בלאט 4 פון 4
נשלח: דאנערשטאג יולי 06, 2017 11:10 am
דורך שבת אחים
berlbalaguleh האט געשריבן:בלו מאאן: איך האב גערעדט איבער אן אנדערן 80 יעריגן איד וועלכער איז פארמשפט' צו לעבנסלענגליכע תפיסה. אריינגעדרייט דורך זיינע אייגענע נעפיוס (ברודער'ס קינדער) וועלכע זענען געגאנגען אין קאורט און מגלה געווען א טייל פון זיינע מעשים טובים וואס ער האט אנגעשטעלט. זיי האבן נאכנישט אויסגעפונען אלעס. אבער דאס איז א רעזולטאט פון וואוינען בשכינות פון נאנטע משפחה מיטגלידער. אפשר איז דא א הסבר עפ"י נגלה אויך פאר די צוואת ר' יהודא החסיד וועלכער האט געזאגט אז 2 ברידער'ס זאללן נישט וואוינען צוזאמען אין איין הויז. ער האט עס באזירט אויף א פסוק אין די תורה...ס'שטייט. כי ישבו אחים יחדיו...ומת אחד מהם...! אבער, עכ"פ מ'זעהט אז ס'איז נישט א גוטע זאך. א יעדער דארף שטרעבן זיך צו פארטראגן מיט די שכנים. אבער משפחה זאללן זיך נאר טרעפן אויף שמחות. נישט אריין קריכן א יעדער אין דעם אנדער'נ'ס קישקעס...!
אויב רעדסטו פון הרה״ח ר׳ נפתלי ש. שליטא מחסידי סאטמאר/וויזניץ
ער האט נישט ממש באקומען א לעבנסלעגליכע תפיסה, ער קומט שוין ארויס נאך אביסל האפענטליך.
עס איז כדאי צו באמערקן אז דער ר׳ נפתלי האט געטוהן א געוואלד מיט צדקה וחסד אין זיינע יאהרן, אזש אז ער איז געגעאנגען זיצן די ערשטע מאהל מיט יאהרן צוריק ווייל ער האט געוואלט ארויסהעלפן א צווייטען איד וועמען ער האט בכלל נישט געקענט פארדעם, א וויזניצער חסיד פון שיכון וויזניץ בני ברק. ער האט געוואלט אינטערקויפן די ריכטער. דאן זענען אלע גרויסע רבנים געפארן קיין וואשינגטאן צו פרעזידענט קארטער שתדלן פאר אים, די באוויסטע בילד פון די ברך משה, די באבובער רב הרה״צ ר׳ שלמה, און ר׳ מאטעלע איז פון יענע באגעעגניש לטובת ר׳ נפתלי.
איך רעדט נישט אריין אין זייער משפחה געפעכט, איך ווייס נישט וואס דארט איז פונקטליך געשעהן, אבער איין זאך איז זיכער ר׳ נפתלי האט א הארץ פון פוטער, איך קען אים פערזענליך, ער איז א גיטע חבר מיט מיין טאטע, ער האט אלע יאהרן געדאווענט אין וויזניץ אויף 6 ליע עווניא אינדערווארכן, און ער איז א פייערדיגע חסיד פון ר׳ מאטעלע זז״ג.
די אנדערע זייט משפחה קען איך אויך, איך בין א פערזענליכע פריינד מיט איינע פון זיינע נעפיוס הרה״ח ר׳ ש. י. שליטא פון ב״פ א סאטמאר חסיד מהר״א, ער איז א וויואלער איד א זעלטנע פיינע הארץ, א ריזיגע בעל צדקה בסתר ובגלו. ער קומט צו אלע מיינע שמחת פון אנפאנג ביז די ענדע.
איך קען נישט גלייבן אז אזא איד זאל האבן געטוהן אזא זאך, און למעשה איז ער מיין איך טאקע נישט געוועהן פארמישט אין די פרשה מיטן פעטער.
נשלח: דאנערשטאג יולי 06, 2017 12:04 pm
דורך טאמבל סאס
איך פארשטיי נישט. דאס אז א מענטש האט א הארץ פון פוטער און העלפט מענטשן מיינט שוין אז מען מעג פארקוקן ווען ער צינדט פייערס, בגנבעט די פובליק'ס טעקסעס, באגנבעט אינשורנס קאמפאניס און פרובירט אונטערצוקויפן ריכטער? ווי שטייט אז א באנטש מיט חסד איז דוחה א באנטש מיט אכזריות? אויף דעם שטייט לא מעוקצך ולא מדובשך.
נשלח: דאנערשטאג יולי 06, 2017 12:23 pm
דורך תורה ומדע
די מידיע מעלדען אצינד אז נאך 12 מענשען זענען באשולדיגט מיט וועלפעיר פראאד אין די לייקוואודער פרשה. טאטאלל האלט מען שוין ביי 26 מעהנער און פרויען.
נשלח: דאנערשטאג יולי 06, 2017 4:13 pm
דורך diff
טאמבל סאס האט געשריבן:איך פארשטיי נישט. דאס אז א מענטש האט א הארץ פון פוטער און העלפט מענטשן מיינט שוין אז מען מעג פארקוקן ווען ער צינדט פייערס, בגנבעט די פובליק'ס טעקסעס, באגנבעט אינשורנס קאמפאניס און פרובירט אונטערצוקויפן ריכטער? ווי שטייט אז א באנטש מיט חסד איז דוחה א באנטש מיט אכזריות? אויף דעם שטייט לא מעוקצך ולא מדובשך.
צינדט פייערס,וואסי שלעכט?
בגנבעט די פובליק'ס טעקסעס, וויזו?
פרובירט אונטערצוקויפן ריכטער? וואסי שלעכט?
נשלח: דאנערשטאג יולי 06, 2017 8:10 pm
דורך שבת אחים
טאמבל סאס האט געשריבן:איך פארשטיי נישט. דאס אז א מענטש האט א הארץ פון פוטער און העלפט מענטשן מיינט שוין אז מען מעג פארקוקן ווען ער צינדט פייערס, בגנבעט די פובליק'ס טעקסעס, באגנבעט אינשורנס קאמפאניס און פרובירט אונטערצוקויפן ריכטער? ווי שטייט אז א באנטש מיט חסד איז דוחה א באנטש מיט אכזריות? אויף דעם שטייט לא מעוקצך ולא מדובשך.
הער אויס קודם כל כהאב קיינמאל נישט געזאגט אז מ׳מעג טוהן וואס ער האט געטוהן. איך האב אים אויף די רגע נישט דן געוועהן וואס ער האט געטוהן מיט א פייער אינשאורינס קאמפני, און מיט אינטערקויפן די ריכטער.
קודם די מעשה מיט די ריכטער איז נישט ממש אזוי געוועהן, ער האט אים געקענט, אדער ער האט געקענט זיין ראביי, און ער איז דאן אראפגעפארן זיך בעטן צו אים אז דער איד פון ארץ ישראל האט א שטוב מיט קינדער, בקיצור ער האט נישט געמעגט זאגן דריי ווערטער וואס ער האט אריינגעווארפן דארט, און מ׳האט אים אויף דעם אמגעשמירט א גאנצע קעיס... די אמעריקאנע יוסטיץ סיסטעם איז נישט עפעס הונדרעט פראצענט גערעכט אייביג, זיי ווייסן נישט ווי איין און ווי אויס, אלעס איז בלעיק און ווייט, נישטא קיין מיטל וועג, און אז דו גלייבסט נישט קוק וואס סאיז געשעהן מיט רובאשקין און מיט טויזנט אנדערע. אויך איז כדאי צובארמעקן אז ר׳ נפתלי איז פון די אלטע אונגארישע דור און דעמאלטס זענען די חרדישע אידן נאך געוועהן נייע אמיגראנטן דא און זיך נאכנישט פונקטליך אויסגעקענט מיט די סיסטעם. זיי האבן געטוהן אלעס וואס זיי האבן געקענט, אריינגערענכט פארצייטישע מיני השתדלות... אבער געמיינט האט ער גוטס. ער האט עס געטוהן פאר א מענטש וואס ער האט בכלל נישט געקענט פארדעם.
הער אויס, איך קען אסאך מענטשען וואס האבן באגנבנט אנדערע און אנגעטוהן כל דבר אסור און זיי זענען היינט די שיינע ״מזרח אידן״ די ״פני הדור״, די דאזיגע מענטשען האבן פונקט אזוי באגנבט יעדע גאווערמענט פראגרעם וואס זיי האבן געקענט, זיי האבן אויך באגנבט יחידים, אינדיוויליע מענטשען, ר׳ נפתלי האט ווי ווייט איך ווייס נישט באגנבט קיין ״קליינע מענטשען״ ער האט באגנבט ״די גאווערמענט״ און גרויסע ״פייער אינשאורינס״ קאמפניס וואס האבן נאך די גניבה נאכאלץ געהאט פון ווי שבת צומאכן. אט די אינשאורינס קאמפניס האבן באגנבט די ״המון עם״ און ווען זיי האבן געקראכט האט זיי די גאווערמענט מיטן די געלט פון די ״המון עם״ אויסגעבעילט און זיי געגעבן שווערע ביליאנען...און אין די זעלבע יאהר וואס די גאווערמענט האט זיי נעבעך געמוזט אויסבעילן האבן זיי זיך נישט פארמינערט אין געהאלט, נאר גאר פארקערט די קעפיטליסטישע אינשאורינס קאמפניס ארבעטאר און די הויכע שישקעס האבן געמאכט א פארטי מיט די גאווערמענטס געלט און זיך גענומען פאר זייערע ארבעטארער שווערע מיליאנען אין bonuses אן טאפ פון זייערע ״הויכע געהאלט״...
איך זאג נישט מ׳מעג טוהן וואס ר׳ נפתלי האט געטוהן, מ׳טאהר עס אויסדרוקליך ״נישט״ טוהן, אבער טוה מיר א טובה ער וועט נישט אפגע׳פסלט אז ער האט באגנבט א אינשאורינס קאמפני, און אז ער האט פראבירט ארויס צונעמען א צווייטע איד פון תפיסה און טוהן א חסד, אפילו ער האט עס געטוהן מיט ״א טיפשותדיגע וועג״.. למעשה גנבנן פון אזעליכע חברה איז א שטיקל בחינה פון א הגונב מן הגנב... איך וואלט עס טאקע נישט געטוהן, און איך וואלט קיינעם נישט גע׳עצהט צוטהן, אבער מ׳האט שוין געהערט אזאנס.
נאכמאל אלע גנבנן... ער איז כאטש א פיינער, ער האט כאטש געשעירט די גניבה מיט אנדערע, ער איז אלע יאהרן געוועהן א געוואלדיגע לב טוב, עסקן, בעל חסד, און בעל צדקה און מ׳טאהר דעס נישט פארגעסן אדער צונעמען פון אים.
וועגן די משפחה זאכן רעדט איך נישט אריין, איך האב קיינמאל נישט געהערט קיין פרטים, סאיז א פריוואטע פייט, נישט מיין ביזנעס.
א זייטיגע הערה
ווער געדענקט ווער סהאט די ערשטע געהאט official plates אין וויליאמסבורג?
ווער האט די ערשטע געהאט א ״קאר פאון״ ??
דער ענטפער איז ר׳ נפתלי
יא? האב איך רעכט????
סתם א זייטיגע באמערקונג.
נשלח: דאנערשטאג יולי 06, 2017 9:47 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער עקסטרעמער שפראך פון 'אכזר' איז אויך נישט אין פלאץ. אפיל ווען ער גנב'ט פון דער קאמפאני, איז ער נישט קיין אכזר. ווען איינער זעט א צווייטע ליידט און ער ווינטשט איהם אן נאך מער ליידען, איז ער אן אכזר.
נשלח: דאנערשטאג יולי 06, 2017 11:06 pm
דורך berlbalaguleh
שבת אחים: איך האב נישט געזאגט אז ר' נפתלי (אז דו האסט שוין אויסגעזאגט דעם נאמען) האט באקומען ..."אפיציעל"...א לעבנסלענגליכע סענטענס. אבער דאס איז פאקטיש אזאנס. חוץ אויב מ'האפט אז ער וועט לעבן ביז די 135 יאר...!
אוי ווי איך האב געזאגט. אז ער איז אייביג געווען א לב טוב און געזוכט צו טון טובות פאר אידן. איך געדענק זיינע אפיש'ל פלעיטס. ווייל דאמאלס איז ער טאקע געווען א וויכטיגער מענטש. נישט נאר אין קהילת סאטמאר. נאר אויך ביי די שטאטישע פאליטישנ'ס. גלייך נאך וואס דער מנוול עד קאטש איז געוועלט געווארן פאר מעיאר איז ר' נפתלי געווען איינער פון די מענטשן וועלכע האבן געהאט א מיטינג מיט די ספיקער פון סיטי קאונסיל...! ער האט געהאט א ניטטינג פעקטארי אויף וואלאבאוט סטריעט. וואס איז היינט א סעלף סטאורידזש בילדינג. און איך וויין פאר איהם א יעדן טאג וואס ער זיצט אין תפיסה...!
Re: שוין ווידער.. ארעסטס אין לעיקוואוד
נשלח: פרייטאג יולי 07, 2017 10:27 am
דורך יהושע חיים
עפעס האב איך געהערט אז ער איז די וואך באפרייט געווארן
נשלח: פרייטאג יולי 07, 2017 1:42 pm
דורך שבת אחים
יא, איך האב יעצט געפרעגט א באקאנטען, ער איז פריי..! דריי חדשים דארף ער גיין צו א העילפוועי-הויז שלאפן ביינאכט, חוץ שבתים און ימים טובים. נאך די דריי חדשים איז ער אינגאנצן באפרייט ב״ה.
ברוך מתיר אסורים.
ר׳ בערל די 135 יאהר איז גאנץ שנעל דורך.
ער האט מסתמא געהאט קבוצת הדרך, אדער איז ער געפארן מיט א טיים מאשין...
נשלח: זונטאג יולי 09, 2017 3:46 am
דורך כלבאשבוע
שבת אחים האט געשריבן:די אנדערע זייט משפחה קען איך אויך, איך בין א פערזענליכע פריינד מיט איינע פון זיינע נעפיוס הרה״ח ר׳ ש. י. שליטא פון ב״פ א סאטמאר חסיד מהר״א, ער איז א וויואלער איד א זעלטנע פיינע הארץ, א ריזיגע בעל צדקה בסתר ובגלו. ער קומט צו אלע מיינע שמחת פון אנפאנג ביז די ענדע.
איך קען נישט גלייבן אז אזא איד זאל האבן געטוהן אזא זאך, און למעשה איז ער מיין איך טאקע נישט געוועהן פארמישט אין די פרשה מיטן פעטער.
סתם לידיעתך, דער נעפיו ש.י. פון וועם די רעדסט איז יא געווען אינוואלווד אין די מסירה נאר ער האט שפעטער אפגעצויגן קיין בארא פארק ווען ער האט געזען כי כלתה אליו הרעה און אנגעהויבן דארט שפילן שיינער איד
נשלח: זונטאג יולי 09, 2017 5:34 am
דורך שבת אחים
כהאב שוין דאס געהערט צעהן מיליאן מאל פאר פארשידנע מענטשען. אלעס איז מעגליך. אבער איך קען אים שוין יאהרן פאר א אמתע לב טוב, סאיז שווער צוגלייבן אז די מענטש זאל האבן געטשעפעט א פליג.
זייט איך קען אים, קען איך מעיד זיין אז דער איד איז א צדיק. אייביג גרייט צוהעלפן אנדערע, אייביג א שמייכל, א גיט ווארט, האלט זיך נישט גרויס.
רעדט צו יעדעם מיט די גרעסטע מאס רעספעקט, טיילט שווערע געלטער פאר צדקה, טאג און נאכט.
אבער אלעס איז מעגליך, און קען זיין אז ער האט זיינע חשבונות מיטן פעטער, מקען קיינמאל נישט וויסן. און וויבאלד איך קען נישט פונקטליך די מעשה מיט די דיטעילס, און דא זעה איך א זעלטנע פיינע מענטש, האט ער ביי מיר חזקות כשרות. איך וואלט אים געטראסט.
נשלח: זונטאג יולי 09, 2017 7:04 am
דורך כלבאשבוע
יא יא, הכסף יענה את הכל, ליין די קאורט טרענסקריפטס וועסטו זען אז ער איז געווען א חלק פון די מסירה, די פאר דאללער וואס ער ווארפט ארום טוישט נישט די פאקטן
נשלח: זונטאג יולי 09, 2017 11:52 am
דורך שבת אחים
נישט נאר געלט ווארפט ער, נאר ער איז באמת א פיינע צוגעלאזנע פארשטענדליכע מענטש.
זיין נאמען ווערט דערמאנט אין די טראנסקריפטס??? איי דאונט טינק סאו...
ער האט כמעט נישט געהאט צוטהן מיט די גאנצע זאך, בעיקר איז עס געוועהן זיין ברודער מיט זיין שוואגער. ער איז געכאפט געווארן אינדערמיט.
נעקסט קעיס. ער איז דאך שוין אינדרויסן.
נשלח: זונטאג יולי 16, 2017 4:08 am
דורך שמעקעדיג
פון לעיקוואד רעדט מען, אבער אז עס פאסירט אין די גוי'אישע וועלט הערט מען נישט דא קיין פיפס...
אפאר טאג צוריק איז פארגעקומען א מאסיווע איבערפאל פון דעם גרעסטן העלט קעיר שווינדל פון 1.3 ביליאן! דאלער, און 412 זענען ארעסטירט געווארן... אריינגערעכנט 115 דאקטוירים (וואס ווערן שיין באצאלט אין אלגעמיין), נורסעס, און מעדיקאלע עקספערטן....
זעהט אויס ס'איז פאראן נאך גנבים אויסער די "שלעכטע אידן".
א רחמנות נעבעך אויף די סעלף העיטינג דזשוס אויף VIN וכדומה....
נשלח: זונטאג יולי 16, 2017 4:19 am
דורך קורקלענד
זענען דען נישט רוב דאקטוירים אידן? על כל פנים רוב דאקטוירים וואס גנב'נען? די גמרא האט דאך שוין געזאגט אז רוב גנבי ישראל......
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 23, 2017 10:11 pm
דורך שמעקעדיג
Re: שוין ווידער.. ארעסטס אין לעיקוואוד
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 12:27 am
דורך פליקער
אינזער שמואל היילמאן איז דער הויפט היץ קאפ אין די ארטיקל.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 4:18 am
דורך berlbalaguleh
אונז האמיר שוין געשמועסט אז פראפעסאר שמואל היילמאן'ס זאגן דיעות איבער ערליכע אידן איז פונקט אזוי ווי איינער וועלכער וואוינט אין בראזיל זאלל געבן א דיסערטאציע איבער פאולאר בערן וועלכע וואוינען אין סיביר...ביי איהם זענען ערליכע אידן עפעס א מין עקזאטישע חיה, וואס ער הייבט נישט אן צו קענען איהר נאטור...!
Re: שוין ווידער.. ארעסטס אין לעיקוואוד
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 8:10 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אינטרעסאנט אז א פאר מאנאטען שפעטער, קומען זיי אן מיט אן ארטיקל, און ס׳פאלט זיי נישט ביי צו פרעגען פארוואס קיין איין קלאגע איז נישט אריינגעגעבען געווארען. א ריזיגע טאראראם געמאכט, און ביזדערווייל לאזט זיך עס אויס א בוידעם. מיין חבר וואס מ׳האט איהם ארעסטירט האבען זיי גארנישט צו זאגען. זיי האפען אז דער טומולט האט גענוג געשראקען דער עולם אז זיי וועלען מאכען פלי בארגעינס און זיך אליינס באשולדיגען.
טאמער דער פראסעקיוטער קעו ברענגען א משפחה וואס זאגט אז זיי מאכען 10000 דאללאר און האבען א באנטש קינדער, זאל ער ווייזען.
איין זאך דארפען זיי דערמאנען, אז דער וועד פון לעיקוואד האבען געפיהרט א מערכה מיט דער קריסטי, און פון זיין אפיס איז געקומען דער באפויל צו פארשען דער שטאט לעיקוואד. פארשטייט זיך אז היינט לויפט ארום דער וועד כאילו זיי קענען עפעס ארויסהעלפען, דער פייער לעשער וואס צינד אן די פייער.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 10:18 pm
דורך אישתישבי
וואס מיינסטו צו זאגן "נישט אריין געגעבן געווארען"?
מען האט נישט באשטימט א קארט דאטום?
מען האט געמאכט א ענדייטמענט, און זיי גייען נישט ווייטער?
איך וויל פארשטיין דיין טעאריע מיט די אפיס וואס האט געשפילט מיט קריסטי, וואס האבן זיי געטוהן אים אויפצורעגען?
ער איז א טאקע א נוקם ונוטר.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 7:29 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ס'איז נישט דא קיין אינדייטמענט אויך נישט.
דער 'וועד', וויסענדיג אז ער גייט געווינען, האט נאכאלץ ענדארסד זיין קעגענער קארזיין. ווי אויך ווען ער האט פראבירט נאנט קומען צו זיי, האבען זיי אפגעווארפען זיין בקשה.
דאס ווייס איך פון מענטשען נאנט צו איהם און זיין שטאב, נישט פון גאס.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 7:47 am
דורך אישתישבי
איך זעה טאקע יעצט אין אלע נייעס קוועלער שטייט אז מען באשולדיגט וכו'. איז וואס האט מען זיי געטוהן? אריין געברענגט אין לאקאלע פריסענט און פארגעלייגט אז מען טוט זיי טשארדזשן? און אהיים געשיקט? מען דארף דאך נישט קיין בעיל אהן א ענדייטמענט. און פארוואס טוהן זיי טאקע נישט ענדייטען?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 9:06 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
קיינער האט נישט געדארפט פאסטען בעיל.
כפי הנראה, האבען זיי געטראפען קלייניקייטען, וואס מאכען עכט נישט אויס לגבי די עלידזשעביליטיט זייערע, און יעדער אויפריכטיגע שופט וואלט עס ארויס געווארפען.
נאר די פעדעראלע זענען שוין אינדייטעד.