פאל, אהא הא היי יי יי יי, ראדא דאדאדיי... נאכאמאל צוזאמען, אהא הא היי יי יי יי, ראדא דאדאדיי...
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 19, 2016 10:17 pm
דורך moshav zekeinim
קאם אן, איך האב געמיינט אז דו מיינסט עס ערנסט.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 19, 2016 11:43 pm
דורך רויטע וואנצעס
כ'האב טאקע ניגונים. אבער נישט שייך דא איבערגעבן און איך האב זיי ניטאמאל רעקאדירט.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 20, 2016 12:17 am
דורך איסר האטלקי
moshav zekeinim האט געשריבן:געווינען ביים קהל האט ואני תפילתי, וואס איז לויט מאיר'ן א בחור אדער יונגערמאנטשיק. און ביי די מבינים, מהר. און ביי מיר מער ווי איינס...
דאכט זיך אז פארקערט. די פאפולעלע שטימען זענען געווען פאר מהר. ביי די עלעקטאראלע מבינים האט ואני געוואונען.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 8:04 pm
דורך moshav zekeinim
דער וואך האט די לעצטע ניגון געווינען ביי די מבינים. ביים עולם מיין איך עפעס אן אני תפילתי.
כאטש וואס משה לאופר איז צעהן מאל מער לעגענדאר ווי מאיר אדלער, און עס איז א כבוד אים צו האבן אויף קול מבשר, איז אבער מאיר אדלער א סך אינטרעסאנטער אלס אנליזירער. לאופר איז עפעס זייער פשוט, ביי אים איז נישטא קיין פלפולים, אז עס איז גוט און עס קען זיך פארקויפן איז גוט, אז נישט נישט, וואס איז דען דא אזויפיל צו רעדן?!
אבער פארט, צו הערן דער גרויסער משה לאופר רעדן איבער נגינה איז אן עקספיריענץ.
דער JJ פריד האט זיך געקלאמערט צו משה לאופר, ווי זיך געשפילט אויף זיין שויס, ער האט זיך כמעט געקושט מיט אים, ליבו גס עימו. און דער שמואלי דער קליינער זיסער מחוצף'ל פון דער זייט האט נישט מורא געהאט צו מורה זיין הלכה בפני רבו און אזוי גלאט געזאגט פארקערט. דאס איז דאך טאקע זיין חן. ער איז שוין בעסט פרענדס מיט "משה", און קלאפט זיך פלייצעס מיט דעם מיטאלאגישן משה'ן וואס וואלט געקענט זיין זיין זיידע, ווי מיט א קרית יואל'ער בחור. "משה דו גייסט זינגען? חחחחח!!! שמואלי ברעכט די קאריערישע שטייפקייט, ער שפאצירט בחצרות מלכים ווי ביים טאטן אין וויינגארטן.
בכלל איז דער פאנל געווען מער א געקלאמרעכטס ארום דעם ב'חן'טן משה לאופר ווי איידער אן אנליז אויף די ניגונים, זיי האבן אים ממש נישט אפגעלאזט, באפאלן ווי דעם פעטער וואס דערציילט מעשיות.
נשלח: זונטאג יאנואר 01, 2017 1:41 pm
דורך moshav zekeinim
מאיר אדלער איז דער וואך געווען גוט און פריש ווי אלעמאל. יוסף משה כהנא איז געווען אביסל צו שארף, טיילמאל אפגע'פסל'ט א ניגון בלי נימוק, אבער ער איז פארט גוט אויף זיין אופן, למשל זיין קריטיג אויף דעם שלום עלכם איז מיר זייער געפאלן. נפתלי משה'ן פארשטיי איך נישט, ער איז דאך פון די וואס האבן לכאורה אויסגעקליבן די ניין ניגונים, נו אודאי האלט ער אז די ניגונים זענען גוט.
בכל אופן, איך האב הנאה געהאט פון די עקסטרעם אנדערע מיינונגען, און אנדערע קוק ווינקלען אויף א ניגון. און ווי גערעכט איז יוסף משה אז די מבינים דער וואך זענען מבינים אויפן דעת הקהל.