בלאט 4 פון 5

נשלח: זונטאג מערץ 05, 2017 8:57 am
דורך נאסוידער רב
go ahead.
קאמפעטישן ברענגט ביזנעס, און קאמפעטישן מאכט גרינגער פאר אלע אידישע קינדער.

נשלח: זונטאג מערץ 05, 2017 9:23 am
דורך גרויסע מענטשעלע
אפשר @נאסודער רב קען האבן נאך רבישע ניק וועט ער האבן ביזנעס דאפעלט.

נשלח: זונטאג מערץ 05, 2017 9:33 am
דורך קורקלענד
ס'זעהט מיר אויס ווי דער נאסוידע איז דא א נוגע בדבר.

נשלח: זונטאג מערץ 05, 2017 9:42 am
דורך סאשי פיש
נאסוידער רב האט געשריבן:כידוע ליודעי חן איז עס צווישן זיי גענוג ציפעדיג, און דאך וועלן זיי זיך נישט ארונטערייסן איינער דעם צווייטן.

די אינטערן חבריא מיט זייער בעל הבית זענען געווען ביים מיסטעריע שפיל.

בכלל איז עס נישט קיין פארגלייך אהער.

נשלח: זונטאג מערץ 05, 2017 9:44 am
דורך נאסוידער רב
איר אלע זענט פרעמדע, נישט נוטה צו קיין שום צד, איך בין דער נוגע בדבר.... ערלעדיגט, איך האב קיין פראבלעם דערמיט. ענטפערט מיר נאר די איינע פראגע:
פארוואס אין יעדע פעלד ביי כלל ישראל איז דא קאנקורענץ, אנגעהויבן ביי משומר און גדר, שירה און המזמרים, קאווע שטיבל און איי וועלט, און געענדיגט ביי טוב טעם און גאלדען טעיסט, דבש און גאלדען פלאו, בייגעלס און שטערנס, אזוי אויך ביי חסידות'ן און נאך, און נאר ביי קינדליין און קינדערליך איז עס אזא קנאה שנאה?
דעם איינעם ענטפער, און איך זעץ זיך צוריק אריין אין מיין ספרים צימער...

נשלח: זונטאג מערץ 05, 2017 9:44 am
דורך שמעקעדיג
קל וחומר האט געשריבן:איך ארבעט יעצט אויף א דריטן קאמפאטישען קעגן 'קינדליין'.
כ'גיי עס רופן 'יונג-ערליך'.
ס'גייט קאסטן 2.50 די ערשטע חודש, דערנאך וועל איך צוביסלעך ארויפגיין מיט פופציג צענט אויף אמאל, בעפאר יו נאו איט וועט עס זיין ארום אכט דאלער..

:like

נשלח: זונטאג מערץ 05, 2017 9:44 am
דורך נאסוידער רב
.

Re: קינד-ערליך - נייע אויסגאבע פאר קינדער

נשלח: זונטאג מערץ 05, 2017 9:49 am
דורך סאשי פיש
צו איך האב עס געקויפט ווייסטו אויך? וואס איך האב געגעסן פאר פרישטאג ווייסטו אויך?

Re: קינד-ערליך - נייע אויסגאבע פאר קינדער

נשלח: זונטאג מערץ 05, 2017 9:56 am
דורך קל וחומר
נאסוידער רב האט געשריבן:איר אלע זענט פרעמדע, נישט נוטה צו קיין שום צד, איך בין דער נוגע בדבר.... ערלעדיגט, איך האב קיין פראבלעם דערמיט. ענטפערט מיר נאר די איינע פראגע:
פארוואס אין יעדע פעלד ביי כלל ישראל איז דא קאנקורענץ, אנגעהויבן ביי משומר און גדר, שירה און המזמרים, קאווע שטיבל און איי וועלט, און געענדיגט ביי טוב טעם און גאלדען טעיסט, דבש און גאלדען פלאו, בייגעלס און שטערנס, אזוי אויך ביי חסידות'ן און נאך, און נאר ביי קינדליין און קינדערליך איז עס אזא קנאה שנאה?
דעם איינעם ענטפער, און איך זעץ זיך צוריק אריין אין מיין ספרים צימער...

קינדליין איז אויפגעקומען מיט אן אייגנארטיגן געדאנק וואס איז נאכנישט געווען אזאנס גלייכן. ער האט אריינגעברענגט א קוואליטעט אין א קינדער אויסגאבע אויף א גאר הויכע ניווא.
ער האט אסאך זיך געמוטשעט ביז ער איז אנגעקומען ביז וואו ער האלט יעצט, און האט קוים געדעקט זיינע שווערע אינוועסטירונגען אויב שוין בכלל.
א נארמאלער מענטש וואלט פארשטאנען אז כאטש ביז פינעף יאר לאזט מען יענעם אפאטעמען אביסל און נאך פינעף יאר קען מען טראכטן פון עפעס אייגנארטיג נישט בלויז נאכמאכן יענעם אויף טריט און שריט.
דאס נאכקאפירן א צווייטן אזוי צייגט אויף אומארגינעלקייט און שוואכע קוואליטעט.

כנלע"ד נכון.

Re: קינד-ערליך - נייע אויסגאבע פאר קינדער

נשלח: זונטאג מערץ 05, 2017 10:00 am
דורך סאשי פיש
קל וחומר צום פינטעל!
אזוי מען זעט אין אלטע ספרים ביי די הסכמות אז ביז צען יאר זאל מען נישט קאפיען

נשלח: זונטאג מערץ 05, 2017 10:28 am
דורך געוואלדיג
א בקשה צו אלע שרייבער מימין ומשמאל,
וואס נוצן דעם קיבאורד אדער מויל,
און זענען צו קינדליין אדער קינדערליך לאיאל,
זאלן זעהן צו זיין וואויל,
שרייבן צום ענין און נישט גיסן פערזענליכע אויל,
ובא לציון גואל.

מיט דאנק

נ.ב. ווארטס צו אביסל, אונזערע נייע אירעיסערס זענען סטאק ביים מעקסיקאנער גרעניץ.

נשלח: זונטאג מערץ 05, 2017 11:25 am
דורך קורקלענד
אפשר איז כדאי אריינצושליידערן דעם אשכול אין צימעס אריין?

נשלח: זונטאג מערץ 05, 2017 1:33 pm
דורך [NAMELESS]
.

נשלח: מאנטאג מערץ 06, 2017 12:03 pm
דורך אפרים אונגאר
.

נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 11:26 am
דורך נאסוידער רב
איך זע אז קאווע שטיבל נעמט א זייט, ווייל זיי האלטן אין איין מעקן פון די קינדערליך פענס

נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 12:35 pm
דורך סדרן
פאר די רעקארד, די לעצטע צוויי תגובות זענען געמעקט געווארן דורך די מחברים זעלבסט. אלע אנדערע צענזור ארבעט איז געמאכט געווארן נאכ'ן באריכטעט ווערן דורך אונזערע חברים, און אין איינקלאנג מיט די תקנות.
נאסוידער רב, איר קענט ווייטער פארטיידיגן קינדערליך וויפיל איר גלוסט, אבער ביטע זיך האלטן צו דער נושא און נישט אטאקירן קיין ניקים אדער אראפרייסן צי מיטטיילן פריוואטע אינפאראמאציע איבער סיי וועמען. פילייכט וואלט כדאי געווען איר זאלט דורכליינען די קאווע שטיבל תקנות איידער איר שרייבט ווייטער.

נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 2:15 pm
דורך [NAMELESS]
נאסוידער רב האט געשריבן:איך זע אז קאווע שטיבל נעמט א זייט, ווייל זיי האלטן אין איין מעקן פון די קינדערליך פענס

איך האב אליין געמעקט מיין תגובה נאכן באקומען עטליכע בקשות דערויף, באזונדער האב איך פארשטאנען אז ס'ווערט מיאוס באריכטעט צו די הנהלה כאטש איך האב נישט געשריבן עפעס באזונדער שלעכט, האב איך באשלאסן אז אויב ס'באדערט אזוי שטארק פאר מענטשן נעם איך עס אראפ, איך בין נייגעריג וואס די זעלבע חברה טראכטן ווען זיי שרייבן אויפן בעל ה'קינד-ערליך, כ'מיין אז ער איז אויך געמאכט פון בלוט....

נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 5:31 pm
דורך נאסוידער רב
.

נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 5:45 pm
דורך נאסוידער רב
פאריגע וואך האב איך געזאגט אז איך וועל ברענגען א שטיקל באריכט איבער דעם קינדערליך און וואס איך האב דערפון הנאה געהאט.

איך האב זייער ליב געהאט די ערשטע מעשה "א שיינע געשיכטע'לע" פארציילט דורך ר' דוד ח. ווייס. מיינע קינדער זענען צוגענאגלט צו זיינע קאסעטעס, און יעצט האב איך זיי געקענט דערציילן א מעשה אויף זיין שפראך. עס האט נקודות, זיי קענען עס איבערליינען נאכדעם. אויך איז ער א שיינער בעל הסכמה פאר די זאך, זייענדיג א מנהל רוחני אין סאטמאר.

"לאמיר לערנען גמרא!" איז זייער חשוב ביי מיר. א פיר זייטיגע קאמיקס פון א מעשה אין די גמרא. מיינע קינדער האבן זיך באלעקט די פינגער מיט דעם. זיי האבן עס איבערגעליינט מסתמא צוואנציג מאל.

מאיר און שניאור שמועסן וועגן "גלות אמעריקע". אנגעפולט א לאך וואס פעלט אזוי שטארק אין די היינטיגע אויסגאבעס. דערציילן פאר די קינדער איבער די גלות אמעריקע, איבער די ערשטע צייטן דא און וואס אונזערע זיידעס וועלכע לעבן נאך מיט אונז זענען דורכגעגאנגען.

"קינדער אין שטעטל" א קאמיקס וואס שארפט די קאפ. מען זעט א מצב און עס זענען דא דריי סימנים וואס דארט גייט פאר. מע דארף לייזן די מיסטעריע.

"די לאנגע האלז פונעם גיראף." באשריבן א חיה און ארויסגענומען א מוסר השכל דערפון.

"די אלטע פארצייטישע אמאל". קינדער באקענען זיך מיט די לעבן פון אמאל. דאס ווערט געשריבן דורך רבי שאול שמעון דויטש פון די תורה מוזעאום.

"קינדער דערציילן". א שמועס מיט א יונגעלע. קורץ און שארף. זייער זיס און באטעמט.

די לעגא ארטיקל איז געווען זייער אינטערעסאנט. איך בין נייגעיריג צו זיי וועלן האבן יעדע וואך וואס צו שרייבן דארט.

"וואס איז די הלכה" איז א תורה'דיגע קאמיקס. דער געדאנק קומט מסתמא פון קינדליין. אויב כ'האב נישט קיין טעות.

"פארצייל מיר די פרשה". זייער א שיינע געדאנק. ארויסצונעמען עפעס פון די פרשה און דערציילן פאר די קינדער.

"צוועלפעוויטש" איז זייער א זיסע מעשה. מיין יונגל האט עס איבערגעליינט זייער אסאך מאל, און אויסגערעכנט נאכאמאל וויפיל קינדער זיי האבן, און וועלכע פון די קינדער זענען אזוי אלט ווי די קינדער אין אונזער משפחה.

איך וואונטש זיי און פאר'ן קינדליין אסאך הצלחה און שלום.

נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 6:17 pm
דורך קורקלענד
שלום שטיסל האט געשריבן:
נאסוידער רב האט געשריבן:איך זע אז קאווע שטיבל נעמט א זייט, ווייל זיי האלטן אין איין מעקן פון די קינדערליך פענס

איך האב אליין געמעקט מיין תגובה נאכן באקומען עטליכע בקשות דערויף, באזונדער האב איך פארשטאנען אז ס'ווערט מיאוס באריכטעט צו די הנהלה כאטש איך האב נישט געשריבן עפעס באזונדער שלעכט, האב איך באשלאסן אז אויב ס'באדערט אזוי שטארק פאר מענטשן נעם איך עס אראפ, איך בין נייגעריג וואס די זעלבע חברה טראכטן ווען זיי שרייבן אויפן בעל ה'קינד-ערליך, כ'מיין אז ער איז אויך געמאכט פון בלוט....

אוסאמא בין לאדין איז אויך געווען געמאכט פון בלוט.

נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 8:44 pm
דורך קורקלענד
@נאסוידער אינטערסאנט אז נאר עפעס איין איידיע פון עפעס א קאלום קומט פון קינדליין.

נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 10:54 pm
דורך איסר האטלקי
קורקלענד האט געשריבן:@נאסוידער אינטערסאנט אז נאר עפעס איין איידיע פון פון עפעס א קאלום קומט פון קינדליין.

ווארט א מינוט... נאר אויב ער "האט נישט קיין טעות"...

נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2017 11:34 pm
דורך נאסוידער רב
פאר דעם אליין דארף קינדערליך אנהאלטן, צו ווייזן פאר די אלע קאווע שטיבל שרייבער אז דער וועלט שטייט נישט אויף זיי.