בלאט 4 פון 18

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 1:41 pm
דורך קאווע טרינקער
נייע ספר "אורות התשובה" איבערגעדריקט מיט א ביאור אויף ענגליש (נעכטען געזעהן אין אייכלערס)
דורך ר' משה וויינבערגער,

א מאדערענע רבי מיט א שטריימל!
דבוק בספרי חובת התלמידים

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 3:20 pm
דורך קווה לה'
שמואל הלוי האט געשריבן:איך האב דעם גאנצן בריוו פון ראגאטשוואווער, אויב איז איינער אינטערסירט קען איך עס ארויפשטעלן דא.


פאר אייער אינפורמציע: אלע בריווען אין ספר "דובב שפתי ישנים" סיינען געפעלטשט דורך דעם מחבר חיים בלאך, א באקאנטער פעלשער (זע לדוגמא זיין ספר "תשובתי להוואטיקן").

טאמער ווילט איר באמת וויסען פארוואס אומזערע גדולים ז"ל האבען מורא געהאט פאר זיינע (נייע) השקפות, איז כדאי פאר אייך צו ליינען מארק שפירא'ס ארטיקעל http://seforim.blogspot.com/2010/10/mar ... -kook.html

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 3:31 pm
דורך קווה לה'
יואליש האט געשריבן:הגם יעדער איז אויף מיטן מי השלוח'ס אויפטוה לגבי זימרי, בין איך מער נתפעל פונעם טיפן געדאנק לגבי פנחס. ווי ער ענדיגט צו: "ונמצא שפנחס הי' במעשה הזה כנער, היינו שלא הי' יודע עמקות הדבר רק ע"פ עיני שכל אנושי ולא יותר, ועאפ"כ הש"י אוהבו והסכים עמו, כי לפי שכלו עשה דבר גדול בקנאתו ומסר נפשו."

דאס איז זייער טיף און טאקע פאסיג לגבי די מערכה קעגן הרב א"י קוק, אז אפי' דער ראדני איד וואס איז נישט משיג גודל ערכו של הרב און רייסט אים אראפ כאחד הריקים, גלייכט גאט דעם וואנזיניגען קנאי און וועט אפי' זאגן אויף אים הנני נותן לו את בריתי שלום, ווייל דער קורצזיכטיגע איד מיינט עס אמת'דיג ווען ער שרייט ארויס פון טיפעניש פון הארצן "קוק ימ"ש." ער מיינט אז ער איז יודע דעת עליון און טיט דעם רצום השם.


זייער גוט געזוגט, רבי יואליש! אוודאי איז דאס דער שפיטץ פון דעם הייליגען אישביצער: מע קען זיין א מאסען מערדער אבער אויב מיינט מען דאס מיט אן אמת זאגט גאט ברוך הוא "לכן הנני נותן לו את בריתי שלום"!

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 3:32 pm
דורך קאווע טרינקער
שלום עליכם קוה' לה', ברוכים הבאים

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 12:08 am
דורך געפילטע פיש
קאווע טרינקער האט געשריבן:שלום עליכם קוה' לה', ברוכים הבאים

שלום עליכם, דאס הייסט א קריעטיוו נאמען פאר א ניק.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 8:52 pm
דורך איך לאך
איך האב יעצט נישט קיין צייט צו שרייבן אבען איין זאך מיז איך זאגען אז די אלע וועס נעמען זיך דא אן פאר הרב קוק קענען נישט קיין היסטערי

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 8:53 pm
דורך יידל
איך שטיי און איך לאך. :D

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 9:01 pm
דורך איך אויך
עס קאסט נישט מער צו זיצן.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 10:45 pm
דורך משה געציל
איך לאך האט געשריבן:איך האב יעצט נישט קיין צייט צו שרייבן אבען איין זאך מיז איך זאגען אז די אלע וועס נעמען זיך דא אן פאר הרב קוק קענען נישט קיין היסטערי

דאס איז איינער פון די עלסטע טאקטיקן ווען מען האט נישט עפעס זאכליך צו ענטפערן, מען שיסט ארויס א סטעיטמענט ווי: יעדער ווייסט, פרעג דיך נאר אביסל נאך, ליין אביסל היסטאריע, און יאלא געגאנגן ווייטער... נעקסט... אה דער שטיינמאן??? ניטאמאל ווערט צו דוסקעסירן...

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 9:03 pm
דורך איך לאך
עס שטיי אין דברי חיים (איך געדענק נישט יעצט ווי) אז די שכל ווערט געפירט לויט דעם רצון, סא עס א שאד זיך צו טענען.
איך וויל נאר דא ארויס ברענגען דא אפאר פאקטן
1)דעם הרב קוק האט מען ארויס געווארפן פון ישיבה ווייל ער האט געליינט ספרי מינות
2) ער שרייבט אז חז"ל האבן זיך טועה געווען און דעם אותו האיש
3) ער גלייכט צו דעם אותו האיש צון הייליגן בעל שם טוב
איך האב נאך צו שרייבן אבער איך וועל עס לאזן פאר א צווייט מאל

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 9:16 pm
דורך יידל
איך לאך האט געשריבן:עס שטיי אין דברי חיים (איך געדענק נישט יעצט ווי) אז די שכל ווערט געפירט לויט דעם רצון, סא עס א שאד זיך צו טענען.
איך וויל נאר דא ארויס ברענגען דא אפאר פאקטן
1)דעם הרב קוק האט מען ארויס געווארפן פון ישיבה ווייל ער האט געליינט ספרי מינות
2) ער שרייבט אז חז"ל האבן זיך טועה געווען און דעם אותו האיש
3) ער גלייכט צו דעם אותו האיש צון הייליגן בעל שם טוב
איך האב נאך צו שרייבן אבער איך וועל עס לאזן פאר א צווייט מאל

1 איז שקר וכזב. פאר 2 און 3 קענסטו דאך געבן מראי מקום, ניתי ספר וניחזי.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 11:26 am
דורך קאווע טרינקער
איך לאך האט געשריבן:עס שטיי אין דברי חיים (איך געדענק נישט יעצט ווי) אז די שכל ווערט געפירט לויט דעם רצון, סא עס א שאד זיך צו טענען.
איך וויל נאר דא ארויס ברענגען דא אפאר פאקטן
1)דעם הרב קוק האט מען ארויס געווארפן פון ישיבה ווייל ער האט געליינט ספרי מינות
2) ער שרייבט אז חז"ל האבן זיך טועה געווען און דעם אותו האיש
3) ער גלייכט צו דעם אותו האיש צון הייליגן בעל שם טוב
איך האב נאך צו שרייבן אבער איך וועל עס לאזן פאר א צווייט מאל

איך לאך...
עס שטייט אין דברי חיים (איך געדענק יא וואו, אין פרשת ויקהל) אז רוב רבנים זענען פון די עירוב-רב! דאס איז שוין דעמאלטס!
1) ווער זאגט די ישיבה איז געווען גערעכט. אלע ראשונים האבן געקענט די אנדערע סייד סטארי
2) פון אדם הראשון ביז דעם רבי'ן זי"ע, האבן די רעכט זיך טועה זיין אין א מענטש (אדם הראשון האט זיך טועה געווען אין זיין ווייב, ער האט איר געגלייבט) און אפילו בנגוע משיחית, איז דאך באקאנט אויף רבי עקיבא וכו'.
3) גלייכט זיי צו מיט וואס?

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 1:14 am
דורך נולד מאוחר
איך לאך האט געשריבן:עס שטיי אין דברי חיים (איך געדענק נישט יעצט ווי) אז די שכל ווערט געפירט לויט דעם רצון, סא עס א שאד זיך צו טענען.
איך וויל נאר דא ארויס ברענגען דא אפאר פאקטן
1)דעם הרב קוק האט מען ארויס געווארפן פון ישיבה ווייל ער האט געליינט ספרי מינות
2) ער שרייבט אז חז"ל האבן זיך טועה געווען און דעם אותו האיש
3) ער גלייכט צו דעם אותו האיש צון הייליגן בעל שם טוב
איך האב נאך צו שרייבן אבער איך וועל עס לאזן פאר א צווייט מאל

יעדער עכטער פארשטיעער טיפער טראכטער איז אפגעפרעגט ביי אונדז.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 2:10 am
דורך berlbalaguleh
גאלד האט געשריבן:דער היסטאריקער ר' אלי' שטיינבערגער ז"ל, א סאטמארע קנאי'שער, האט געווידמעט איינע פון זיינע סעריע ביכער "ליכט שטראלן" איבער רב קוק'ן והמסתעף, ער באשולדיגט איהם דירעקט אויף דעם חברון פאגראם,

דער "היסטאריקער" ר' אלי' שטיינבערג ע"ה איז געקומען פון א חילונישע משפחה און געווארן רעליגיעז און קנאיש. ממילא האט ער נישט געהאט דעם היסטארישן פערספעקטיוו און האט אלעס געשריבן לפי רוח המקןם והזמן. דהיינו. דער מארקעט פאר זיינע ביכער איז געווען אין די קנאישע קרייזן אין ארץ ישראל און וויליאמסבורג. פארשטייט זיך אז אויב ער באשרייבט הרב קוק אין שלעכטע פארבן וועלן זיינע ביכלעך זיך בעסער פארקויפן.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 2:37 am
דורך berlbalaguleh
קווה לה' האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:איך האב דעם גאנצן בריוו פון ראגאטשוואווער, אויב איז איינער אינטערסירט קען איך עס ארויפשטעלן דא.


פאר אייער אינפורמציע: אלע בריווען אין ספר "דובב שפתי ישנים" סיינען געפעלטשט דורך דעם מחבר חיים בלאך, א באקאנטער פעלשער (זע לדוגמא זיין ספר "תשובתי להוואטיקן").

טאמער ווילט איר באמת וויסען פארוואס אומזערע גדולים ז"ל האבען מורא געהאט פאר זיינע (נייע) השקפות, איז כדאי פאר אייך צו ליינען מארק שפירא'ס ארטיקעל http://seforim.blogspot.com/2010/10/mar ... -kook.html

אז די אלע אזוי גערופענע מכתבים אין "ספר" דובב שפתי ישנים זענען געפעלשט איז מען מודה אפיל אין "דער איד". אויב דער זיכרון דינט מיר, געדענק איך אז א שרייבער אין "דער איד" האט געשריבן איבער דעם נושא. און קומט צו דער מסקנא אז אלע "מכתבים" פון גדולי ישראל אין יענעם ביכל זענען פאלש, :oops:

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 1:55 pm
דורך קווה לה'
berlbalaguleh האט געשריבן:
קווה לה' האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:אז די אלע אזוי גערופענע מכתבים אין "ספר" דובב שפתי ישנים זענען געפעלשט איז מען מודה אפיל אין "דער איד". אויב דער זיכרון דינט מיר, געדענק איך אז א שרייבער אין "דער איד" האט געשריבן איבער דעם נושא. און קומט צו דער מסקנא אז אלע "מכתבים" פון גדולי ישראל אין יענעם ביכל זענען פאלש, :oops:


דוכט'סעך אז איז איך האב אמאל געזעהן א ספר'ל פון אברהם יערי וואס ער צונעמט דעם דובב אויף שטיקאלאך. סע, וואלט געווען כדאי עס נאכזעהן: סע'איז פשוט געשמאק!

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 3:11 pm
דורך אוהב דעת

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:06 pm
דורך יאיר
איך האב יעצט צום ערשטן מאל באמערקט דעם אשכול, וועל איך צולייגן מיינע ארימע מיינונגען. אבער קודם וויל איך ברענגען עפעס וואס איך האב פונקט לעצטנס געליינט. הרב גערשטנקארן, דער מייסד פון בני ברק און א מקורב ביים חזון איש און הרב קוק, שרייבט אז ווען הרב קוק איז געגאנגען באזוכן דעם חזון איש איז ער אים אנטקעגן געקומען מיט בגדי שבת!
לגבי דעם עצם ענין. באמת בין איך שוין לאנג אביסל צומישט איבער זיין פערזענליכקייט, אפשר וועלן מיר די שרייבער דא קענען ארויסהעלפן. הרב קוק איז געווען א מח נפלא און א געוואלדיגער מענטש, אבער אביסל.... כ'ווייס אליין נישט וואס. חיבוב הארץ ביז אן עקסטרעמען מאס איז איין זאך. אהבת ישראל ביז אן עקסטרעמען מאס האט מען אודאי געזען ביי נאך גדולים. אבער דער וועג ווי אזוי ער האט געזאגט זיינע געדאנקען זענען געווען עפעס אזוי מאדנע. מאנכע האבן עס דא פארגליכן צו די ווילדע געדאנקען וואס מען קען אפטמאל טרעפן אין חסידישע ספרים. לדעתי איז דאס בכלל נישט קיין צושטעל. ווען א גדול בתורה שרייבט א פארשטופטע תורה אין זיין ספר, וואס ווערט דערטרונקען אין א ים פון געווענליכע תורה'ס איז נישט געפערליך. יעדער ווייסט די כללים פון אין משיבין על הדרוש, ע' פנים לתורה, וכדו'. דער איזשביצער איז דאך גארנישט שולדיג אז מען האט אפירגעקראצט זיין תורה און יעדער חדר אינגל וואס האט נישט קיין אנונג איבער די טיפקייט פון דעם איזשביצער'ס מהלך (נישט אז איך האב יא) זאגט עס נאך. משא"כ הרב קוק, ער האט דאך דאס געפרעדיגט, דאס האט ער געאטעמט און פון דעם האט ער געלעבט. ער האט זיך נישט ארויסגעכאפט ביי א דרשה מיט א קאנטראווערסיעלע מימרא. און דאס איז שוין א קשיא.
איך וואלט געזאגט אז ער געווען צו א שטארקער בעל הרגש, און ועל כולם, ער האט זיך צו שטארק געלאזט פירן פון זיינע הרגשים.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:11 pm
דורך איך אויך
ר' יאיר איר האט גוט ארויס די זאך, שאלת חכם חצי תשובה.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:14 pm
דורך פרומאק
דעס אז ער האט געגעבען די האנט פאר פרויען איז גענוג אים ארויסצושליסען פין אונזערע גדולים, מען דארף וויסען אז ווען מען איז מקיל אין גילוי עריות, ווי גרויס מען זאל נישט זיין, איז מען א קל.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:22 pm
דורך לאדיך אפ
ר' חיים בערלין איז מתיר געבן די האנט פאר פרויען.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:29 pm
דורך [NAMELESS]
עס געשעהט אסאך מאל אז מענטשן, אפילו גרויסע, ווערן צו שארף מיט זייערע מיינונגען ווי אז מאכן איבונגען לשם בנין הארץ איז אזוי חשוב ווי תהלים, אדער אז א ווארט עברית איז ווי ביקן צו א צלם וכדומה, אבער מיר דארפן דן זיין לכף זכות אז אגב חורפייהו לא דק

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:52 pm
דורך יאיר
פרומאק האט געשריבן:דעס אז ער האט געגעבען די האנט פאר פרויען איז גענוג אים ארויסצושליסען פין אונזערע גדולים, מען דארף וויסען אז ווען מען איז מקיל אין גילוי עריות, ווי גרויס מען זאל נישט זיין, איז מען א קל.

דו דערמאנסט מיר פון הרב מנשה פילאפ וואס האט געשריבן אין "דער אוצר" אז אין הרב לאו'ס ביך זענען דא בילדער ווי ער גיבט זיך די האנט מיט פרויען. איי, איך האב דעם בוך ביי מיר אינדערהיים און לא דובים ולא יער? מוז מען ענטפערן ווי קופערניקוס זאגט, אגב חורפייה לא דק.