פרנסה ביי אידן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
boxcover
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 741
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
האט שוין געלייקט: 1983 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל

שליחה דורך boxcover »

געפילטע פיש האט געשריבן:
town1 האט געשריבן:און די בלייב אויפגעקלערט און לאמיך זען ווי די גייסט אנקומען

איך האב מורא פאר אזעלכע סטראשען, און פאר די רעקארד, איך טראג די "אויפגעקלערט טעמפל מיט שטאלץ.
דעינעש האט געשריבן:
.געפילטע פיש האט געשריבן:..איך בין נישט אויף קיין אויפקלערינג אקציע דא.

אפשר דאך !?

דער חתם סופר (ווי אויך די כתב סופר) האט גערעדט א פליסיגן דויטש, (דייטש? גערמאניש? וואסעווער) און האט געדינגען א פרייוועט טיטשער זאל אויסלערנען לימודי חול פאר זיינע קינדער.


town1 האט געשריבן:די "געלערנקייט" פון חתם סופר איז געקומען פון לערנען תורה
באניצער אוואטאר
boxcover
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 741
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
האט שוין געלייקט: 1983 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל

שליחה דורך boxcover »

שמעקעדיג האט געשריבן:אנטשולדיגט פאר מיין נאאיוויטעט,
אבער לו יהא כדבריכם, אויב איז קאלעדזש נישט אזוי געפערליך, דאן פארוואס זענען די גדולים אין די לעצטע דורות ארויס אנטקעגן דעם מיטן גאנצן שארפקייט? פון וואס האבן זיי אזוי מורא געהאט?

זייער פרנסה.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

זיי האבן געהאקט אויף קאלעדזש בעיקר ווייל אמאהל האט דאס געמיינט נישט זיין פרום. און אפילו אויב יא האט מען פארלוירען די תמימות און מער האט יענער זיך נישט געלאזט איינרעדען אז ער וועט דארפען זיך באדען אין פעך טאמער זיין ווייב וועט דרייווען.

היינט למעשה ווען עס איז דא קאלעדזש אויף אן אופן פון בלייבען דער זעלבער, איז דער חשש נאר אז מען וועט נישט מבחין זיין בין קאלעדזש לקאלעדזש.

בכלל דארף מען וויסען אז מען טאר נישט פאלגען די רבנים אויף דער איסור פון נישט גיין צו קאלעדזש. והיינו טעמא.....

עס איז נישט מעגליך צו דעקן דער חודש, ווער רעדט נאך ווען מען דארף חתונה מאכען, א משפחה מיט זעקס זיבען קינדער, ווען אלע גייען שוין אין חדר.

אמאהל האט מען גערעכנט ווייניגער שכר לימוד, און מען האט זיך גערעכענט מיט דיין אינקאם פאר שכר לימוד, היינט טאמער האסטו נישט קיין געלט קענסטו שיקען דיינע קינדער אין פאבליק סקול. כמבואר באשכול שכר לימוד.

ממילא איז אזוי, ווען די זעלבע רבנים וואס זאגען אז מען דארף זיין ארים און נישט גיין אין קאלעדזש וואלטען מיר געגעבען די מעגליכקייט צו זיין א ערליכער איד טראץ זיין א ארימאן, ד.ה. זיי וואלטען אינפארסירט תקנות אויף חתונה מאכען, געמאכט מוסדות און קעמפס מען זאל קענען דארט שיקען פאר ביליג, געמאכט שטעט מען זאל קענען דארט וואוינען פאר ביליג, געמאכט ביליגערע מצות, נו, שמעתי.

למעשה היינט ווען א משפחה מיט אכט דארף האבען לכל הפחות הונדרעט צוואנציג טויזענט א יאר צו לעבען בצמצום און מיט זיך איינרייסען א הנחה אויף שכר לימוד, קען מיר איינער זאגען מהיכן ירק זה חי אויב נישט דורך גיין אין קאלעדזש און זיך לערנען פראפעסיאנאלער פאך?

און איך קען מעיד זיין שמים וארץ פאר א יעדע אינגערמאן וואס ליינט דא, און האלט א יאר צוויי נאך די חתונה, ווילסט נישט פרעגען דיין טאטע אדער שווער? גוט. אבער פרעג נישט דיין רב, ער איז א שקרן (סארי).

גיי צו צוויי דריי אינגעלייט וואס האלטען אינמיטען חתונה מאכען די דריטע קינד, און פרעג זיי אן אמת'ע עצה. און גיי נישט צו קינדער פון רבני פלח אויך נישט, גיי צו פלעינע מענטשן וואס ארבעטן אליין און זייער טאטע איז א עני ואביון.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
פארשפארט