בלאט 4 פון 16
נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2017 3:33 pm
דורך איש את רעהו
@איסר איטלקי איר זאגט א נקודה
זינט בעלזא שטעלט צו די לייוו טשענעלס פון די הייליגע מראות, זאגן די מחנכים אז ביי די וואס זענען רעגיסטירט עס מיטצוהאלטן און פארפאסען נישט פון מיטצוהאלטן די לעבעדיגע סצענע'ס, איז ביי זיי דא א פיל גרעסערע פראצענט וואס היט ערליכער תורה ומצוות.
..
ס'געקומען אין אימעיל דער צעטיל בנוגע הוראת מהר"א לחסידיו איבער נעמען א טייל אין די בעלזא צאמקומען
איז עס א אמת'ר צעטיל ?
נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2017 3:47 pm
דורך קורקלענד
איך ווייס שוין נישט וואס איז ערגער. גיין קיין בעלזא אדער גיין צום פויבסט. ווייל אויף בעלזא האלט און איין קומען צעטליך אבער וועגן גיין צום פויבסט זעהט אויס איז נישט אזוי הארב......
נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2017 4:00 pm
דורך איש את רעהו
נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2017 4:01 pm
דורך סמבטיון
איש , כהאב נישט געוויסט אז די קענסט גרעפיק אויך? שיינט צו זיין א צעטיל פון די זלונים
נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2017 5:37 pm
דורך תורה ומדע
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער בעש"ט האט געהאלטען אז מ׳זאל זיך מדבק זיין אין סיי וועמען און אזוי ארום זיך באשיצען פון זונות?
דאס נאכאנאנדיגע טוישען טערמינען לויט דער נויט איז שקר. דער בעש"ט האט מחדש געווען שקר? זיך מתדבק זיין אין א צדיק האט גארנישט מיט פארטיי, גארנישט מיט משפחה נעמען און גארנישט מיט פאמפ. דאס קומט פון די גוים, און דער בעש"ט איז נישט קיין גוי געווען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דער בעש״ט האט מחדש געווען אז פשוטע אידען זאללען זיך מדבק זיין אין צדיקים שטייגען בתורה וביראה,און צוזאמען בייקומען דעם יצה״ר. די מתנגדים האבען נישט אויף געטוהן ביים המון עם דאס וואס די חסידים האבען באוואוזען. די היינטיגע מתנגד׳ישע וועלט פראבירען אויך ארויס צו נעמען די חסידישע מושגים און דאס פאר רופען אויף זייער מסורה. צום ביישפיעל די מושגים פון דעת תורה, שמירת עיניים, טבילת עזרא, צניעות הלבוש, בארד און פיאות, און נאך. דאס האט אמאל נישט עגזיסטירט אין די ליטא בכלל.
ליטוואק, אז דו ווילסט מען זאלל דין הארכען דארפסטו מודה זיין און געבען קרעדיט דארטען ווי עס קומט.
נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2017 5:44 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דו רעדסט שוין ווייטער ליגענט. וואס האט איינס צטוהן מיט דער אנדערע? דער יורש פון בעלז האט קיינער נישט געוויזען אלס צדיק, נישט אלס ת"ח און נישט אלס בעל חסד. וואס האט דער בעש"ט צו טוהן מיט דער וויזיט? וואס האט דאס צוטוהן מיט חסידות? וואס האט דאס צוטוהן מיט קרעדיט? עפען אן אשכול וועגען חסידים און מתנגדים אז דו ווילסט, אבער דאס האט גארנישט מיט דעם איינגעשטויסען.
און דאס איז דיין ליגענט. דאס נוצען דער ווארט 'חסידות' צו פארטיידיגען יעדער גויישע סטייל שריט וואס פארטייען טוהן, כאילו אויף דעם האט מען זיך געדינגען איז ליגענט. דאס מאכט אזא גלויבונג אז אפילו מ'ווייזט אויף שווארץ אויף ווייס אז ס'איז שקר, קען מען זאגען 'דער בעש"ט האט עס מחדש געווען, דעריבער מעג מען טוהן דער שקר'. און איך בין גאר דער מתנגד?!
נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2017 9:09 pm
דורך berlbalaguleh
דער מענטש אויף די רעכטע קארנער פון די קליפ זעהט אויס צו זיין הרה"ח ר' יעקב בער פרידמאן שליט"א פון בארא פארק...איי ער וואוינט נישט אין לאנדאן. און ער האט א גראסערי אין ב.פ...אבער ווען ס'קומט צו אט די זאכן קען ער אייביג מיטהאלטן. דאס איז זיין סחורה...!
נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2017 9:12 pm
דורך סמבטיון
לכאורה איז עס משה רינגעל
נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2017 9:28 pm
דורך איש את רעהו
הרב פדווא מיטן בעלזע רב
נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2017 9:31 pm
דורך איש את רעהו
די בי"ד אין לאנדאן האט ארויסגעגעבן א צעטיל זיך אנעמענדיג פאר די בעלזע אידן וואס ווערן ווייגעטון צוליב זייער רבי'ס אויפירונג
בי"ד בעט מען זאל נישט די בעלזע אידן ווייטון
נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2017 9:56 pm
דורך berlbalaguleh
רב פאדווא שליט"א איז א וואוילער איד. אבער ער מוז א סאך מאל גיין צוישן די טראפן. אין די מערסטע פעלער שטעלט ער זיך ארויס אויף די זייט פון סאטמאר. ער זוכט זיך נישט קיין צרות. נאך דאס פעהלט איהם אויס אז די סיקריקים ובריונים (פון וועלכע ס'איז דא בשפע אין לאנדאן. צו אונטער'ן נאמען סאטמאר אדער נטורי קרתא. אדער סתם משוגעים.) זאללן איהם אפסטעמפלען אלס ציוני. ער קען אבער נישט פארגעסן די הערכה וואס זיין משפחה האט געהאט נאך אין יוראפ צו די צדיקים לבית בעלזא...! און, להבחל"ח דער זידיטשויבער רבי, זצ"ל האט אויכעט געהאט א שטארקע הערכה צו בעלזא. און אנדערע צדיקי אמת. כאטש זיי זענען נישט געגאנגען אין שפאן און צום געשמאק פון סאטמאר...!
נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2017 10:10 pm
דורך איש את רעהו
נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2017 11:10 pm
דורך גאנצל
איש את רעהו האט געשריבן:הרב פדווא מיטן בעלזע רב
מאי האי ?
איך האלט די סיקריקים זאלן אים שיקן די קולקורא וואס זיי האבן ארויסגעשאסן פאר פורים עטליכע וואכן נאכדעם ווי דער בעלזער האט זיך געטראפן מיט ביבין
נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2017 11:20 pm
דורך איש את רעהו
די דרשה פון רש"ש האט מען שוין געשיקט
נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2017 11:27 pm
דורך איש את רעהו
berlbalaguleh האט געשריבן:רב פאדווא שליט"א איז א וואוילער איד. אבער ער מוז א סאך מאל גיין צווישן די טראפן. אין די מערסטע פעלער שטעלט ער זיך ארויס אויף די זייט פון סאטמאר
ער איז א איידעם ביי סאטמאר רב אין ב"ב זצ"ל
נשלח: פרייטאג מאי 12, 2017 12:57 am
דורך תורה ומדע
א פלא אז אין 2017 קען זיך נאך אזעלכע משוגעים אויפהייבען דעם קאפ.
נשלח: פרייטאג מאי 12, 2017 2:51 am
דורך שבת אחים
ליצנות
נשלח: פרייטאג מאי 12, 2017 3:06 am
דורך שבת אחים
berlbalaguleh האט געשריבן:דער מענטש אויף די רעכטע קארנער פון די קליפ זעהט אויס צו זיין הרה"ח ר' יעקב בער פרידמאן שליט"א פון בארא פארק...איי ער וואוינט נישט אין לאנדאן. און ער האט א גראסערי אין ב.פ...אבער ווען ס'קומט צו אט די זאכן קען ער אייביג מיטהאלטן. דאס איז זיין סחורה...!
ער האט א גראסערי אין ב״פ זייט ווען?
ר׳ בערל סאיז נישט ער! יענער איז לכאורה א בעלזער וואס קוקט אויס ווי אים, איך קען אים שוין 30 יאהר ער האט געלערנט אין מיין קלאס נאך אלץ קליין קינד, זייער משפחה זענען וויזניצער פון אינדערהיים, היינט איז ער איז א ראחמסטריווקער, ניין? וואס זוכט ער אין בעלז אין לאנדאן? סאיז נישט ער.
נשלח: פרייטאג מאי 12, 2017 3:22 am
דורך שבת אחים
כהאב געהערט א קליפ פון דעם בעלזער רב זז״ג אין לאנדאן, ווי ער מאכט א ברכה (דאכצעך) אדער ביי א דרשה, ער וויינט מיט אזא התרגשות, איך האב נישט געוואוסט אז ער איז א מרוגש׳דיגע מענטש, ער וויינט מיט בכיות אזש ער קען נישט קומען צום ווארט. ער האט זיך פארעלטערט און האט זיך געטוישט? אדער אייביג איז ער געוועהן א בעל בכי?
נשלח: פרייטאג מאי 12, 2017 9:59 am
דורך תורה ומדע
תורה ומדע האט געשריבן:א פלא אז אין 2017 קען זיך נאך אזעלכע משוגעים אויפהייבען דעם קאפ.
איך זעה ב"ה אז דער לונדונער ציבור ווערט נישט נתפעל און זיי געבן אפ דעם גאסט דאס כבוד התורה כערכו.
http://www.jdn.co.il/gallery/834289
נשלח: פרייטאג מאי 12, 2017 10:59 am
דורך סמבטיון
עס גייט קיינעם נישט אן און אונז האב מיר ענק אלע פארפאקט, עס איז נאר א בושה און א חרפה וויאזוי די סאטמערע זלונים שקצים פירן זיך אויף צו א גדול בישראל.
נשלח: פרייטאג מאי 12, 2017 11:44 am
דורך איך אויך
הרה''ח ר' חיים קעניג יצא עכשיו מהאדמו''ר מבעלזא שליט''א, הביקור ארך 45 דקות.
נשלח: פרייטאג מאי 12, 2017 11:45 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
תורה ומדע האט געשריבן:תורה ומדע האט געשריבן:א פלא אז אין 2017 קען זיך נאך אזעלכע משוגעים אויפהייבען דעם קאפ.
איך זעה ב"ה אז דער לונדונער ציבור ווערט נישט נתפעל און זיי געבן אפ דעם גאסט דאס כבוד התורה כערכו.
http://www.jdn.co.il/gallery/834289
שוין וידער מיט דיין ליגענט. זיי געבען אפ כבוד בית בעלזא, זיי גיבען אפ כבוד הפארטיי, זיי גיבען אפ כבוד הרעביסטיווע. רוף נישט אן דיין נאנסענעס מיט'ן נאמען 'תורה'. איינער האט שוין א קאפירייט דערויף.