בלאט 4 פון 8
Re: דורכברוך: חתונה אין ביהמ"ד, להחזיר עטרה ליושנה
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 4:04 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אין איינער פון מיין ערשטער תגובות אין ק"ש האב איך אנגערירט די נקודה. ווען די ווייבער האבען אין קאפ אז מ׳קויפט נישט וואס מ׳קען נישט ערלויבען, איז שוין אלץ לייכטער. ארויסמופען איז לייכטער, פרויען ארבעטען ווען ס׳פעלט אויס איז לייכטער, קויפען ביליגער איז לייכטער. עפענען דער טיר אין קאפ איז אן אריינגאנג צו כל מיני גוטע זאכען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 4:16 pm
דורך אייז קריעם
תורה ומדע האט געשריבן:אה"נ באמת וואלטען אללע פארפעלק געדארפט ווארטען ביז די 25 יאהר.
שמעתי אז און א געוויסע חסידות גייען אלע קאפלס אויף ב"ק די ערשטע זעקס חדשים נאך די חתונה מחמת די פלייץ פון גיטין.
אתם בכיתם בכיה של חינם
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 4:20 pm
דורך מיש-נייעס
די פראבלעם מיט אייך אלע קאווע טרינקער
איר האלט אין איין האקן אויפקן סיסטעם און וויינען און באוויינען, הלמאי מיר זענען אזאנע פערדן און מיר גייען כצאן לטבחה, קאפ אין וואנט
הכל מודים דאס איז דאך די שטימע וואס קאווע שטיבל וויל ארויסגעבן על כל פנים פון די 90% געזינטע... מעמבער'ס דא אין שטיבל
איר זענטאך נישט צופרידן פונ'ם פאנאטישע אייוועלט, איר זיכט דאך אז איינער זאל אריינרייסן דעם סיסטעם אינעם זיבעטן ריפ
טא אז איינער טוט דאס ארבעט פאר אייך וואס ווערט איר אזוי ווילד
אה! איך כאפ שוין איר ווילט א מנהיג וואס זאל נישט פאלגן דעם פערדישן סיסטעם... נאר ער זאל פאלגן אייער פערדישן סיסטעם... דאס וועט נישט געשעהן, איז וואס האקט איר א טשייניק, אייער פערד'יש בלוט איז עפעס רויטער פון דאס ביז יעצטיגע? און אפילו איר האלט אז יא, מוז דאך דער ראש ישיבה נישט האלטן ווי אייך.
איר זענט פינקט ווי ערווארד סנאודען וואס האט פארדאמט פרייהייט, צוליב דעם ווייל דאס פרייהייט איז נישט גענוג פריי, און איז אנטלאפן צו קאמאניזים וואס איז 100% קאמיוניזים...
אזא פנים האט איר, איר זענט גוט צו שטויסן אויפן סיסטעם אבער אז איינער וואגט זיך צו טוהן עפעס קומט ארויס אז בהמה בלייבט בהמה און פערד בלייבט פערד...
אתם בכיתם בכיה של חינם... אייער וויינען דא אין קאווע שטיבל איז קינדערישע וויינערייען, ווייל אז עס רומט איינער און פירט אויס למעשה, לויפט יעדער צוריק
ממש ווי חדר יונגליך, ווי יעדער שרייט איך וועל איהם געבן... איך וועל איהם ווייזן... איך האב א שטעקן... איך וועל איהם צוקנאקן... אבער ווען דער כיתה ט' יונגל קומט צולויפן, לויפן אלע ווי דער שאף אנטלויפט פונ'ם וואלף
ווי האט ראפשיצער רב געזאגט נער בלייבט נער און מקח בלייבט מקח[/]
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 4:40 pm
דורך אייז קריעם
זייער פיין געזאגט. מיר זענען אלע טשיקנס.
מיינער א חבר האקט אלס אויפן סיסטעם. ווען זיין טאכטער האט געוואלט גיין צו בעיס בראך'א סקול האט ער געשיקט בריוון מלא חניפה און זיי געשיקט מתנות אפילו נאכן לא נתקבל, פשוט וויי זיי האבן אזוי שטארק "געטרייט".
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 4:42 pm
דורך בת קול
עמעזאן האט געשריבן:שמערל האט געשריבן:עס איז גענוג א ווייטאג אז מען פארט צוזאם צוויי מינדעריעריגע קינדער, און מען שפילט חתונה.
אז דאס ווערט נאך באגריסט דורך נארמאלע מענטשן אלס א פארשריט, איז נאך א פיל גרעסערע ווייטאג...
וואס עפעס מינדעריעריג?? זיי ווייסען בעסער וואס מיינט חתונה האבן ווי דו האסט געוויסט 2 יאר נאך דיין חתונה.
גראדע איז דאס מיידל אן איידל קינד און האט גארנישט געוויסט.
Re: דורכברוך: חתונה אין ביהמ"ד, להחזיר עטרה ליושנה
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 4:48 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
נישט יעדער וואס טוישט איז עס א גוטע זאך.
הער אויס דער ראטה אביסל, וועסטו זע׳ען אז דער ישועה קומט נישט פון איהם.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 5:32 pm
דורך מיש-נייעס
הוא אשר דיברתי די פערד ברומען, נישט ווייל זיי ווילן אז דער בעל עגלה זאל זיי פירן אין א גוט'ן וועג, די פערד ווילן אז דער בעל עגלה זאל נישט פארן אין די אלטע דירעקציע וואס פירט צו בלאטע, זיי ווילן דער בעל עגלה זאל גיין צו זייער דירעקציע וואס פירט צום בלאטע...!
Re: דורכברוך: חתונה אין ביהמ"ד, להחזיר עטרה ליושנה
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 5:48 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
עמעזאן האט געשריבן:זיי זענען 17 יאר.
די איין יאר ביז די 18 מאכט אויס??
קאנפירמד די כלה איז 17.10 מאכט די 2 חדשים אויס ?
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 6:00 pm
דורך [NAMELESS]
@שמערל גיט א שרייב די מיידל איז 16. און א כוואליע מיט קללות. און דא ווערט מען געוואר אז די מיידל איז כמעט 18....
דאס פאסט זיך פאר ווילימסבורג 30 יאר צוריק... ממש נישט צו גלייבן אז גאר אין קאווע שטיבל 2017 זאל אזוי צו גיין אינפורמציה.
קלאר שטעלונג החתן וכלה דידן זענען נענטער צו 18 ווי צו די 17
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 6:09 pm
דורך מנוחה ושלוה
געוואלדיגע שריט
חזק ואמץ !
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 6:47 pm
דורך אישתישבי
אונז זענען גלויביג נאך אלעמען.
בנוגע דער עיקר ענין, ר' יואלי ראטה איז פין די וואס האבן אויפגעטוהן א געוואלד, אוודאי קען מען חוזק מאכען קריטיקירן, אבער זיינע אויפטוהנגען זענען מער ווי אסאך חסיד'ישע רעביס וואס האבן גע'ירש'נט זייער קרוין און נאר פראבירט גרעסער צו מאכען דער מוסד דורך טעראר וכו'.
ממילא איז די אלע וואס ווילען אים קריטיקירן פאר ארויסברענגען א וויכטיגע פראבלעם פין חתונה מאכען ספענדען און זיין סאלושען פין חתונה מאכען אין בית המדרש, און קענען נישט אראפ שלינגען א ביטערע פיל, אז אלע רבי'ס רבנים האבן נישט געהאט די קוראזש פין פארעכטן דער טראוואסי פין חתונה מאכען ביינונז חוץ ער, זאלען אראפ בייגען דער קאפ און לכל הפחות שווייגן.
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 7:54 pm
דורך shem-tov
מיש מאש דיינע תגובות קומען עפעס אריין גראב אוין בלוי
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 7:56 pm
דורך shem-tov
איך האב שוין פריער געפרעגט אויב איינער ווייסט פון עקספיריענס וויפיל געלט שפארט מען זיך דא
ווייל מיר זעהט בכלל נישט אויס ווי מען שפארט זעך עפעס
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 8:23 pm
דורך [NAMELESS]
shem-tov האט געשריבן:איך האב שוין פריער געפרעגט אויב איינער ווייסט פון עקספיריענס וויפיל געלט שפארט מען זיך דא
ווייל מיר זעהט בכלל נישט אויס ווי מען שפארט זעך עפעס
יעדע זאך וואס פעלט נישט אויס ספענט מען נישט. איינע פון די זאכן איז די זאל.
וויפיל מען שפארט זיך? בערך 40 אלפים!
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 9:20 pm
דורך אייז קריעם
די ביליגסטע זאל קאסט היינט 16000.
און בית מדרש קאסט עס מן הסתם 3000.
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 9:23 pm
דורך איש את רעהו
אייז קריעם האט געשריבן:די ביליגסטע זאל קאסט היינט 16000.
און בית מדרש קאסט עס מן הסתם 3000.
אפילו אז די דיפרענץ זאל זיין נאר 1000
די רעש וואס עס מאכט אז מען זאל אויפהערן לעבן פאר יענעם איז ווערט אלע געלטער.
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 10:20 pm
דורך shem-tov
ווי פריער דערמאנט איך האב גרויס רעספעקט פאר רבי יואל אבער פארקויף נישט קיין לאקשען מען שפארט זיך נישט קיין איין דאלער אדרבה אויב עפעס קאסט עס מער!! די איינציגסטע פארדינסט איז פובליסיטי פאר רבי יואל און דאס אליינס איז אויך זייער חשוב
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 10:22 pm
דורך shem-tov
האסט שוין געהערט דעם כלל: ביליג איז טייער
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 10:25 pm
דורך גאנצל
מ'שפארט גארנישט ?
וועלכע נאך זאל איז אומזיסט ?
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 10:33 pm
דורך איסר האטלקי
shem-tov האט געשריבן:האסט שוין געהערט דעם כלל: ביליג איז טייער
האסט שוין געהערט דעם כלל: וואו ס'נאס דארט גליטשט זיך?
כ'מיין, וואס קומט עס דא אריין?? א זאל קאסט? א בית מדרש נישט.
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 10:39 pm
דורך shem-tov
אקעי סאו נעם אוועק אלע הוצאות וויפיל קאסט א ביליגע זאל בלויז דער זאל אליינ. ווייסטו?
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 10:41 pm
דורך [NAMELESS]
shem-tov האט געשריבן:אקעי סאו נעם אוועק אלע הוצאות וויפיל קאסט א ביליגע זאל בלויז דער זאל אליינ. ווייסטו?
פרדס זאל קאסטן 10 אלפים
נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 10:48 pm
דורך shem-tov
נאכאמאל איך רעד אן גארנישט נישט קיין סעודות, קיין וועיטערער, קיין פאטגרעפער, בדחן, שפילער גארנישט בלויז א טרוקענער זאל