בלאט 4 פון 5

נשלח: מיטוואך יאנואר 25, 2017 2:05 pm
דורך פליקער
ווען א טראק פארקויפט עסן ווערט עס א פרעס טראק

ווען א טראק פארקויפט צייטונגען וואס ווערט עס?

גיי ווייס אולי די שמד טראק

איין זאך איז זיכער אויב וועט מען צילאזאן די טרעק, וועלן זיי שוין בלייבן פאר קיפס, אויב נישט צייטונגען וועט מען יעדען שני וחמישי עפעס טרעפן וואס מען וועט פארקויפן, פון דיפס לכבוד שבת ביז גאנצע גראסערי'ס

אגב פילטער טראקס זענען שוין דא!

נשלח: מיטוואך יאנואר 25, 2017 2:45 pm
דורך ירח בן יומו
איש את רעהו האט געשריבן:ווילאנג קענען די טראק'ס אנהאלטן?

זיי קענען זיך באלד צאמשטעלן מיט די שמות טראקס

נשלח: מיטוואך יאנואר 25, 2017 2:47 pm
דורך קאצקע ציקער
יהושע חיים האט געשריבן:
טרויבן88 האט געשריבן:למעשה באדערט מיר צי זעען אז דער שטערן איז אין די מערכה פאר ביליגע צייטונגען. ער האלט שוין ביי 7 , 8, דאללער יעצט האט ער א שיינע פנים? ער האט געהעכערט די פרייזן פון די מאגאזינען מער ווי די גראסעריס ווילן עס יעצט העכערן.

ער זאגט אז ער פארלירט געלט מיט יעדער אויסגאבע און ער האלט עס אן כדי זיך נישט צו בייגן צו טעראר (פון הרב מילך קעסטל וכדו)

ס'איז פונקט פארקערט די מעשה , פארוואס פארלירט ער געלט? ווייל ער האט זיך געבויגן וד"ל

די בעסטע עצה

נשלח: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:02 pm
דורך וועטערבאריכט
איך האלט אז דאס איז נאר א חלק און אן ערשטע שאס אנטקעגען דער בינגא געשעפט . די אי-מעיל אדרעס איז united groceries , זיי וועלען פרובירען מיט צייטונגען און אויב דאס ארבייט וועלען זיי זיך נעמען צו סופלייערס און אנדערע זאכען.אויב דאס איז די קעיס קען איך נישט פארשטיין פארוואס ווען ברעידברי עפענט אויף אדער אנדערע גרעסערע געשעפטען האבען זיך געעפענט האט קיינער נישט געהאט א טענה. אסאך קלענערע גראסעריס האבען פארלוירען ביזנעס. דעמאלטס איז עס געווען too bad. ווען אסאך קליינע גראסערי לאמיר זאגען אויף 18 עווענוי האבען זיך פארמאכט פאר גאלדבערגס האט קיינער גארנישט געזאגט , ווען גאלדבערגס האט אנגעהויבען צו פארקויפען פרוכט אין וועדגעטעבעל און ארויסגעלייגט קליינס פרוכט פון ביזנעס האט קיינער גארנישט געזאגט . פארוואס איז בינגא אנדערשט? איך זעה בפועל אז ברעידבערי האט פארלוירען אסאך קאסטומערס , אבער געיס וואט ער האט צוויי סטארס , אזוי גייט די ביזנעס אין בארא פארק ...its just too bad.
פיינעלי לגבי צו צייטונגען , איך געדענק אלס קינד עס איז געווען די אידישע ליכט , עונג שבת , דער איד , דער דזאאיש פרעס אבער די נייע מאגאזינס מיט אלע שמות הנרדפים האט אריינגעברענגט אסאך לוקסעס , פרעשור צו נאכגיין מאדעס וכו׳ איך האלט אז א יעדער זאל פרובירען א שבת אדער צוויי אהן דעם און מען וועט זעהן אז מען דארף עס נישט און פארפאקט מיט די סופלייערס און גראסעריס לגבי די גאנצע מערכה.

נשלח: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:15 pm
דורך איך אויך
הייליג גערעכט. מבשרי אחזה, איך האב געקויפט אפשר 5 מאל א צייטונג אין די פארגאנגענע 5 יאר.

מיט די געלט פון 3 צייטונגען קען מען היינט קויפן א ספר אדער ביכל פון וואס דו וועסט אסאך מער און לענגער הנאה האבען, וכן אני נוהג.

Re: שטילע מערכה דורך בארא פארקע גראסעריס קעגן צייטונגען

נשלח: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:38 pm
דורך טרויבן88
בכלל ווייס איך נישט וויאזוי די מערכה פון צייטונגען האט צוטון מיט בינגא אבער נניח אז עס איז פארבינדן, די טרענד פון גרויסע גראסעריס שלינגען איין קליינע איז אזאך וואס די גוי'אישע וועלט האט זיך פרובירט צי שלאגן מיט, שאפרייט אין עלענוויל מיט די פארבליבענע געשעפטן ( אויב מען קען עס אזוי אנרופן..) האבן פרובירט לאוסוטס אפצוהאלטן וואל-מארט פון אריינקומען, וכו' נאר יעצט קומט די טרענד אריין צי אונז היימישע, (ווער ווייסט אפשר איז די סמארטפאון אויך שולדיג....)
אבער מיין טראכט איז אז גרויסע געשעפטן זענען גאר גוט פאר די קונים אפשר פארלירן אפאר מענטשן זייער פרנסה וואס איז א גרויסע טרויער אבער די קונים בלייבן מיט מער געלט אין זייערע טאשן! ווי איז די לאגיג אז מען דארף אויסגעבן מער געלט ווייל די גראסערי וואס איז אזוי גרויס ווי טוילעט זאל זיך קענען אויפהאלטן? און אז א פרוכט סטאר וואס בעט טייער אויף פרוכט ווייל ער איז מיסטער מבין אויף פרוכט? און בכלל די הרחבת הדעת פון א ריזיגע געשעפט איז מוראדיג, די לענגערע שעות וואס גרויסע געשעפטן האבן געברענגט איז א ברכה צי מאכן, לעניות דעתי זענען גרויסע געשעפטן א ברכה צי מאכן,

נשלח: מיטוואך יאנואר 25, 2017 4:16 pm
דורך איש את רעהו
אויב איז עס א יוניאן קעגן בינגא
איז עס א שאאד די קאמף, דער ציבור וועט זייער שנעל זיך צאמנעמען און פייטען פאר ביליגערע געשעפטן, אויב יעצט וועט נעמען פאר בינגא 5-6 יאר אריינצוקומען אינעם מארקעט, וועט עס די יוניאן קעגן בינגא העלפן אריינברענגען אין א 2-3 יאר.

נשלח: מיטוואך יאנואר 25, 2017 4:17 pm
דורך וועטערבאריכט
טרויבן88 האט געשריבן:בכלל ווייס איך נישט וויאזוי די מערכה פון צייטונגען האט צוטון מיט בינגא אבער נניח אז עס איז פארבינדן, די טרענד פון גרויסע גראסעריס שלינגען איין קליינע איז אזאך וואס די גוי'אישע וועלט האט זיך פרובירט צי שלאגן מיט, שאפרייט אין עלענוויל מיט די פארבליבענע געשעפטן ( אויב מען קען עס אזוי אנרופן..) האבן פרובירט לאוסוטס אפצוהאלטן וואל-מארט פון אריינקומען, וכו' נאר יעצט קומט די טרענד אריין צי אונז היימישע, (ווער ווייסט אפשר איז די סמארטפאון אויך שולדיג....)
אבער מיין טראכט איז אז גרויסע געשעפטן זענען גאר גוט פאר די קונים אפשר פארלירן אפאר מענטשן זייער פרנסה וואס איז א גרויסע טרויער אבער די קונים בלייבן מיט מער געלט אין זייערע טאשן! ווי איז די לאגיג אז מען דארף אויסגעבן מער געלט ווייל די גראסערי וואס איז אזוי גרויס ווי טוילעט זאל זיך קענען אויפהאלטן? און אז א פרוכט סטאר וואס בעט טייער אויף פרוכט ווייל ער איז מיסטער מבין אויף פרוכט? און בכלל די הרחבת הדעת פון א ריזיגע געשעפט איז מוראדיג, די לענגערע שעות וואס גרויסע געשעפטן האבן געברענגט איז א ברכה צי מאכן, לעניות דעתי זענען גרויסע געשעפטן א ברכה צי מאכן,

נשלח: מיטוואך יאנואר 25, 2017 4:30 pm

עס איז גאנץ קאמפלאצירט נאכצוגיין די עקינאמיקס פון קלענערע סטארס אנקעגען אפאר גרויסע געשעפטען. עס איז אמת אז בכלליות קען מען שפארען געלט אבער מיט דעם אז איהר קויפט ביי דיין לאקאל גראסערי סטארס קענסט דו שטוצען אסאך משפחות און זיי מאכען פרנסה . דא קומט א גרויסע געשעפט און שלינגט איין אסאך קלענערע און איין מענטש אדער ביזנעס ווערט רייך , סאו ער וועט געבען אביסעל צדקה , אבער אויסער דעם ברענגט דאס נישט קיין גוטס. די אידישע סיסטעם איז אנדרעשט ווי די גויעשע , עס איז דא אן ענין פון עייני עירך וכו׳ . אבער ווען אלעס איז סיי ווי סיי קאסאלידעטעט אין אפאר גרויסע פענסי געשעפטען , נא איז וואס איז די ברוגז אויף א איד וואס וויל טאקע ברענגען סעווינגס פאר די המון עם. פאמעגראנעט און ברעידבערי האבען געברענגט אן עקעלדיגער תאוותדיגע רוח אין די גאנצע עסען אינדאסטרי . וועגען דעם פיהל איך נישט שלעכט אויב זיי פולען פרעשור. זיי זענען געקומען צו מאכען א ביזנעס אבער ארויפגעשרויפט פרייזען און טעיסטס פאר פענסי עסענס וואס רוב בארא פארק איינווינערס ברויכען עס נישט. לעומת זה בינגא פארקויפט בעסיק פרודוקטען און רעגעלער עסען אהן די טארעם און פאראדע און זיי סעיווען אסאך געלד פאר די רעגולאר מענטשען , וועגען דעם בין איך א גרויסע חסיד פון בינגא.

נשלח: מיטוואך יאנואר 25, 2017 5:40 pm
דורך טאמבל סאס
איך האב ביז היינט נאר געקויפט דער איד ווייל כ'האב געמיינט אז נאר ער גיבט איבער דעם דבר ה '. יעצט אז איך זעה דאס זיי האבן זיך אלע פאראייניגט. אהה, הייסטעס איז יא סתם א אינדוסטרי, ווייסטו וואס, כ'וועל שלאגן כפרות מיט ס'גאנצע.

Re: שטילע מערכה דורך בארא פארקע גראסעריס קעגן צייטונגען

נשלח: מיטוואך יאנואר 25, 2017 5:58 pm
דורך ביליג
בילדבילד

Re: שטילע מערכה דורך בארא פארקע גראסעריס קעגן צייטונגען

נשלח: מיטוואך יאנואר 25, 2017 6:06 pm
דורך החוקר
ביליג האט געשריבן:בילדבילד

דאס איז שוין נישט קיין יושר, ער נעמט אויף דריי פארקינג פלעצער מיט די טראק פאר די פאר צייטונגען??? ער קען ברענגען א צוזאמלייג טיש מיט א קליינע קאר.

Re: שטילע מערכה דורך בארא פארקע גראסעריס קעגן צייטונגען

נשלח: מיטוואך יאנואר 25, 2017 6:21 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ווי איז קעניג? ער מעג דאך רופען פאליציי, ניין?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: מיטוואך יאנואר 25, 2017 7:26 pm
דורך בן נריהו
מעגליך איז, כ'קלער, דאס לייט - בעסערע - וועלן זיך שעמען צו אנידערשטיין אינמיטן גאס, געמאלט צו זיין ווי אן אוכל בשוק, צו איינהאנדלען א ליין מאטריאל. די גראסערי - פריוואטעוודיג - ערלויבט צו קויפן מיט עהרע, אנע בליקענישן פון עפענטליכע פארבייגייער.

Re: שטילע מערכה דורך בארא פארקע גראסעריס קעגן צייטונגען

נשלח: מיטוואך יאנואר 25, 2017 7:52 pm
דורך מפוזרי
בן נריהו, [THUMBS UP SIGN]"פריוואטעוודיג", א חידוש פון א ווארט.

נשלח: מיטוואך יאנואר 25, 2017 8:16 pm
דורך berlbalaguleh
בן נריהו האט געשריבן:מעגליך איז, כ'קלער, דאס לייט - בעסערע - וועלן זיך שעמען צו אנידערשטיין אינמיטן גאס, געמאלט צו זיין ווי אן אוכל בשוק, צו איינהאנדלען א ליין מאטריאל. די גראסערי - פריוואטעוודיג - ערלויבט צו קויפן מיט עהרע, אנע בליקענישן פון עפענטליכע פארבייגייער.

הערר נריה בען: שאון איינע לאנגע וויילע ניכט געהוירט האבע פאן אויך. ווען דער איינע קלוגע טעלעפאון אויפמאכטע אינמיטן פאן די שטראססע, דעס אייניגע פראסטקייט צייגטע. זאגאר ווען אין איין לעבנסמיטל אונד שפייז געשעפט ער טוט דאס אייגענע איזט אויך איינע נידריגע קלאסס אנצייגע איזט...!

פארדריי דיר דיין קאפ, יא... :lol: :roll: :אומגלויבליך:

Re: שטילע מערכה דורך בארא פארקע גראסעריס קעגן צייטונגען

נשלח: מיטוואך יאנואר 25, 2017 9:31 pm
דורך קלוגע יודל
נעבן שומר שבת.
בילד

Re: שטילע מערכה דורך בארא פארקע גראסעריס קעגן צייטונגען

נשלח: מיטוואך יאנואר 25, 2017 10:21 pm
דורך ביליג
נעבן...

נשלח: מיטוואך יאנואר 25, 2017 10:32 pm
דורך [NAMELESS]
ר' בערל, איך ווייס נישט וואס גייט למעשה געשען נאכ'ן צום העשירי, אבער זאת נחמתי אז אויב ס'וועט זיך אמאל מאכן, און בן נריהו וועט אריינפאלן דא וועסטו שוין נישט שולט זיין אויפ'ן כח המעצור און וועסט עם אריינגעבן א מנה אחת אפיים כדבעי אז ס'זאל זיין צום געדענקן ביז דעם קומענדיגן מאל ער וועט אריינפאלן דא.

Re: שטילע מערכה דורך בארא פארקע גראסעריס קעגן צייטונגען

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 8:08 am
דורך ביליג
ניצחו אראלים/ערלים את המצוקים
די גראסעריס האבן אויסגעפירט... היינט וועט שוין זיין צייטונגען אין אלע ב"פ גראסעריס

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 8:13 am
דורך איש את רעהו
די פרייז פינעם צייטונג גייט ארויף?
אדער די הוצאה וואס די טראקס קאסטן גייט צו די הרווחה פינעם גראסערי

Re: שטילע מערכה דורך בארא פארקע גראסעריס קעגן צייטונגען

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 8:26 am
דורך ביליג
די פראצענט וואס די גראסעריס מאכן אויף יעדע צייטונג גייט זיין מער
איך גלייב אז בקרוב גייען די פרייז פון די צייטונגען ארויפגיין

Re: שטילע מערכה דורך בארא פארקע גראסעריס קעגן צייטונגען

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 9:29 am
דורך קלוגע יודל
דא שטייט אז די צייטונגען האבן געוואונען.
http://www.theyeshivaworld.com/news/hea ... ended.html