בלאט 4 פון 7
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 8:40 pm
דורך moshav zekeinim
.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 8:45 pm
דורך [NAMELESS]
סמבטיון האט געשריבן:איך ווייס נישט פינקליך צו וועם ליפא צילט מיט זיינע טיפזיניגע מאמרים, איך בענק זיך נאך זיינע אלטע סידיס א שטייגער ווי בדרך. א פושטער יוד און נאך, איך האלט ער וואלט אסאך בעסער אנגעקומען מיט נאך א פאר סידיס און פערפארמען ביים היימישן עולם ווי מיט זיין שני וחמישי
איך בין מיט דיר הונדערט און איין פראצענט, זיינע אלטע סידיס איז געווען הערליך שיין, לעצטענס האט ער א אייגנארטיגע טעיסט אין נגינה צו וואס קיינער חוץ ער פארשטייט, זיינע זאכן קלעבן נישט און ס'קאנעקט נישט מיט די ווערטער, אמאל האט ער געהאט טעלענט איך ווייס נישט ווי ער האט עס פארלוירן, מ'קען הענגן גרויסע ברוך דיין האמת פלאקאטן אויף די גרויסע טאלאנטפולע ליפא שמעלצער, היינט צו טאגס איז ער ניטאמאל אין די ליין מיט די נייע קלענערע זינגער, ער איז עפעס א אמאליגע זינגער וואס איז שוין נישט אויפגעפיקט היינט. ראפי די קינג האט לכאורה מער שמחות ווי אים...
זיינע שני וחמישי'ס האט נישט קיין סך קוקער, געווענדליך באקומט עס בערך 4 ריטוויט'ס מיט אונטער צוואנציג לייקס, דאס מיינט אז זייער ווייניג מענטשן זעהן עס בכלל, שטייצעך אז ווען ס'איז קאנטערווערשל זעהט מען עס מער. זיינע פארווערדס שפראך סעריע איז דערווייל מורא'דיג שוואך ווי דער גאנצער פארווערטס, איך וועל זיין אנטוישט אויב מער ווי פופציג מענטשן קוקן די גאנצע.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 10:29 pm
דורך איסר האטלקי
moshav zekeinim האט געשריבן:האט דען איינער א ספק אז חז"ל זענען צומאל מסלף פסוקים לפי רוח הזמן? דאס איז דאך וואס מען רופט אן אסמכתא בעלמא, ניין? (נו דא דארף מען [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag])
אויב מיט ליפא האט קיינער נישט מודה געווען מיט דיר פרובירסטו יעצט אויף חז"ל, אפשר דא וועט דיר געלונגען.
איך האב אלס געמיינט אז ליפא איז די גרעסטע שוטה אין די חרדישע וועלט, איך האב יעצט אנטדעקט א גרעסערע שוטה משוטה.
דו גיי אבער אן מיט א שטארקייט, טענה דיך מיט יעדן אויף צוריק, יעדער תגובה זאל באקומען א זאכליכער ענטפער, אפשר אפשר איין טאג ווען איינער האלטן ענליך צו דיר.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 10:46 pm
דורך איש את רעהו
מושב ביסט אן אפיקורס
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 11:10 pm
דורך [NAMELESS]
כ'האב געוואלט מלמד זכות זיין אויף מושב זקינים אבער ער'ז נישט אינטרעסירט...
המלעיג על דברי חכמים נידון בצואה רותחת, matching pair...
נשלח: פרייטאג יאנואר 27, 2017 12:45 am
דורך פרייוויליג
החוקר האט געשריבן:פרייוויליג האט געשריבן:ליפא זאגט אינעם ווידיא ״דעמען סקירט״ איינער ווייסט וואס דאס איז?
די האסט מן הסתם נישט גוט געהערט, ער זאגט לכאורה "דענעם" Denim בלע"ז.
איך האב גאר גוט געהערט. הער דו עס איבער און זאג מיר אויב ליפא ווייסט וואס דענעם איז. זיינע עמאראצעס איז לומדות.
נשלח: פרייטאג יאנואר 27, 2017 10:16 am
דורך moshav zekeinim
ער האט אן איינונג אין אידישע היסטאריע מער ווי רוב פון אונז, זיך ארויף כאפן אויף א נארישער טעות אין א נאמען פון א פרויערישער קלייד איז טפשות און אביוז.
Re: ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראט
נשלח: פרייטאג יאנואר 27, 2017 10:18 am
דורך קל וחומר
מושב, כ'הייב אהן קלערן אז דו ביזט ליפא זעלבסט
נשלח: פרייטאג יאנואר 27, 2017 10:29 am
דורך moshav zekeinim
הער צו, איך בין נישט באלעבוס אויף דיין קלערונג מאשין, אבער וואס מאכט דיר אזוי קלערן?
Re: ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראט
נשלח: פרייטאג יאנואר 27, 2017 11:45 am
דורך קל וחומר
שוין לאנג געקווענקלט דערין.
דיין קענטעניס אין נגינה, אפשיי פון חרדיזם, שכל הישר, וכו' שטימט פיין.
איין זאך האט מיר געבאדערט, פון וואו קען ער היסטאריע אזוי גוט?
יעצט אז דו ביסט מעיד אויף אים אז ער יכול'ט דאס אויך שטימט שוין די גאנצע פאזל.
Re: ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראט
נשלח: פרייטאג יאנואר 27, 2017 1:15 pm
דורך ביליג
נאך דערצו אז ער האט לעצטענס געמאכט א גראם... Lol
נשלח: פרייטאג יאנואר 27, 2017 1:37 pm
דורך פרייוויליג
moshav zekeinim האט געשריבן:ער האט אן איינונג אין אידישע היסטאריע מער ווי רוב פון אונז, זיך ארויף כאפן אויף א נארישער טעות אין א נאמען פון א פרויערישער קלייד איז טפשות און אביוז.
אידישע היסטאריע? ליידן מיך איין צו אן ארטיקל אדער בוך וואס ער האט געשריבן אדער געזאגט. אן דעם איז דאס פטפוטים בעלמא.
נשלח: פרייטאג יאנואר 27, 2017 2:14 pm
דורך moshav zekeinim
אלס איינער וואס קען היסטאריע זעה איך אין זיינע דרשה'לעך אז ער באציט זיך צו קראנטע היסטארישע פאקטן און פרטים, אנדערש ווי רוב פון אונז ביי וועמען דער גאנצער אמאל איז איין מבול פון מיטוסער און לעגענדעס.
דער בחור האט זיך ערנסט געזעצט לערנען.
נשלח: פרייטאג יאנואר 27, 2017 3:04 pm
דורך פרייוויליג
איך האב נישט ליב צו רעדן פון א דריטן ספעציעל א לעבעדיג מענטש. סא ארלעדיגט האלט וואס דו ווילסט, נישטא פון וועמען צו רעדן.
נשלח: זונטאג יאנואר 29, 2017 12:18 am
דורך ישראל גלויבער
איז אמת אז ליפא שטייט אונטער דעם נייעם 'מנשה' פילם?
נשלח: זונטאג יאנואר 29, 2017 12:31 am
דורך [NAMELESS]
ווער איז דאס 'מנשה'?
נשלח: זונטאג יאנואר 29, 2017 3:25 am
דורך שבת אחים
בן אדם האט געשריבן:ווער איז דאס 'מנשה'?
@בן אדם פרעגט א געוועלדיגע קשיא
ווער איז דער מנשה?
איז לאמיך אייך טאקע מודיע זיין
ר׳ מנשה איז א סקווירער אינגערמאן
מיט אסאך קוואליטעיט
ווי אויך אסאך סקווירער Hate
פון די גרעסעטע אידישע סעלעבערטיס טו -דעיט
ער פלעגט זיך בימים ההם אין ק״ש ווייקן
איך פלעגט זיינע תגובת כסדר לייקן
ער האט א געשליפנע צינגל
דאכצעך אז ער איז סינגאל
ער זוכט א שידאך
אראפצונעמען די גרויסע יאך
און ארויסהעלפן מיט די קינדערלאך
און מיטן עסען אין קאך
ווייל סאיז א גרויסע בראך
קינדער נאך און נאך
ווער קען אויסהאלטן די גערוך?
אין הארצן געט עס א שטאך
לאמיר האפן אז ער וועט געהאלפן ווערן די וואך...
Re: ליפא שמעלצער פון די געציילטע לוחמי חירות וואס ניצט סטראט
נשלח: זונטאג יאנואר 29, 2017 3:36 am
דורך טרויבן88
איך קען נישט טרעפן די דעיט ווען עס קומט ארויס , ווייסט אפשר עמיצער ווען?
נשלח: זונטאג יאנואר 29, 2017 3:47 am
דורך yatzmachp
ליפא פארדרייט היסטארי אזוי ווי עס דארף צו זיין. דורכאויס די אידישע היסטארי זענען אידן אבסולוטלי געגאנגען אנגעטוהן אנדערש ווי די גוים אז מען האט אייביג געקענט אנווייזן אויף א איד אז ער איז א איד. דאס מיינט נישט צו זאגן אז אידישע קליידער זענען נישט געווען אינפלוענסד פון די גוים, נאר אזויפיל אז מען האט אויסגעזעהן אנדערש. פונקט אזוי ווי ווען אונזערע פרויען און קינדער גייען אנגעטוהן מיט קליידער וואס מען קויפט איין אין גוי'אישע סטארס. ניין, די קליידער זענען נישט געמאכט דווקא פאר אידן, אבער די וועג ווי אזוי די אידן טוען אן די קליידער ווייסט יעדער אז זיי זענען אידן.
צווייטנס, איז סתם א געלעכטער פון ליפא'ס גיין אין קאלעדזש. קודם זעה איך נאך נישט וואס ער האט זיך דערלערנט. איך האף אז ער וועט נישט צום סוף אויסקוקן ווי פרימט גאלדבערגער וואס נאכן זיך דערלערנען און באקומען א קאלעדזש דעגרי האט זי גענומען איר מאמע'ס אומנות און אנגעהויבן צו פארקויפן קאקאש קעיק. אדער פרידא וויזל וואס איז געגאנגען אין קאלעדזש און צום סוף מוז זי מאכן פרנסה פון ארימטראגן מענטשן אויף טורס אין וויליאמסבורג. און די חסידים זענען נעבעך אן עדיוקעישן. נישטא ווער עס זאל לאכן.
נשלח: זונטאג יאנואר 29, 2017 3:52 am
דורך שבת אחים
מ׳קען עסען די קאקש קעיג פון פרומט ג״ב בשעת מ׳טורט ארום אין וויליאמסבורג מיט פראדי וויזל?
זי טראגט נאך ארום טוריסטן? כמיין אז די ביזנעס איז שוין לאנג אווער.
נשלח: זונטאג יאנואר 29, 2017 1:03 pm
דורך ישראל גלויבער
שבת אחים האט געשריבן:בן אדם האט געשריבן:ווער איז דאס 'מנשה'?
מיט אסאך קוואליטעיט
ווי אויך אסאך סקווירער Hate
כ'מיין אז דאס שטימט שוין נישט, לויט ווי ער פלעגט אמאל שרייבן דא, איז ער מיט דעם - לאפוקי פון ליפא, ווייל ער גלייכט גראדע יא סקווירא. פרעג מיך נישט פארוואס
נשלח: זונטאג יאנואר 29, 2017 2:31 pm
דורך סמבטיון
פון וואספארא פילם רעד מען דא? קען איינר אריינקומען מיט דעטאלן?
נשלח: זונטאג יאנואר 29, 2017 2:31 pm
דורך [NAMELESS]
וואס איז פשט אז מנשה ארבעט צוזאמען מיט אזא באוואוסטער ברעסלעווער חסיד ווי ליפא שמעלצער? האט די רבי דאס געהייסן טון?