בלאט 4 פון 4
Re: די מענטשליכע "געשמאקע" זייט בדמותו של רבי אהרן מבעלזא זצ
נשלח: פרייטאג אוגוסט 19, 2022 9:49 am
דורך כרם זית
שאלתיאל האט געשריבן:
איך קוק עס נישט אן אלץ א 'כאפ' אדער א 'טשיקאווע פאנטש' , איך ווער נתפעל פון די תמימות און יראת שמיים אז עס איז געווען אזוי קלאר און זיכער פאר אים אז ווען א טאטע הייסט איז נישטא קיין אנדערע ברירה נאר פאלגען, און עס איז אים נישט איינגעפאלען אז עס פארהאן בכלל אן אנדער אפציע.
בערך ווי מען פארציילט אויף בריסקער רב אז ער פלעגט טרינקן בריערדיגע טיי בבת אחת, וויבאלד א כלי שני איז דאך נישט מבשל...
נשלח: פרייטאג אוגוסט 19, 2022 11:07 am
דורך מתבודד
ארי נוהם האט געשריבן:א שיינע מעשה'לע, געדריקט אין מחנה חרדי גליון #1762 (מלבוש 'בעקיטשע', ג'):
בימות החורף בשנת תש"ח (כאשר התחוללה מלחמה בארץ ישראל), עלה הרה"ח ר' משה גראס ז"ל לראשונה מגענף לארה"ק כדי לקבל את פני קדשו של כ"ק מרן מהר"א זי"ע. בשהותו במחיצת הקודש הבחין שמרן זי"ע לובש 'בעקיטשע' משומש ומיושן שאף היו בו טלאים, ועגמה נפשו מאוד על כך בזכרו את הדר תפארת גדולתו של מרן בשבתו על כסא מלכותו בעיר בעלזא בימים כתיקונם, ועתה הגיע המצב עד כדי כך שמרן לובש 'בעקיטשע' קרוע.
הלך איפוא לקנות חתיכת בד של משי על מנת לתפור 'בעקיטשע' חדש עבור מרן זי"ע, והזמין גם חייט שיבוא למעון קדשו של מרן כדי לקחת את המידות כנהוג. כאשר סיפר הדבר למרן וביקש רשות שיבוא החייט לקחת את המידות, נשא מרן זי"ע את עיניו עליו במבט של תמיהה ואמר לו: "איך פארשטיי דיר נישט, יודיש בלוט גיסט זיך אויף די בערג, וועל איך מיך יעצט מאכן מלבושים?"
די מעשה איז ווערט צו דערציילן!!!
נשלח: פרייטאג אוגוסט 19, 2022 2:58 pm
דורך היסטאריע
נישט א מענטשליכע מעשה.
ער פלעגט לייענען ק"ש, שמע אמת. דערנאך פלעגט ער פרעגן דער גבאי אויב עס איז געווען מלה במלה, און זיי האבן געענטפערט, אזויווי תמיד.
קז"ב רבי זי"ע האט געזאגט פאר דזיגעלע (געוועהן א בעלזער חסיד) אז דאווענען מיט דער שם אלף פיות איז פיל גרעסער פין דאווענען מיט אלע רמ"ח איברים מיט מסירות נפש (ווי ער זעלבסט פלעגט דאווענען).
נשלח: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 10:27 am
דורך כספי
berlbalaguleh האט געשריבן:מדי דברי: אז מ'רעדט שוין. איך בין נישט געווען אין באכניער געטא. ממילא קען איך נישט זאגן אויב די קאפאוס האבן יא, אדער נישט געדאוונט מיט'ן מנין פון בעלזא'ער רב. און אויב זיי זענען געגאנגען אין זייער יוניפארם. אבער איך האב געליינט אין מחנה החרדי וויאזוי מ'האט אדורכגעשמוגלט די קאר פון בעלזא/בילגוריי'ע רב דורך נאצי דייטשלאנד. אין דייטשלאנד איז דאך, כידוע געווען..."מישלינגען"...בערך א 150,000. דאס זענען געווען מעמבערס פון די נאצי פארטיי פון וועלכע איינס פון די עלטערן האבן געשטאמט פון אידן. זיי זענען געווען מעמבערס לכל דבר. און זיי זענען געווען אויף אפיציעלע פונקציעס. נאר היטלער, ימ"ש און זיינע אנפיהרערס האבן זיי געהאלטן אין או אומזיכער'ן מצב. מ'האט זיי געקענט פארשיקן אין די קאנצענטראציע לאגערן אלס אידן אין סיי וועלכע מינוט. ער האט דאס געטון בכוונה זיי צו האלטן געטריי. אבער די מענטשן (וואוילע אידן.) האבן געוואוסט ווער זיי זענען. און זיי האבן געהאט א פאראייניגונג צווישן זיך. און זיי האבן געהאלפן אדורכפיהרן די קאר איבער דייטשלאנד אומבאמערקט פון די עכטע נאציס...!
איך האב קיינמאל נישט געהערט פון די מישלינגען, אבער דאכט זיך מיר אז דער בעלזער רב ז"ל איז נישט געווארן ארויסגעשמוגלט דורך דייטשלאנד, אפשר מיינט איר דער גערער רבי דער אמרי אמת ז"ל, כ'מיין אז עם האט מען ארויסגעשמוגלט דורך דייטשלאנד, דעם בעלזער רב האט מען ארויסגעשמוגלט פון באכניע - פוילן קיין אונגארן און פון דארט קיין אר"י דורך די יבשה, טערקיי אא"וו
berlbalaguleh האט געשריבן:
אין אונארן איז, כידוע געווען א סאך אידן וועלכע זענען געווען פארשטעלט פאר די אונגארישע נאציס, די נילאש'עס. ס'דא א סאך מעשיות ווי זיי האבן געראטעוועט אידן פון אמת'דיגע סכנות אין די לעצטע מינוט. אויך דערציילט מען אז ס'האטציך געטראפן א..."נאצי"... פון וועמען'ס יוניפארם ס'האט ארויסגעהאנגען די ציצית...
באמת געראטעוועט א סאך אידן...! אבער די מערסטע זענען געווען קלוגע יונגעלייט. וועלכע האבן
מ'פארציילט אז אויב איז געווען א נילאש ימ"ש וואס האט צופיל געפייניגט די אידן, פלעגט א היימישער נילאש געבן א גיי צו צו יענעם אזוי פלוצלינג, און אויסשרייען 'דו פארשטעלטער ... איד', און איידער-וואס-ווען נאך פאר יענער האט אנגעיאגט זיך צו פארענטפערן עם שיסן