ליפא האט געשריבן:So ווען האט ער געזאגט אז פאפא רב זאגט א קלוגע זאך? כ'זע עס נישט דא אין דיין קפ באריכט
ווען האט דער ירושלים סאטמארער רב ג'נפחט? כ'זע עס נישט דא אין דיין קפ באריכטן. סיריעסלי, גראו אפ, און גיי צוריק צו דיין אשכול ווי מ'איז דן ווער קען בעסער לערנען.
אה.. מ'רעדט דא פון די פאנטש ליינס פונעם אסיפה. קוקט אויס ווי דו ביזט אינעם ראנג אשכול...
ליפא האט געשריבן:So ווען האט ער געזאגט אז פאפא רב זאגט א קלוגע זאך? כ'זע עס נישט דא אין דיין קפ באריכט
ווען האט דער ירושלים סאטמארער רב ג'נפחט? כ'זע עס נישט דא אין דיין קפ באריכטן. סיריעסלי, גראו אפ, און גיי צוריק צו דיין אשכול ווי מ'איז דן ווער קען בעסער לערנען.
אה.. מ'רעדט דא פון די פאנטש ליינס פונעם אסיפה. קוקט אויס ווי דו ביזט אינעם ראנג אשכול...
די פאפא רבי חלק איז געווען סתם א הערה, משא''כ רח''צ'ס נפיחה האט פארטריבן הרה''ק מ'רויטה
גארנישט קיין הערה... ס'געווען די entertainment פונעם טאג נעכטן ביי גאנץ כלל ישראל אויף WhatsApp... אויב ביזטו אן ארוני זיי מיר מוחל... דו זעסט אויס שטארק בייז..
signout האט געשריבן:ער האט געזאגט ער גלייבט אז קיין איין רבי אין אר"י, נישט דער גור רבי, נישט דער בעלזא רבי, נישט דער וויזשניץ רבי, נישט קלוזנבורג רבי וכו', קיין שום איד פון אר"י וואס לייגט תפילין יעדן טאג האלט אז מ'מעג גיין אין צה"ל.
און איך האב געמיינט אז ער ווייסט יא אביסל וואס טוט זיך...
אסאך ערליכע אידן אין ארה"ק יריאים ושלימים האלטן אז ס'איז מצוה מן התורה צו גיין אין מיליטער!
איש את רעהו האט געשריבן:מהרא האט דאך פארלאנגט אן אסיפה פון אלעמען הייסט נאר בעלז גיר וויזניץ מעג זיין און עמרם ט"ב טאר נישט זאגן גארנישט ?
עניוועי, מהרי"י האט פארדינט אזויפיל דאס אז די מציאות איז אנטפלעקט געווארן אז ווען מען מאכט ווען יא פאר בארקליעס א כינוס הרבנים מיט מהרא וואלט די גאנצע מעשה זיך אויסגעלאזט מיט א בוידעם
און יעצט אז מ'האט יא געמאכט בארקלעיס זעיט מען ביי די אסיפה אז מ'האלט ביי אלף
ביי אלף? ביסט נישט דאהי קוקט אויס, די קאך פון מהרא איז בארקליעס, גיי פרעג די אלע וואס זענען יעצט אינעם עסק פארמישט די ברען צו טון איז די שטורעמישע אסיפה, די בעפאר און דערנאך
די נייע רעדאקציע אינעם בלאט האט אנגעהויבן א "הייליגע קאמף" קעגן רבי שמואל שליט"א זיי ברענגן ארויס אז עס הערשט א סכנה אויפן יהדות החרדית המתבדלת מאגודת ישראל אז זיי וועלן פארוואנדעלט ווערן אין ציונים דורך די "נייע בריק" צום אגודת ישראל פארטיי הרב אוירבאך....
דער כותב המאמר זאגט צווישן די שורות אז מיר האבן נישט קיין ספעציעלע אגענדע קעגן איינע פון די ליטווישע ראשי ישיבה די פוינט זיינער איז מיסודו פאלש, ווער עס האט געהערט אלע לעצטערע מהרא דרשות און די אויפטריט ביים כינוס הרבנים נאך בארקליעס הערט זייער קלאר זיין פערסענעל מלחמה קעגן דעם ראש ישיבה רבי שמואל און עס איז קיין סוד די שפראך וואס די בני ברק'ע מהרא חסידים האבן איבער רב שטיינמאן
ר' מלכיאל קוטלר ביים אסיפה: אלע רבנים און ראשי ישיבות זענען שוין היינט מודה אז עס איז דא א גזירה גיוס בני ישיבות און אפילו די 2 ראשי ישיבות זענען אויך מודה נאר זיי האבן נישט די גבורה
ר' אהרן האקט אריין: חשובע ראש ישיבה די 2 ראשי ישיבות שרייבן דען נישט אין נאמען פון אלע רבי'ס
ר' מלכיאל: איך ווייס בידיעה גמורה אז אלע ראשי ישיבות ווייסט היינט אז עס איז א גזירה און אפילו די 2 ראשי ישיבות זענען שוין אויך מודה
ערשטענס, דער פארשעי׳ער רב צוזאמען מיט דער מטה אהרן האבען פארגעשלאגען א הויפען גאונות, ממש א שטיק ראגאטשאווער מיט איינשטיין גם יחד. וואס איז עס? מ׳זאל, נישט מער און נישט ווייניגער, ארויס קומען מיט א קול קורא. יא יא, ווי דו הערסט. א קול קורא (ווייטער וועט מען עס אנרופען בר"ת א קו"קו) במלא תפארתה. דער קו"קו גייט הילכען אין קלאנגען, ס׳גייט באמבעדירען און שרייען, און נישט נאר דאס, ניין. דאס גייט זאגען נישט אנדערש ווי ׳יהרג ואל יעבור׳, אפילו גייען אין מיליטער פאר איין מינוט, יא יא, איין מינוט איז ביהרג ואל יעבור. דאס איז געווען א שארפען צושטעל פון א גמרא ערגעץ פארשטעקט אין דער ווייטער פסחים מסכת, ווי אויך אין סנהדרין און כתובות, און פאר דער אסיפה האט מען ניטאמאל געוואוסט פון אזא אפציע. און ווי יעדער ווייסט, זענען די קו"קו׳ס אייביג די בעסטע מיטעל צו ערקלערען און פאדערען פון מענטשען וואס צו טוהן. גלייך ביים זע׳ען דער קו"קו, וועט יענער אויסטוהן די מאנדירען און שטייען אין די גאטשעס, הרב שטיינמן אליינס וועט אויפהערען דינען אין מיליטער. פונקט ווי יעדער ווארפט ארויס די סמארטפאונ׳ס און די סט. מאריץ זייף.
שוין, ויפתח ה׳ את פי הקדושת דוד פון לעיקוואוד, און ער איז געקומען מיט נאך א גרעסערע אויפרייס. האהא, דו האסט געמיינט אז דער קו"קו עצה איז דער שפיץ? ניין ניין, ס׳קומט בעסערס. וואס איז עס טאקע? כובש זיין דער יצר הרע, אן קיין שהיות און צווייפלען. נאר דערדרוקען דער יצר פון קאפ ביז פיס. און וויאזוי פרעגסטו? לערנען מוסר, טובל׳ן אין מקוה, זאגען תהלים? ניין, די זיינען אלטמאדיש, נאך א בעסערען איינפאל האט ער. ס׳איז קענטיג אז ער פיהלט בעמקי נפשו דער געוויכט פון די פראבלעם, און ער ווייסט אז אויף זיין דינע פלייצעס הויערט דער צוקונפט פון דער גאנצע ישוב אין א"י. פון דער געפיהל פון אחריות האט ער געוואוסט אז נאר אן עצה וואס מוז געלונגען, נאר אן ערשטע קלאס עצה דארף מען זוכען. גענוג מיט די שטותים און לייכטקייטען, מ׳דארף עס זיגען איין מאל פאר אלע מאל. דאס איז דורך ׳מתפלל זיין׳. יא, אזוי זיגט מען דער יצה"ר, והגזירה חלפה הלכה לה.
נו נו, איז געקומען זיין שוואגער ר׳ אריה מלכיאל, דער וועלטס בארימטע ראש ישיבה, וואס נאך יארען פון זאגען שיעורים אויף נשים נזיקין האט געדרוקט ראשית ביכוריו אויף רמב"ם הלכות תשובה, און ער האט געהאט גאר אן אנדערען לעזונג. וואס זאגט ער? מ׳זאל מאכען א יום תפלה. דו האסט געמיינט אז מ׳קען נאר מאכען א גולם (און יעצט א גאנצע צימער פול)? ניין. מ׳קען גאר מאכען א יום אויך. אבער נישט סתם א יום, א יום תפלה. לכאורה פאר דער שרעק פון אזא ערשיינונג, דארף דער גזירה זיך שוין באהאלטען טיף אונטער׳ן טעפיך.
און נאך איין עצה איז דא, גאר א קלוגען עצה פון דער קלוגער רב. און וואס זאגט הרב קלוגער? מ׳זאל, כמיטב מסורת אונגארישע רבנים, האלטען דרשות, אויפטרעטען בלע"ז און מסביר זיין פאר די כוללים אין א"י וואס מ׳האלט ביים אסיפה אין מאנסי נ.י..
און די זיינען נישט ווי די אנדערע קלים ורקים וואס נעמען אן דער גזירה גלייכגילטיג און פארשטייען נישט די הארבקייט. די זענען די בעלי דעת וואס זענען דן בכובד ראש, מיט די פארשטאנד פון וואס קען זיין און וואס מיינט מיליטער.
אלה אלהיך ישראל! מי כעמך ישראל!
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
במאמר המוסגר, זייט ווען איז דינען אין מיליטער געווארען א יהרג ואל יעבור? פון די קליפ זעהט אויס ווי כלם פה אחד זענען מסכים דערצו, ראטטענבערג, טייטלבוים און שעכטער. ווער עס ווייסט האבן אסאך סאטמארע יודן געדינט אין מיליטער נאך אין די בראשית יארן ווען ס'געווען כפיה, און מ'האט זיך נישט געלאזט הרגנן דערפאר. ואפילו לפי שיטת הויואל משה האט מען אייביג געוויסט אז דייקא גיין אין בחירות איז יהרג ואל יעבור, ווייל דעמאלס האסט אליינס א חלק אין די ממשלה, אבער סתם דינען אין מיליטער, איז שוין א חידוש. א חוץ אויב וועט מען זאגן אז ס'איז יא דא א גזירה פארשטיי איך, ווייל ס'איז בגדר שעת השמד..