בלאט 4 פון 4
Re: די טיילונג
נשלח: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 9:15 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
shtriemel האט געשריבן:אנה"נ. אבער כל זמן א גרויס חלק פון דער עולם האט א סמארטפאן וועט איינע פון די צוויי געשען. די דריטע אפשען איז מ'גייט מבער זיין די אינטערנעט אזויווי מ'האט ארויסגעריסען די טעלעוויזיע.
בין איך אן אפיקורס אז כ'על נישט גלייבען אז ס'נאך אפילו מעגליך?
סמארטפאון איז נישט טעלעוויזיען סמארטפאון איז א וויכטיגע זאך פארן מענטש, און ס'קומט אויך מיט אינטערטעינמענט משא"כ טעלעוויזיע. העכסטענס וועט עס אויסקוקן ווי דו פרומע אין ארץ ישראל ווי רוב אבער ממש רוב עולם האט צוויי טעלעפאונס איינס דע טעראזירטע און איינס די נארמאלע, און אין די זעלבע צייט עלען די מוסדות בארבארן האבן נאך א אינקאם
נשלח: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 9:35 pm
דורך shtriemel
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:סמארטפאון איז נישט טעלעוויזיען סמארטפאון איז א וויכטיגע זאך פארן מענטש, און ס'קומט אויך מיט אינטערטעינמענט משא"כ טעלעוויזיע. העכסטענס וועט עס אויסקוקן ווי דו פרומע אין ארץ ישראל ווי רוב אבער ממש רוב עולם האט צוויי טעלעפאונס איינס דע טעראזירטע און איינס די נארמאלע, און אין די זעלבע צייט עלען די מוסדות בארבארן האבן נאך א אינקאם
פשט איז אז די הנהלה/מוסדות/סיסטעם לאזט עס צו.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 10:19 pm
דורך קורקלענד
טעלעוויזיע ווען עס איז ארויסגעקומען האט מען אויך געזאגט אז עס איז וויכטיג פארן מענטש. אויך האבן זיי פארקויפט אז עס וועט העלפן שטארק פאר עדיוקאציע. אויסגעלאזט האט זיך עס מיט די יארן אז ס'איז נאר א פראבלעם.
אינטערנעט לדעתי איז אנדערש....
Re: די טיילונג
נשלח: מיטוואך אוגוסט 16, 2017 6:55 am
דורך יעלה ויבא
איז די די טיילונג אין קראפט?
lead, follow, or get out of the way!
נשלח: מיטוואך אוגוסט 16, 2017 7:07 am
דורך [NAMELESS]
די נומבער אויפ'ן צעטל איז רעגזשיסטעד אלס עפעס א וועד משמרת, איך ווייס אבער נישט קיין דיטעילס. גיבטס אכטונג ווען עטס רעדטס צו זיי...!