בלאט 4 פון 7
נשלח: מיטוואך מאי 17, 2017 4:46 pm
דורך איש את רעהו
תורה ומדע האט געשריבן:מיר קומט אויס אז די בעלזער חסידים האבען אן עכטער, טיעפער רילעשינשיפ מיטן רבין, וואס האט זיך דיוועלאפט
שוין יארן וואס מע האט זיי איזאלירט אין א ווינקל, דאס ברעינוואשינג איז גארנישט ווינציגער ווי אין גוטאמאלע, די הבדל איז אז מען האט אדאפטירט א מאדערנעזירטע גוטאמאלא.
איש חזון האט געשריבן:צו באלאנסירן צווישן דעם הייליגער רבנו יואל מיט'ן בעלזער רב ז''ל הייסט א חוצפה? מאדנע ביז גאר.
ער האט פוער פיו געווען חוזק געמאכט פון אלע וואס גייען באור תורת התבדלות, בכלל נישט באלאנסירט
זאל ער ווען פארלערנען א שיעור קריינא דאיגרתא צו אין בעיות הזמן וואלט קיינער נישט פערסענעל אים אנגעגריפן.
נשלח: מיטוואך מאי 17, 2017 4:47 pm
דורך [NAMELESS]
איש חזון האט געשריבן:סוי ס'איז א מעטטער פון שפראך?
יא מער ווייניגער, און די חילוק איז הימל און ערד. קענסט די אפטייטש פון ליצנות?
ועוד עס איז א חילוק צו מען אטאקירט די גברא אדער מען דינגט זיך אויף די חפצא.
נשלח: מיטוואך מאי 17, 2017 4:52 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אינטרעסאנט אז קיינער דערמאנט נישט עפעס. בעידן ריתחא פאררעדט מען זיך אמאל. קוק אין אמאליגע תשובות ווי מ'האט געגאסען פעך איינער אויף די צווייטען. וואס איז שוין? ר' אהרן האט זיך פאררעדט? דער בעלזער האט זיך פאררעדט? שוין, אזוי קומט עס. ר' אביש'ל פראנקפורטער האט געשריבען אויף גדולי ישראל אז פאר געלט האבען זיי מתיר געווען אן אשת איש. מ'גיבט זיך אן עצה דערמיט. כך היא דרכה של תורה.
נשלח: מיטוואך מאי 17, 2017 4:56 pm
דורך [NAMELESS]
על פי רוב זענען זיי געווען אין די זעלבע קאטעגאריע אין תורה און אין גיל.
משא''כ ר' אהרן איז געווען א שנוק און קאשוי רב איז געווען רב אינדערהיים @ליטוואק ער האט געהאט אפגעשריבן א חיבור אויף קדשים וואס איז פארלוירן געגאנגען ביים קריג.
די זעלבע זאך די בעלזער קעגן סאטמר רב
די ריתחא דאורייתא האט זיי לכאורה נישט געברענט, מילד גערעדט....
נשלח: מיטוואך מאי 17, 2017 5:03 pm
דורך [NAMELESS]
און חוץ מזה איז עס געשריבן אין א פריוואטע תשובה צו א רב ער האט נישט געטראכט מען גייט דאס דריקן אזוי.
האט זיך איינער אמאל אויפגעשטעלט פאר זיין קהילה און באווטשען פערזענליך א אנדערע רב?
נשלח: מיטוואך מאי 17, 2017 5:04 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
נישט ווייל ס'איז ריתחא דקדושה קען מען עס פארגעבען, נאר ווייל א מענטש איז מער ווי איין מימרא זיינער. דער גאנצע מענטש ווערט נישט געמאסטן מיט איין מאל וואס ער פארלירט זיך. יא, אן עוולה געטוהן, זיי האבען עס נישט געדארפט צו זאגען. אבער מער ווי דעם איז עס נישט.
נשלח: מיטוואך מאי 17, 2017 5:05 pm
דורך [NAMELESS]
עס ווייזט אויף די פערסינאליטי פון די מענטש אין יענע תקופה.
א וודאי העלפט תשובה. גערעכט אפשר מעג מען ניטאמאל רעדן דערפון
נשלח: מיטוואך מאי 17, 2017 5:15 pm
דורך לך לך
סתם נייגעריק, וואס מיינט קאנאניזאציע
נשלח: מיטוואך מאי 17, 2017 5:22 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
עמעזאן האט געשריבן:עס ווייזט אויף די פערסינאליטי פון די מענטש אין יענע תקופה.
א וודאי העלפט תשובה. גערעכט אפשר מעג מען ניטאמאל רעדן דערפון
תשובה איז זיין פראבלעם. פאר אונז צוקוקערס, מאכט די גאנצע זאך נישט אויס
נשלח: מאנטאג מאי 22, 2017 10:31 am
דורך געוואלדיג
אקעי רבותי, די אלע פארדרייטע הודעות וועגן מהר״א און קאשויער רב והמסתעף ליגט אינעם ברוינעם אפטיילונג ומשם תדרשנו.
נשלח: דינסטאג מאי 23, 2017 3:09 am
דורך איך אויך
דער האט גאנץ א זיסע אויסשפראך.
http://picosong.com/Mtne/
די צולאזטע בעלזע רעקארדינג קעגן סאטמארע
נשלח: דינסטאג מאי 23, 2017 4:40 am
דורך איש את רעהו
נישט אלעס אין לעבן גייט ווי מען וויל
אליש מיט די קינדער האבן אויסגעשפילט די דינאסטיע
רב וואזנער וואס איז שוין יא געקומען האט נאך א קורצע וויילע פארלאזט די סצענע
הגאון רבי אליקים האט אייך נישט געוואלט טרעפן ער איז אוועק פון געגנט צוליב די בעלזא טעראר
הגאון מ'פשעווארסק וויל זיך נישט טרעפן
וואס קען מען טון נישט אלעס אין לעבן גייט ווי געפלאנט...
באמת זענט איר נישט שולדיג, ווען די הנהגה זאל נישט גיין מיט א גאנג פון שטויסען אויף גדו"י מדור העבר וואלט עטץ געשטאנען בעסער.
נשלח: דינסטאג מאי 23, 2017 6:06 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך וואלט געוואלט וויסען ווען האט ר' יענקעלע געזען א קאפו אין זיין לעבען. דער בעלזער דרשן דארט דארף זיך אויסלערנען וויאזוי צו באקען מעשיות
נשלח: דינסטאג מאי 23, 2017 10:56 am
דורך סמבטיון
אליש מיט די קינדער האבן אויסגעשפילט די דינאסטיע..
ממש, דע עולם דארט אין לאנדאן איז צישאסן פונעם דורכפאל, און קען פשוט נישט אנגיין מיטן סדר היום, אה , אליש האט אזוי אויסגעשפילט דעם רב, מקען זאגן אז עס האט זיך פשוט נישט געלוינט די גאנצע נסיעה.
די אנדערע דורכפעלער וואס דו רעכענסט אויס איז פשוט אומבאשרייבלעך , די ווייטאג שפירט זיך זייער ווייט.
נשלח: דינסטאג מאי 23, 2017 12:44 pm
דורך cictim
belz1.jpg
belz2.jpg
belz3.jpg
נשלח: דינסטאג מאי 23, 2017 1:01 pm
דורך היסטאריקער
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך וואלט געוואלט וויסען ווען האט ר' יענקעלע געזען א קאפו אין זיין לעבען. דער בעלזער דרשן דארט דארף זיך אויסלערנען וויאזוי צו באקען מעשיות
גערעכט, ער איז געווען אין סיביר במשך די גאנצע תקופה
נשלח: דינסטאג מאי 23, 2017 3:07 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב געהערט פון איינעם, אז ר' יענקעלע האט געזאגט אז צווישען די אידען אין סיביר און טאשקענט, ווען ער האט געבעטען א טובה האט ער עס גיכער באקומען פון א מאדערנער ווי פון א פארפרומטע. ביז קאפוס איז נאך דא א גאנג.
נשלח: דינסטאג מאי 23, 2017 8:20 pm
דורך איש את רעהו
סמבטיון האט געשריבן:אליש מיט די קינדער האבן אויסגעשפילט די דינאסטיע..
די אנדערע דורכפעלער וואס דו רעכענסט אויס איז פשוט אומבאשרייבלעך , די ווייטאג שפירט זיך זייער ווייט.
פון די טעראר און לחץ וואס מען האט געדריקט אויף די אלע הנ"ל אז זיי זאלן קומען כאפן א בילד אינאיינעם קוקט אזוי אויס
הער די קללות פון יענע רעקארדינג און נאך פילע וואטסעפפ מעסעדעזשעס וואס גייען ארום, און זאג די די מסקנות
ווען נישט מ'איז מבזה דערמיט תמימישע פארגלייבטע אינעם בעלזער - הם ומשפחתם- וואלט איך געלייגט זייערע קללות וואס קורסירן פין זייערע וואטסעעפ
נשלח: דינסטאג מאי 23, 2017 9:28 pm
דורך I'm back
איש את רעהו האט געשריבן:סמבטיון האט געשריבן:אליש מיט די קינדער האבן אויסגעשפילט די דינאסטיע..
די אנדערע דורכפעלער וואס דו רעכענסט אויס איז פשוט אומבאשרייבלעך , די ווייטאג שפירט זיך זייער ווייט.
פון די טעראר און לחץ וואס מען האט געדריקט אויף די אלע הנ"ל אז זיי זאלן קומען כאפן א בילד אינאיינעם קוקט אזוי אויס
הער די קללות פון יענע רעקארדינג און נאך פילע וואטסעפפ מעסעדעזשעס וואס גייען ארום, און זאג די די מסקנות
ווען נישט מ'איז מבזה דערמיט תמימישע פארגלייבטע אינעם בעלזער - הם ומשפחתם- וואלט איך געלייגט זייערע קללות וואס קורסירן פין זייערע וואטסעעפ
די בעלזער וויינען אויפן נסיעה.
זיי וואלטן געוואלט צוריקדרייען די זייגער כדי צו זיין פאניע בראט מיט רבי זאלמאן.
נשלח: דינסטאג מאי 23, 2017 9:30 pm
דורך איש את רעהו
זיי זענען אפסעט
נשלח: דינסטאג מאי 23, 2017 9:31 pm
דורך I'm back
איש את רעהו האט געשריבן:זיי זענען אפסעט
נישט סתם! זיי וויינען עכט שטארק!
נשלח: דינסטאג מאי 23, 2017 9:38 pm
דורך איש את רעהו
I'm back האט געשריבן:איש את רעהו האט געשריבן:זיי זענען אפסעט
נישט סתם! זיי וויינען עכט שטארק!
אנשטאט'ס וויינען און זיך עגבערן
נעמט א חלק אין א סאטמארע חסד אקציע אינטערגענימען געווארן ממש אין די לעצטערע שעות, העלפט א אידיש קינד פון אומקומען חלילה, לאמיר באחדות העלפן א איד בעת צרה
זייטס מנדב
נשלח: דינסטאג מאי 23, 2017 11:46 pm
דורך I'm back
איש את רעהו האט געשריבן:I'm back האט געשריבן:איש את רעהו האט געשריבן:זיי זענען אפסעט
נישט סתם! זיי וויינען עכט שטארק!
אנשטאט'ס וויינען און זיך עגבערן
נעמט א חלק אין א סאטמארע חסד אקציע אינטערגענימען געווארן ממש אין די לעצטערע שעות, העלפט א אידיש קינד פון אומקומען חלילה, לאמיר באחדות העלפן א איד בעת צרה
זייטס מנדב
זיי זענען זיך משתתף, קען מען יעצט ווייטער וויינען.