בלאט 4 פון 5
נשלח: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 5:34 pm
דורך [NAMELESS]
איר באציעט זיך צו ראבערט לי פערזענליך, איך מיין אז דאס איז נישט די ריכטיגע נידון, די שאלה דארף זיין וואס רעפרעזענטירט די סטאטוע, וועלכע אספעקט פון לי'ס לעבן וויל מען ארויסהייבן דערמיט?
נשלח: זונטאג אוגוסט 20, 2017 12:40 am
דורך וואלווי
פלאוויוס האט געשריבן:אויב וואלט די לאגיק געווען אנדערש, וואלטן די סטאטוען און פענער געדארפט באטראכט ווערן ווי פארראט קעגן די פאראייניגטע שטאטן. ס'איז אבער נישט באטראכט געווארן אזוי במשך די לעצטע הונדערט פופציג יאר.
די איינציגסטע סיבה פארוואס די אלע סטאטוען און פענער פון די קאנפעדערעט זענען
נאך געווען אין פאבליק די לעצטע הונדערט פופציג יאר איז נישט אזוי פיל די צו ס'איז בארעכטיגט אלס א פערספעקטיוו אדער ווייל זיי האבן געקעמפט געטרייעהייט פאר זייער איינוואונער כאילו ס'וואלט געווען א מלחמה צווישען צוויי פעלקער. די סיבה פארוואס ס'האט עקסעסטירט איז פשוט ווייל די ראסיזם איז נאך געווען בתקפו, אויב נישט ליגאל, עכ"פ אין ספיריט. די זעלבע זאך איז אפענע אנטעסעמיטיזם. ביז ניטש לאנג צירוק everyone got away with it. היינט איז די מצב אנדערש, מער אפען און עקסעפטינג,
עכ"פ בגלוי, ממילא קען א לאנד פון פרייהייט נישט דעמאנסטרירן סימבאלס פון רעסיזם, און ס'איז קלאר אז די פרינסיפלס אויף וואס מ'האט זיך געשלאגן ביי די סיוויל וואר איז געווען וועגען פרייהייט און נישט עקאנאמי אדער די לעבאר פארס.
ס'איז די בושה וואס איז קובע. למעשה איז א חרפה און א בושה פאר א לאנד וואס שטעלט אוועק פרייהייט צו סימבאלאזירן אזעלעכע העלדן אפילו זיי האבן נישט דוקא געמיינט שלעכטס נאר העלדישקייט צו פראטעקטען זייער בירגער בשעת א קריג.
והא ראי' אז ס'די בושה. קיינער שעמט זיך נישט אז די לאנד פון פרייהייט האט געהארגעט און געגזל'ט לאנד פון מיליאנען נעטיוו אמעריקענס און נאר וועגען דעם איז יד אמעריקא על העליונה.
נשלח: זונטאג אוגוסט 20, 2017 2:00 am
דורך diff
זאגסדאך אליין בושה איז גארנישט. נאר די ווילדער ווילדעווען
נשלח: זונטאג אוגוסט 20, 2017 4:04 am
דורך קורקלענד
[tag]וואלווי[/tag] עס זעהט מיר אויס ווי איר זאגט מער א מיינונג ווי א פאקט. אייער מיינונג איז פאר מיר נישט מער איבערצייגענד ווי [tag]פלאוויוס[/tag]'ס מיינונג.
נשלח: זונטאג אוגוסט 20, 2017 4:08 am
דורך וואלווי
קורקלענד האט געשריבן:[tag]וואלווי[/tag] עס זעהט מיר אויס ווי איר זאגט מער א מיינונג ווי א פאקט. אייער מיינונג איז פאר מיר נישט מער איבערצייגענד ווי [tag]פלאוויוס[/tag]'ס מיינונג.
ס'איז מיין אפיניאן מ'קען זיך קריגען דעראויף.
איך וואלט געוואלט זאגען דעט איטס עי פרי קאנטרי, אבער דעס זאג איך שוין נישט...
אויף וועלעכע פרט זאגסטו אז ס'איז אן אפיניאן?
נשלח: זונטאג אוגוסט 20, 2017 4:11 am
דורך קורקלענד
וואלווי האט געשריבן:קורקלענד האט געשריבן:[tag]וואלווי[/tag] עס זעהט מיר אויס ווי איר זאגט מער א מיינונג ווי א פאקט. אייער מיינונג איז פאר מיר נישט מער איבערצייגענד ווי [tag]פלאוויוס[/tag]'ס מיינונג.
ס'איז מיין אפיניאן מ'קען זיך קריגען דעראויף.
איך וואלט געוואלט זאגען דעט איטס עי פרי קאנטרי, אבער דעס זאג איך שוין נישט...
אויף וועלעכע פרט זאגסטו אז ס'איז אן אפיניאן?
די סיבה פארוואס די סטאטוע'ס זענען שטיין געבליבן פאר די לעצטע הונדערט און פופציג יאר.
נשלח: זונטאג אוגוסט 20, 2017 4:28 am
דורך וואלווי
וועל איך בעסער אויסקלארן מיינע ווערטער:
די לאנד איז געגרינדעט געווארן אויף פרייהייט אלס איידיעל. לעגאל אבער האט עס גענומען יארן ביז מען האט פאראכטן און אמענדעד געזעצען אז דא זאל זיין לעגאלע פרייהייט.
אויף די עבר פון זיך נישט האלטען צו די פאנדעמענטען פון די לאנד דארף מען אבער תשובה טוהן.
לעגאל האט מען טאקע תשובה געטון און מתקן געווען תקנות. ווידער איידיעליסטיש גערעדט, איז די תשובה נישט אזוי שנעל געקומען, און אויף דעם ארויף האב איך געשריבען אז ס'ווענד זיך אין די בושה שבדבר, ווייל עדיין השטן מרקד בינינו, און דארט ווי מ'שעמט זיך נישט צו זיין א ראסיסט שלאגט מען כפרות מיט'ן איידיעל פון אלל מען אר קריעטעד איקאל.
ביז אהער איז פעקטועל.
יעצט, בנוגע צו מ'קען אנרופען ראבערט לי א הערא אדער נישט, און וועגען דעם זאגען אז די טעם פארווואס די סטאטועס און פענער זענען געשטאנען די לעצטע 150 יאר, דאס איז טאקע אן אפיניאן און נישט פאקטועל. אבער ס'איז יענע אפיניאן, אין מיי אפיניאן, אז מ'בארעכטיגט עס אין ענד אוו איטסעלף, מ'קען זיך קריגען דעראויף.
דעוויד דיוק קריגט זיך אויך.
נשלח: זונטאג אוגוסט 20, 2017 1:12 pm
דורך פלאוויוס
גראדעמעכעלע האט געשריבן:איר באציעט זיך צו ראבערט לי פערזענליך, איך מיין אז דאס איז נישט די ריכטיגע נידון, די שאלה דארף זיין וואס רעפרעזענטירט די סטאטוע, וועלכע אספעקט פון לי'ס לעבן וויל מען ארויסהייבן דערמיט?
פארוואס זאגסטו אזוי? איך האב מיך נישט באצויגן דוקא צו ראבערט לי, נאר צו אלע סטאטוען און מאנומענטן וואס זענען געצילט צו געדענקען/ארויסהייבן די העלדן פון יענער מלחמה. ליין איבער וואס איך האב געשריבן. די סטאטוען רעפרעזענטירן אנגעבליך די העלדישקייט פון די קעמפער, אפגעזען פון די מאטיוון צו דער מלחמה מצד די העכערע פענסטערס.
צום ביישפיל, אין דייטשלאנד זענען דא מאנומענטן/סטאטוען וועלכע הייבן ארויס העלדן וועלכע האבן געקעמפט [פאר די דייטשן] ביי דער צווייטער וועלט מלחמה. וואלסטו עס געזען ווי א פראבלעם? קען זיין אז ס'איז דא וואס צו דעבאטירן, אבער דאס איז בכל אופן דער ארגומענט. אזוי מיין איך.
איך וויל אגב קלארמאכן, אויב איך האב נישט גענוג קלארגעמאכט פריער, אז די ארגומענטן פארטרעטן נישט "מיין" זייט. איך פרוביר נאר צו ערקלערן א גרופע פון וועלכער איך בין נישט קיין טייל, און מיט וועלכע איך בין נישט גענוג באקאנט. איך בין זיכער אז ס'זענען דא אנדערע וואס קענען די פאקטן בעסער ווי מיר, און זיי וועלן מיך קענען אויסגלייכן דארט וואו איך בין גרייזיג. בסך הכל פרוביר איך...
נשלח: זונטאג אוגוסט 20, 2017 1:31 pm
דורך פלאוויוס
וואלווי האט געשריבן:
די איינציגסטע סיבה פארוואס די אלע סטאטוען און פענער פון די קאנפעדערעט זענען נאך געווען אין פאבליק די לעצטע הונדערט פופציג יאר איז נישט אזוי פיל די צו ס'איז בארעכטיגט אלס א פערספעקטיוו אדער ווייל זיי האבן געקעמפט געטרייעהייט פאר זייער איינוואונער כאילו ס'וואלט געווען א מלחמה צווישען צוויי פעלקער. די סיבה פארוואס ס'האט עקסעסטירט איז פשוט ווייל די ראסיזם איז נאך געווען בתקפו, אויב נישט ליגאל, עכ"פ אין ספיריט. די זעלבע זאך איז אפענע אנטעסעמיטיזם. ביז ניטש לאנג צירוק everyone got away with it. היינט איז די מצב אנדערש, מער אפען און עקסעפטינג, עכ"פ בגלוי, ממילא קען א לאנד פון פרייהייט נישט דעמאנסטרירן סימבאלס פון רעסיזם, און ס'איז קלאר אז די פרינסיפלס אויף וואס מ'האט זיך געשלאגן ביי די סיוויל וואר איז געווען וועגען פרייהייט און נישט עקאנאמי אדער די לעבאר פארס.
איך דערהער דעם צד. דאס איז דער דאמינאנטער צד אינעם אמעריקאנער דיסקורס. דער צד שכנגד טענה'ט אז די סימבאלן פון די קאנפעדערעסי קומט נישט שטיצן ראסיזם, נאר ס'וויל ארויסהייבן די העלדישקייט פון די קעמפער און זייער מסירות נפש פאר קאנסטיטוציאנעלע פרינציפן (בשעת ס'איז געהאנגען די פראגע צי די פעדעראלע רעגירונג קען צווינגען אינדיווידועלע שטאטן צו פארבלייבן א טייל פונעם בונד). וואס די רעזשים פון די קאנפעדערעסי האט געגלייבט בשעתו, און וואס זייערע מאטיוון זענען געווען צו דער מלחמה, איז נישט קיין סתירה צו דעם.
אגב, צוליב היסטארישער פונקטליכקייט וויל איך קלארמאכן אז די מאנומענטן זענען אויפגעשטעלט געווארן אפאר צענדליגער יארן נאכ'ן בירגער קריג, נישט גלייך נאכדעם. ס'איז לכאורה נישט מעלה ומוריד צום שמועס, נאר איך האב עס נישט געוואוסט פריער. די טענות פון ביידע צדדים זענען ווייטער אינעם פריערדערמאנטן שניט.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 1:38 am
דורך מי יקום
וואס איז פשט אז קושנער מיט זיין רעבעצין פארדאמען נישט די פאריגע וואכעדיגע, ווילדע ראסיסיטשע נעא-נאציס מארש ווי די מארשירער האבן אין די עפענטליכקייט געשריגן אנטיסמיטשע סלאוגאנס ווי "JEWS WILL NOT REPLACE US"?
כהאב געזעהן די VICE NEWS קליפ, א שוידער איז מיר דורך אין מיינע ביינער. כהאב נישט געגעלייבט אז דעס קען געשעהן אין אמעריקע אין 2017.
די אויפשטייג פון נאציזים אין די ענדע דרייסיגער יאהרן איז אויך נישט געגאנגען פון איין מינוט אויף צווייטן, ס׳האט גענומען א שיינע פאר יאהר. מ׳טאר נישט צולאזן סזאל אנגעקומען צו אזא מצב און מ׳טאר אזעליכע פיינטליכע גרופעס נישט לאזן הייבן די קעפ. מילא טראמפ, קומט דאך פון א ווייסע ראסיסטשע בעיקראונד. אבער די טאכטער מיט די מאן שטעלן זיך אהער אלץ אידן? די זעלבע איז אויך שווער אויף אלע אנדערע אידן אין די טראמפ אדמינסטראציע ווי קאהן און מאניוטשין.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 1:54 am
דורך שבת אחים
מי יקום האט געשריבן:וואס איז פשט אז קושנער מיט זיין רעבעצין פארדאמען נישט די פאריגע וואכעדיגע, ווילדע ראסיסיטשע נעא-נאציס מארש ווי די מארשירער האבן אין די עפענטליכקייט געשריגן אנטיסמיטשע סלאוגאנס ווי "JEWS WILL NOT REPLACE US"?
כהאב געזעהן די VICE NEWS קליפ, א שוידער איז מיר דורך אין מיינע ביינער. כהאב נישט געגעלייבט אז דעס קען געשעהן אין אמעריקע אין 2017.
די אויפשטייג פון נאציזים אין די ענדע דרייסיגער יאהרן איז אויך נישט געגאנגען פון איין מינוט אויף צווייטן, ס׳האט גענומען א שיינע פאר יאהר. מ׳טאר נישט צולאזן סזאל אנגעקומען צו אזא מצב און מ׳טאר אזעליכע פיינטליכע גרופעס נישט לאזן הייבן די קעפ. מילא טראמפ, קומט דאך פון א ווייסע ראסיסטשע בעיקראונד. אבער די טאכטער מיט די מאן שטעלן זיך אהער אלץ אידן? די זעלבע איז אויך שווער אויף אלע אנדערע אידן אין די טראמפ אדמינסטראציע ווי קאהן און מאניוטשין.
די פרעשיור פון אידישע גרופעס זענען גרויס. מאונאטשין האט באקומען א בריוו פון 300 געוועזנע קלאסמעיטס פון יעיל יוניווערסטי מיט א בקשה צו רעזיגנירן, אבער ער האט עס דערווייל אפגעווארפן. אלע אידישע גרופעס אזש ביז די ראביי פון איוונאקעס גירות פראדעצור האבן פארדאמט די קושנערס און טראמפס ריאקציע צו שארלאטסוויל.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 2:09 am
דורך קורקלענד
זיי זענען נישט ערשינען אין 2017, זיי גייען שוין אן אזוי צענדליגער יארן.
לדעתי איז מעגליך די סיבה פארוואס טראמפ האט זיי נישט אזוי פארדאמט איז ווייל למעשה זענען די לינקע פראטעסטירער דארט לדעתי גאנץ ווייניג אינטערסירט צו פראטעסטירן נאציזם, זיי זענען דארט מער צו פראטעסטירן טראמפ. נו, וואס זאל ער טוהן? שטיצן זיינע שונאים?
ווי זאגט יענער, פארוואס ווען טראמפ אנערקענט נישט די איצטיגע אטאקע ביים נאמען אלס 'וויינע נאציאנאליסטישע טעראר' נאר סתם אלס טעראר רופט מען איהם א נאצי. אבער ווען אובאמא האט נישט געוואלט אנערקענען איסלאמישע טעראר ביים נאמען האט איהם די מידיא נישט פארופן אלס א דזשיהאדיסט?
די תירוץ איז פשוט......
מיט דעם אלעם וואס טראמפ האט זיך דא אויסגעוויזן צו זיין אביסל היפיקראטיש, שטעלט זיך איצט א שטארקע פראגע אויף די לינקע זייט. הלמאי פארוואס ביי איסלאמישע טעראר האלטן זיי אז אלס ווייניגער וואס מען אנערקענט זיי אלס שוואכער ווערן זיי, און ביי די נעא נאציז וואס זענען טאקע געווען פוחת והולך אין די לעצטע הונדערט יאר, טאקע פארדעם וואס מען האט זיי נישט גורס געווען האבן זיי פלוצלינג איבערגעדרייט זייער גאנצע שיטה??
#אביעקטיוויזם #פאליטיק
נשלח: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 2:16 am
דורך מי יקום
כ׳בין נישט זיכער ווי די לינקע און רעכטע קומען אריין דא. און ווי די מוסלימענער קומען אריין דא. לייג אלעס אין די זייט. פאקטיש האבן נעא-נאציס מארשירט אויף א אופן וואס מ׳האט אין אמעריקע נישט געזעהן פאר צענדליגער יאהרן. טראמפ מיט זיין אידישע טאכטער און איידעם, האבן זיך נישט צוטהן געמאכט בכלל. סאיז נישט קיין קונץ צו פוינטן די פינגער אייביג אויף יענעם. כזאג נישט די לינקע זענען אייביג גערעכט, אבער זיי וואלטן אזאנס קיינמאל נישט צוגעלאזט.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 2:28 am
דורך שבת אחים
קורקלענד. קודם כל נאציס און KKK זענען נישט קיין פארגלייך צו מוסלימענער. פשוט ווייל מוסלימענער זענען רוב פון זיי נישט קיין טעראריסטן משא״כ נאציס זענען מיסדו א פיינטליכע גרופע וואס וואלט אפשר געדארפט זיין מעיקרא איליגעאל. חוץ מזה די לינקע זענען דיוויידעד אויף די אישו. ביל מאהר האלט אז מדארף יא ארויסגיין קעגן איסלאם זעלבסט, און ארויסרופן זייער היפקאראסי. ער האט די וואך גערעדט פון די נושא, און פאריגע וואך האט ער גערעדט דערוועגן מיט פראפעסאר ריטשאורד דאוקינס וואס איז אויך אפענע קריטיקער פון איסלאם און זייערע פאליסיס.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 6:16 am
דורך diff
מפארגעסט אז דע היינטיגע פראבלעם זענען דע מוסלומענער אין די שווארצע וואס שטיצן זיי. דערפאר איז טראמף זיכער בעסער פון אבאמא און מסתם אויך הילערי
נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 12:25 pm
דורך diff
נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 12:42 pm
דורך היכי דמי
רעב ליפא האט אויסגעניצט די כאאסישע צושטאנד צו מאכן א קידוש השם. פאר פאבליסיטי האט זיך עס אים זיכער געלוינט.
https://www.facebook.com/LipaSchmeltzer ... 375483469/
נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 1:40 pm
דורך איך אויך
נעה אן פראנץ יאזעף איז ער נישט אינטרעסאנט דער משוגענער.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 1:46 pm
דורך diff
אפשר מעג מען וויסן ווי זענען געווען די נארמאלע
נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 2:01 pm
דורך diff
נשלח: מיטוואך אוגוסט 23, 2017 9:54 am
דורך diff
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=ggjTgO1eduM[/youtube]
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 2:22 am
דורך שבת אחים
...America the Beautiful KKK leader calls Univision reporter the N-word
In an interview, Ku Klux Klan leader Chris Barker threatens Univision
http://www.cnn.com/videos/cnnmoney/2017 ... y.cnnmoney
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 9:17 am
דורך כלבאשבוע
The crying nazi, Chris Cantwell, from the Vice documentary, has turned himself in and is currently in jail