פארוואס בעסערע מענטשען קויפן נישט אין Bingo ?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
א_געדאנג
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 14
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 08, 2016 9:06 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

שליחה דורך א_געדאנג »

ביי די וועי וואס איז די מעשה מיט די ביליגע פלייש ביי בינגאו? א צומישטע זאך, התאחדות הכשר מיט צומות הגידין דורכגעקוקט שטיקל ביי שטיקל? ברויך מען בודק זיין אדער נישט? כ'בין אינגאנצן צומישט...
באניצער אוואטאר
א_געדאנג
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 14
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 08, 2016 9:06 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

שליחה דורך א_געדאנג »

שבת אחים האט געשריבן:דער פראבלעם איז אז די רבנים זענען די זעלבע אידן און פון די זעלבע טייג געקנויטן וואס ביי זיי קען מען קיין שונא בצע אפילו פאר קיין געלט נישט טרעפן... :lol:
זיי זענען די זעלבע אידן די זעלבע יוצא גאליציע די זעלבע קריג געשלאגענע...

דער קלויזנבורגער רב ז״ל האט אמאל געזאגט מ׳דארף טאקע שטיצן א איד אפילו ער איז טייערער, אבער איך בין דאך אויך א איד??? פארוואס איז זיין טאש פאר מיינע?

פארשטייסטע?

ווען די רבנים וואלטן טאקע געמיינט די גוטס פונעם עולם וואלטן זיי שוין לאנג געטוהן אסאך אנדערע פעולת לטובת אחבנ״י, דערווייל זענען זיי ביזי מיט בויען זייער ״אייגענע ברענדס״, בויען עמפייערס און פאלאצן פאר זיך און זייערע קינדער מיט משרתים ויצא משרתים אויף די חשבון פון די רייכע און די ארימע, און אויסוועלן נאר די מצוינים פאר זייערע ישיבות און דער׳איבעריגע ווארפט מען פאר די הונט! די רבנים האבן נישט קיין גיטע רעקארד, זיי האבן שוין לאנג פארלוירן זייער קרעדיטיבליטי, זיי וועלן נאר אריינרעדן אין די נושא אויב זיי פארדינען עפעס פאר דעם זיי נישט אזוי נאאיוו אז די רבנים מיינען דא די טובה פונעם ציבור.

געווען אמאל אין געשעפט הער איך ווי א קוסטמער מוטשעט דעם בעל הבית פאר א דיסקאוינט, די בעה"ב ציט אויס א ברייטן שמייכל אויפן פנים און זאגט משה, נעכטן האב איך דיר געגעבן א גרויסער הנחה, אמת? לעצטע וואך אויך וואר? היינט בקום אים אן הנחה צאל היינט מי $5 מער ווי יעדן! :lol:
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

א_געדאנג האט געשריבן:אחרי ככלות הכל פארדינט מען גארנישט, ווייל מ'האנדלט זיך איין זאכן וואס מ'וואלט קיינמאל געקויפט! אמת די גראסערי ביי דיין קארנער וועט זיך ביקן פאר דיין באטלע מילך מיר מיזן אביסל בייגן פון זיך ווען זיי ברויכן אונז, עכ"פ פארוועם די 15-20 דאללער מאכט נישט קיין גרויסע חילוק..

מען רעדט אסאך מער פין צוואנציג דאלאר.

דער חילוק איז לכה"פ צוויי הונדרעט דאלאר יעדעס מאל מען קויפט איין אין בינגא.

כ'קען קוים ווארטן אויף זייערע מצות פין ארץ ישראל פאר. זעקס זיבן דאלאר א פונט.

הייליגע באשעפער, כ'האף ער ברענגט גענוג פאר יעדעם.

די היימישע מצה בעקערייען רייטען שוין פין לאנג אויף דער היימישער ציבור צו פיל.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

אישתישבי האט געשריבן:
כ'קען קוים ווארטן אויף זייערע מצות פין ארץ ישראל פאר. זעקס זיבן דאלאר א פונט.

הייליגע באשעפער, כ'האף ער ברענגט גענוג פאר יעדעם.

די היימישע מצה בעקערייען רייטען שוין פין לאנג אויף דער היימישער ציבור צו פיל.

לאז ארויס דעם באשעפער, ער לאזט עסן די באקסעדיגע מצות פאר 3 דאללער א פעקעל.

די היימישע מצה בעקערייען "רייטן נישט" אויפן ציבור. זיי פארדינען ערליך זייער געלט. וואלט מען געמאכט מער פון 200k רויח, וואלטן נאך מענטשן געעפענט א בעקעריי.

די חתונה זאלען, זיי רייטן אויפן ציבור. אפשר זאל בינגאו מאכן א זאל פאר באלק חתונות מיט בני דרום פיקעלס.?
Under influence
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ירח בן יומו האט געשריבן:פארוואס ווען גאלדבערגס אדער אנדערע נעמען אריין פרוכט און פלייש, הייסט עס נישט אז ער זוכט צו באגראבן,
און ביי בינגאו, יא?

ווייל דארט האקט ער נישט קיין פרייזן. און ער געט אוועק זאכן (צייטווייליג) אפילו ביליגער ווי ס'קאסט איהם אליינס...! דאס קען נאר אויסגעטייטשט וערן ווי די מטרה, די ציהל איז ארויסצולייגן אנדערע פון ביזנעס....!
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: פארוואס בעסערע מענטשען קויפן נישט אין Bingo ?

שליחה דורך טמיר »

בילד
אויב איינער קען מסביר זיין פארוואס אזא 7 אונסיגע פושקעלע ניסלעך קאסט איבער 8 דאלאר! אין די ווילי געשעפטן, וועט ער נאכדעם קענען מסביר'ן פארוואס נישט צו קויפן אין בינגאו.
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
שאולדיספריםפאקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 335
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 7:43 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל

שליחה דורך שאולדיספריםפאקער »

איך הער א גאנצע צייט ווי מען זאגט דא אז ער האט געעפנט מיט איין ציל צו אינטערברענגען די אנדערע געשעפטן, קענסט מיר זאגן פארוואס איינער זאל אינוועסטירן קרוב צו 20 רעדלעך בלויז מיטן ציל אינטערצוברענגען אנדערע געשעפטן ?
און אז מען רעדט שוין יא און נניח אז ער האט געעפנט מיט דעם חשבון נא וואס שטערט מיך אז ער ברענגט אונטער אנדערע געשעפטן וואס לייגן ארויף א 50 פערצענט מארקאפ, פארוואס זאל זיך א גאנצע שטאט מוטשענען צו באצאלן זייערע גראסערי בילס אז עטליכע געשעפטן זאלן מאכן פרנסה אפשר זאלן זיך עטליכע געשעפטן מוטשענען און רוב שטאט זאל קענען רוהיג באצאלן די בילס, א מין גערעדאכץ די רב וואס זיצט אויף שווערע אויסגעצאלטע בנינים זאגט פאר די ארימע חברה ווי זיי זאלן איינקויפן און מען לויבט נאך אזא רב, איך מיין עס איז שוין טאקע ענדערשט זיי זאלן זיין פארנומען מיט צניעות פראבלעמען ווי איידער זיך מישן אין די בערזלעך פונעם המון עם
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

דער רב וועם דו מיינסט, האט ווייניגער בנינים פון די חברי קהילה....
א מין חוצפה היינט געווארן, א רב מעג שוין נישט זאגן זיין מיינונג אין זיין אייגענע ד' אמות... ניטאמאל די רעכטן פון א ניק האט ער.
Under influence
שאולדיספריםפאקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 335
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 7:43 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל

שליחה דורך שאולדיספריםפאקער »

קאווע טרינקער האט געשריבן:דער רב וועם דו מיינסט, האט ווייניגער בנינים פון די חברי קהילה....
א מין חוצפה היינט געווארן, א רב מעג שוין נישט זאגן זיין מיינונג אין זיין אייגענע ד' אמות... ניטאמאל די רעכטן פון א ניק האט ער.

ער קען זאגן וואס ער וויל אבער זאל נישט אראפרייסן יענעם
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

שאולדיספריםפאקער האט געשריבן:

נאר דו מעגסט רייסען? ער איז א ערענסטע רב, און טוט פאר אידן מער פון אונז אלע, און האט אלע רעכטן צו זאגן זיין דעת תורה. פונקט ווי טענקא רב מעג אראפרייסן די וואס טראגן שבת, און הגה"ק מסעדרהעל מעג אראפרייסן בוני עולם.
Under influence
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

@טמיר, א שנעלע גוגל סערטש ווייזט אז די סארט ניס איז טייער, אפילו אנע הכשר.
די גוטע נייעס איז אז מ'קען זיך באגיין אן דעם.

כ'האב לעצטענס באמעקרט, אז פונקט די יעניגע וואס גייען וועכענטליך צום ליקער געשעפט איינצוקויפן "וויינען" פאר שבת, און לאזן זיך קאסטן בלינדערהייט אלץ כדי צו ווייזען אז זיי האבן געלט און חלילה נישט אונטערשטעליג ווען ס'קומט צו אלקעהאל, זיי זענען די וואס שעלטן די אתרוג סוחרים הלמאי ס'איז אזוי טייער, והוא רחום יכפר.
Under influence
שאולדיספריםפאקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 335
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 7:43 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל

שליחה דורך שאולדיספריםפאקער »

קאווע טרינקער האט געשריבן:
שאולדיספריםפאקער האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:דער רב וועם דו מיינסט, האט ווייניגער בנינים פון די חברי קהילה....
א מין חוצפה היינט געווארן, א רב מעג שוין נישט זאגן זיין מיינונג אין זיין אייגענע ד' אמות... ניטאמאל די רעכטן פון א ניק האט ער.

ער קען זאגן וואס ער וויל אבער זאל נישט אראפרייסן יענעם

נאר דו מעגסט רייסען? ער איז א ערענסטע רב, און טוט פאר אידן מער פון אונז אלע, און האט אלע רעכטן צו זאגן זיין דעת תורה. פונקט ווי טענקא רב מעג אראפרייסן די וואס טראגן שבת, און הגה"ק מסעדרהעל מעג אראפרייסן בוני עולם.

מעגן יעדער מעג טהין וואס ער וויל עס איז פרידאם אף ספיטש דא אין אמעריקע איז ער קען זאגן וואס ער וויל און איך קען זאגן וואס איך וויל
איז וואס מאכט אים ערנסט לאמיר הערן
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

ער שרייבט נישט אונטער קול קורא'ס קעגען יתומים וואס זיצען שבעה.
Under influence
שאולדיספריםפאקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 335
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 7:43 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל

שליחה דורך שאולדיספריםפאקער »

קאווע טרינקער האט געשריבן:@טמיר, א שנעלע גוגל סערטש ווייזט אז די סארט ניס איז טייער, אפילו אנע הכשר.
די גוטע נייעס איז אז מ'קען זיך באגיין אן דעם.

כ'האב לעצטענס באמעקרט, אז פונקט די יעניגע וואס גייען וועכענטליך צום ליקער געשעפט איינצוקויפן "וויינען" פאר שבת, און לאזן זיך קאסטן בלינדערהייט אלץ כדי צו ווייזען אז זיי האבן געלט און חלילה נישט אונטערשטעליג ווען ס'קומט צו אלקעהאל, זיי זענען די וואס שעלטן די אתרוג סוחרים הלמאי ס'איז אזוי טייער, והוא רחום יכפר.

איך זעה נישט די קשיא ליקער מיט וויין איז א טייערע זאך אין די וועלט מילא ברויכט ער צאלן אויב ברויכט ער עס מה שאין כן אתרוגים דארף ווען צו קאסטן עטליכע גראשן נאר ווייל עס איז א מצוה און יעדע יוד ברויכט דאס האבן נעמען די סוחרים עדווענטעטש און דאס איז א רויבעריי און ברוך השם דער עולם קויפט שוין היינט אויף די גאסן פאר קנאפע 20 טאלער א סעט
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

שאולדיספריםפאקער האט געשריבן:איך הער א גאנצע צייט ווי מען זאגט דא אז ער האט געעפנט מיט איין ציל צו אינטערברענגען די אנדערע געשעפטן, קענסט מיר זאגן פארוואס איינער זאל אינוועסטירן קרוב צו 20 רעדלעך בלויז מיטן ציל אינטערצוברענגען אנדערע געשעפטן ?
און אז מען רעדט שוין יא און נניח אז ער האט געעפנט מיט דעם חשבון נא וואס שטערט מיך אז ער ברענגט אונטער אנדערע געשעפטן וואס לייגן ארויף א 50 פערצענט מארקאפ, פארוואס זאל זיך א גאנצע שטאט מוטשענען צו באצאלן זייערע גראסערי בילס אז עטליכע געשעפטן זאלן מאכן פרנסה אפשר זאלן זיך עטליכע געשעפטן מוטשענען און רוב שטאט זאל קענען רוהיג באצאלן די בילס

ארויסלייגן יעדער פון ביזנעס איז נאר די ערשטע חלק. נאכדעם הייבט מען די פרייזן און פיין וועסטו באצאלן! יש אומרים אז מ'רעדט דא פון א גוטע פינף און זיבעציג מיליאן דאלאר! נישט קארגע צוואנציג.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

די וואס קעגען אים פון ארץ ישראל ווייסען וויפיל קאמפאניס ער האט אנגעזעצט דארטן, חוץ אמעשה.
Under influence
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קאווע טרינקער האט געשריבן:דער רב וועם דו מיינסט, האט ווייניגער בנינים פון די חברי קהילה....
א מין חוצפה היינט געווארן, א רב מעג שוין נישט זאגן זיין מיינונג אין זיין אייגענע ד' אמות... ניטאמאל די רעכטן פון א ניק האט ער.

פארגעס נישט מען רעדט פון 'ירושה בנינים' דאס איז אן אנדער סארט בנין, איין ירושה בנין איז שקול נגד 20 אויסגעהאראוועטע בנינים...
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

יעדע רב מעג טאקע זאגן וואס זיי ווילן, און זיי גייען במילא זאגן וואס זיי ווילן, קיינער האלט זיי דערווייל נישט צוריק פון זייערע שוגענען יעדע שני וחמישי ווען זיי שלאגן כפרות מיטן עולם מיט זייערע איסורן וחרמות. קיינער זאל זיך נאר נישט איינרעדן פאר א ספליט-סעקונדע אז זיי מיינען די טובה פונעם ציבור , אפילו מ׳וועט שוין יא טרעפן עפעס א קליינע רב וואס מיינט גיטס, וועט ער אבער בלייבן ביים וואשן האנטיכער און פאקן ספרים פאר א ליווינג, און זיין מיינונג וועט צובלאזן ווערן צווישן די גרויסע רבנים מיט די ברענד-נעימס אין זייערע פאלאצן וואס זענען דא צו רייטן אויפן ציבור און נעמען עדווענטעדש אויף זיי.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

פארדעם איז דא א וואטסאפפ וואס ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט ראלאוויצע רב שטארק געדארפט מכיר טוב זיין.
מ'קען זיין א גאר קליינע רב און דאך זיך לאזן הערן מסוף העולם ועד סופו.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

תכלית,
הללו אומרים בינגא איז דא ארויס צולייגן די אנדערע פין ביזנעס, און נאכדעם וועט ער אליין העכערן די פרייזען.
הללו אומרים דערווייל איז ביליגער קויף איך דארט.

אפאר שאלות,
א. אין ארץ ישראל האט ער שפעטער געהעכערט די פרייזען?
ב. סוכ"ס טאמער ער וועט העכערן וועלען זיך עפענען נייע גראסערי געשעפטן.
ג. נניח ס'איז אמת, טאמער איך קויף נישט דארט, ווער פארדינט?
ד. די וואס האבען געקויפט אין די קליינע קויפן ווייטער, ס'איז סך הכל די וואס האבען געקויפט אין די גרויסע צ.ב.ש. כולל וכו', איז וועמען העלפט מען דא, די וואס האבען ארויסגעלייגט אנדערע פין ביזנעס בשעתן?
ה. רב ראסלאוויטש, כ'האב א שאלה, ווען איך גיי צו בינגא שפאר איך מיר צוויי הונדערט דאלאר, בין איך מחויב צו בארגן דאס געלט און קויפן ביי מיין נענסטע גראסערי?
ו. כ'האב נאך א שאלה, איך מעג עפענען א בעסמעדרעש קעגען איבער א צווייטע?
ז. בין איך מחויב צו דאווענען ביי דער בעסמעדרעש נעבען מיין הויז? דער רב דארט האט טענות הלמאי איך ניץ אים נאר ווען עס רעגענט.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
שטיינער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 6:24 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

שליחה דורך שטיינער »

א. איך מעג מחולק זיין אויף די סיבה פון זיין עפענען? איך פערזענליך מיין אז ער האט ליעב געלט. ער מיינט קיינעם נישט ארויסצולייגן פון ביזנעס.

ב.וועמען האבן זיי ארויסגעשטעלט אין אנגעזעצט אין ארץ ישראל?
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

עס קען זיין א באבע מעשה פין די פאראייניגטע גראסעריס ד'בארא פארק. בחינת עמון ומואב.

בעצם איז בינגא אפאר שותפים, איינער פין זיי איז דער אייגענטימער פין גאלדבערג גראסערי.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

די אמאליגע גאלדבערג'ס גראסערי פלעגט זיין פון די ביליגסטע אין בארא פארק! זייט דער בעל ה'בינגאו האט עס אפגעקויפט זענען פרייזן געשטיגן און געשטיגן און געשטיגן וחוזר חלילה...... ס'האלט שוין אזוי טייער אז זיינע פרייזן זענען שוין העכער די דורכשניטלעכע וויליאמסבורג גראסערי פרייזן!
פארשפארט