בלאט 3 פון 3

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 01, 2017 5:47 pm
דורך Gimpel
The Gur Chasidim in Israel are to embarrassed to show their faces.

Re: כעמישע קאסטראציע אין גור, פנים אמיתיות-אמנון לוי

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 01, 2017 5:49 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
א. דער בחור זאגט אז ער נעמט נאך zoloft און ער שעלט עס. די מעדיקעישען איז געמאכט געווארען פאר דעפרעסיע, און דאס מאכט דער מענטש פאר א zombie. אפשר דערפאר איז ער נישט גענוג אויפגערעגט פאר דער אמנון לוי, און ער וויל איהם אויפשאקעלען.

ב. ווען מ׳האט גערעדט דערפון א פאר יאר צוריק, האט ליצמאן דאס געלייקענט. דער דזשורנאליסט וואלט געמעגט אפיר ברענגען יענער קליפ.

ג. דער פסיכיאטער איז א פלעינער גענגסטער, כמבואר לכל מי שלמד חכמת הפרצוף. זיין פנים שרייט sleazy ממזר. מיר וואלט נישט געווען קיין חידוש ווען ער פיהרט אן ארגאניזאציע קעגען גער אויך. דער משגיח איז אבער א ריזיגע לאו-לייף. ער האט א גאנצע רעליגיע פון טינופת. דער סטייפלער שרייבט אין זיין בריוו וועגען דער פרוש וואס רעדט זיך איין ער פליעט אין הימל, און דערווייל פאלט ער און פאלט ער. שטעל זיך פאר ווען דער משגיח קומט אין הימל מיט זיין שטרות מזויפות. כספך היה לסיגים סבאך מהול במים. זיים צדקות, זיין פארקוועטשטען שטערן, זיין אנגעצויגענע מינע, אלע איניינעם וועלען איהם אריינשטופען אין שאול תחתית.

ד. דער ב"י האט געמאכט תקונעס פאר יונגעלייט און א ישיבה פאר בחורים. זיין תקונעס האבען נישט געטויגט לדעת גדולי ישראל, אבער ביז דא איז ער נישט אנגעקומען. וועלכע רבנישע אטאריטעט האט דאס איינגעפיהרט? ווער נעמט אחריות דערפאר?

ה. דא זעט מען נאכאמאל די שלעכטס פון דער אינטרנט\סמארטפאון מערכה. מיט׳ן שפעטען אויף די תורה וואס זאגט בצדק תשפוט עמיתך, האבען זיי איינגעפיהרט א גלויבונג אז יעדער וואס נוצט א סמארטפאון איז בהכרח א פערווערט. פון דארט האט זיך עס ווייטער געקייקעלט.

איין תגובה פאסט דא
Death to Humans

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 01, 2017 5:59 pm
דורך Gimpel
The Gur Chasidim are very very depressed they had a big nice chasidus and they fell to lowest of the lowest chasidus.how many more deaths will be till the Gur Chasidim will wake up

Re: כעמישע קאסטראציע אין גור, פנים אמיתיות-אמנון לוי

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 01, 2017 6:12 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
גער איז א פוילישע חסידות. זיי האלטען זיך זייער שטיל. זייערע תלמידי חכמים ווערען נישט בארימט, זייער שמוץ איז באהאלטען, אלס איז שטיל. מיר ווייסען נישט וואס זיי האבען און וואס זיי האבען נישט. אפשר האבען זיי ריזיגע תלמידי חכמים, אפשר האבען זיי דערהויבענע עובדים. אדער אפשר זענען זיי אלע א באנדע שמוציאנעס. אדער א מישאכטס פון אלע סארטען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

Re: כעמישע קאסטראציע אין גור, פנים אמיתיות-אמנון לוי

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 01, 2017 6:32 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
ליטוואק; נאכן קוקן דעם קליפ און דו האסט געזען וויפיל רשעות ואכזריות דארט ליגט, ביזט שוין מודה וויפיל בלוט מ'גיסט "למען החסידות" און נישט סתם ווייל מ'האט זיי אזוי אויסגעלערנט??

Re: כעמישע קאסטראציע אין גור, פנים אמיתיות-אמנון לוי

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 01, 2017 7:51 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
׳למען החסידות׳ מיינט אז מ׳איז מקריב דער יחיד לשם דער כלל. מ׳צווינגט די בחור חתונה האבען מיט די מיידעל, ווייל די חסידות פאדערט אז אזוי האט מען חתונה. מ׳לאזט נישט דער מענטש לערנען לימודי חול ווייל די חסידות שעמט זיך פון די נעקסטע חסידות אין דער טלפון בוך.

דא האבען זיי א קרומע צוגאנג צו אידישקייט און קדושה, אבער דער בחור איז נישט קיין קרבן פאר׳ן כלל. ער איז א קרבן פון קרומקייט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 01, 2017 8:41 pm
דורך berlbalaguleh
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:ליטוואק; נאכן קוקן דעם קליפ און דו האסט געזען וויפיל רשעות ואכזריות דארט ליגט, ביזט שוין מודה וויפיל בלוט מ'גיסט "למען החסידות" און נישט סתם ווייל מ'האט זיי אזוי אויסגעלערנט??

דער גאלדענער אדלער: ס'איז לכאורה דא 2 ערליי חסיד'ישע גרופעס. די ערשטע, וואו מ'דינט נישט קיין פערסאנאליטי קולט, נאר מ'איז זיך און אלעס מקריב למען השיטה (הקדושה). אבער דער פערזאן וועלכער איז געווען דער מייסד השיטה, און דער פערזאן וועלכער פיהרט ווייטער דעם מעסעדזש, זיי זענען צווייט-ראנגיק אין וויכטיגקייט, זייער גדלות און תפארת קומט נאר דורך די שיטה/מעסעדזש. נאכדעם איז פארהאן א גרופ אדער גרופעס וואו ס'איז פארקערט, ס'איז נישט דא קיין צענטראלער מעסעדזש, נאר דער פיגור וועלכער שטייט אין שפיץ פון די גרופ, ער איז דער וויכטיגסטער מענטש, צו ווייל מ'האלט אז ער האט אייגענע גדלות, אדער ער האט אונטער זיך א ייחוס פון דורות גרויסע מענטשן בעלי מופת ורוח הקודש.(אזוי גייט די לעגענדע.)

א חסידות/קהילה ווי סאטמאר לכל ענפיה באלאנגט צו די ערשטע גרופ. די גאנצע מחלוקת דארט איז נאר אויב דער פיהרער פון איין פראקציע געט איבער דעם מעסעדזש גוט אדער נישט...!

לעומת זה. סקווער, ראחמיסטריווקא, און די גאנצע טשערנאבלער גזע, ביי זיי איז דער פיהרער דער צענטראלער און פארהייליגטער פיגור, וועמענס הנהגה ווערט נישט געפרעגט אדער אפגעפרעגט מיט קיין כל שהוא. די מינדעסטע אקציע פון וועלן פארשטיין אדער מסופק זיין אין די ריכטיגקייט און גערעכטקייט פון דעם מנהיג ווערט פארשריגן און אונטערדריקט.

חסידות גור באלאנגט אויך צו די צווייטע גרופ. קיינער וועט זיך נישט טרויען צו פרעגן אדער אפפרעגן דעם באפעל פונ'ם מנהיג, אפילו מ'פארשטייט עס נישט, און ס'גייט אקעגן לאגיק און מענטשליכקייט, און די תוצאות זענען די וועלכע מיר זעהען...!

Re: כעמישע קאסטראציע אין גור, פנים אמיתיות-אמנון לוי

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2017 9:43 am
דורך מפוזרי
ס'האט זיך מיר טאקע געדאכט אז איך דערקען אים פון ערגעץ, אבער איך קען אים נישט פון "משפחה". איז ער שוין אמאל ערשינען אויף אזא סארט דאקומענטרי?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2017 1:42 pm
דורך berlbalaguleh
ראובן: מ'דארף רעדן צו די איזראעלי מעדיקל אסאסיעישן אז זיי זאללן איהם אינוועסטיגעיטן און אוועקנעמען זיין לייסענס. אויב ער האט איינס, בכלל. די ציונים. יא. די ציונים זענען זייער שטרענג איבער די מיני זאכן. נאר ווילאנג ס'איז א היימישע ביזנעס קען ער אנגיין מיט זיינע קרימינאלע מעשים און שארן געלט אין קעשענע...!

נשלח: זונטאג נאוועמבער 05, 2017 10:08 pm
דורך אברך משי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ג. דער פסיכיאטער איז א פלעינער גענגסטער, כמבואר לכל מי שלמד חכמת הפרצוף. זיין פנים שרייט sleazy ממזר. מיר וואלט נישט געווען קיין חידוש ווען ער פיהרט אן ארגאניזאציע קעגען גער אויך. דער משגיח איז אבער א ריזיגע לאו-לייף. ער האט א גאנצע רעליגיע פון טינופת. דער סטייפלער שרייבט אין זיין בריוו וועגען דער פרוש וואס רעדט זיך איין ער פליעט אין הימל, און דערווייל פאלט ער און פאלט ער. שטעל זיך פאר ווען דער משגיח קומט אין הימל מיט זיין שטרות מזויפות. כספך היה לסיגים סבאך מהול במים. זיים צדקות, זיין פארקוועטשטען שטערן, זיין אנגעצויגענע מינע, אלע איניינעם וועלען איהם אריינשטופען אין שאול תחתית.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk


ליטוואק יקירנו איר זענט זייער שארף!
Ani Low Tachas Chakirrrah Poh
ער קוקט מיר אויס סך הכל צו זיין א אמעריקאנע יאקל מפוקל וואס די גורע חסידים האבן מיט א גוטע חוש הריח געטראפן אין עמען א שותף צו קענען דורכפירן זייערע פלענער, נישט קיין גרויסע חכם און נישט קיין קליינע טיפש און נאכדערצו דערלייגט ער אוואדע נישט קיין געלט ביים געשעפטל

נשלח: זונטאג נאוועמבער 05, 2017 11:44 pm
דורך תורה ומדע
דער ב״י איז געווען אבסעסיוו מיט די ענינים און קאליע געמאכט עד היום.. דער היינטיגען מאכט א חורבן אין לערנען כידוע. טא ווי קען דאס זיין א נארמאלע תורה׳דיגער געזעלשאפט, אהן נוצען דעם שכל אין תורה און אהן דאס הארץ צו די משפחה. א וואונדער אז ס׳נאך נישט פארהאנען א ווידערשטאנד אין גור פון נארמאלע מענשען.

Re: כעמישע קאסטראציע אין גור, פנים אמיתיות-אמנון לוי

נשלח: זונטאג אפריל 15, 2018 10:34 am
דורך אונטער חכם
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א. דער בחור זאגט אז ער נעמט נאך zoloft און ער שעלט עס. די מעדיקעישען איז געמאכט געווארען פאר דעפרעסיע, און דאס מאכט דער מענטש פאר א zombie.

אנטשולדיגט ליטוואק, איך זעה דיר אויס ווי א zombie?
זעהסט דאך אז אפילו די קאמענט האט מיר אויפגערעגט.

נשלח: זונטאג אפריל 15, 2018 11:14 am
דורך געפילטע פיש
אינטערעסאנט אז מ'האט ארויפגעברענגט דעם אלטן אשכול. פונקט היינט נאכט קומט פאר א טיי אווענט אין בארא פארק פאר דעם גור'ע מוסד "רפואה" וואסגיבט זיך אן מיט די פיל טיילערייען. (זיי האבן געטוישט דעם נאמען פון וועל להצלת הדורות צו רפואה נאכן פנים אמיתיות קאנטערווערסיע.)

נשלח: זונטאג אפריל 15, 2018 11:41 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אונטער חכם האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א. דער בחור זאגט אז ער נעמט נאך zoloft און ער שעלט עס. די מעדיקעישען איז געמאכט געווארען פאר דעפרעסיע, און דאס מאכט דער מענטש פאר א zombie.

אנטשולדיגט ליטוואק, איך זעה דיר אויס ווי א zombie?
זעהסט דאך אז אפילו די קאמענט האט מיר אויפגערעגט.

ביסט גערעכט, איך האב געשריבען צו ברייט. איינער פון די מעגליכע סייד עפעקטס איז אז מ׳ווערט א זאמבי. דאס מיינט נישט אז דאס פאסירט צו יעדעם.

Re: כעמישע קאסטראציע אין גור, פנים אמיתיות-אמנון לוי

נשלח: זונטאג אפריל 15, 2018 2:19 pm
דורך אונטער חכם
געפילטע פיש האט געשריבן:אינטערעסאנט אז מ'האט ארויפגעברענגט דעם אלטן אשכול. פונקט היינט נאכט קומט פאר א טיי אווענט אין בארא פארק פאר דעם גור'ע מוסד "רפואה" וואסגיבט זיך אן מיט די פיל טיילערייען. (זיי האבן געטוישט דעם נאמען פון וועל להצלת הדורות צו רפואה נאכן פנים אמיתיות קאנטערווערסיע.)

זיי גייען אהן דא אין אמעריקא אויך , אדער קומען זיי נאר נאך געלט דא?

נשלח: זונטאג אפריל 15, 2018 5:44 pm
דורך געפילטע פיש
אונטער חכם האט געשריבן:זיי גייען אהן דא אין אמעריקא אויך , אדער קומען זיי נאר נאך געלט דא?

געלט

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 4:13 pm
דורך [NAMELESS]

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 7:33 pm
דורך קהל'ס נער
וואס זענען די תקנות פון בית ישראל?
און וואס איז די בריוו וואס די סטייפלער האט געשריבען אקעיגן?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 9:36 pm
דורך berlbalaguleh
איך (וועיס) נישט. אבער איין זאך ווייס איך יא. אז מ'קען נישט אננעמען די ווערטער פון אמנון לוי 100%. ווייל ער איז נישט קיין אביעקטיווער אינטערוויו'ער וואס זיין איינציגע מטרה איז צו דערגיין דעם אמת. ער איז א פובליציסט און טי.ווי. פערסאנליטי וועלכער איז נישט אייביג שוחר צו דערגיין דעם אמת. איין מענטש וועלכער האט פארשטאנען צו זיינע שטיק (ווייל ער איז אין די זעלבע ליין) איז הרה"צ ר' אמנון יצחק. ער האט ביי אן אינטערוויו מיט אמנון לוי אנגעשטעלט נאך א קעמערע פאר זיך אליינס. ווען א.ל. האט איהם געכאפט דערמיט (פארשטייצעך, סורפרייז'ד) און ער פרעגט איהם..."פארוואס האסטו אנגעשטעלט די קעמערע. האט איהם הר' א.י. געענטפערט. זייער פשוט. אין דיין קעמערע קענסטו ארויפלייגן און אראפשניידן וואס דו ווילסט. דערפאר האב איך מיין אייגענע קעמערע צו קענען אויפווייזן דעם אמת...!

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 19, 2021 3:34 am
דורך [NAMELESS]
אינטערסאנט אבער אנצומערקן אז אמנון יצחק איז אויך נישט באקאנט מיטן מפרסם זיין אמת וואס שטעכט אים.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 19, 2021 11:17 am
דורך berlbalaguleh
וואס זאלל ער זאגן? אז הרב עובדיה איז ארויס אקעגן איהם ווייל ער האט געהאט די גאטס צו גיין אין כנסת. און אפשר אוועקנעמען א פאר שטימען פון פון די (הייליגע) ש"ס פארטיי...!

נשלח: מאנטאג מאי 09, 2022 5:02 pm
דורך פרנס החודש
berlbalaguleh האט געשריבן:
גראף האט געשריבן:וואס האט מען געטיען אמאל פאר עס זענען געווען די אלע ''טריטמענטס''? יעצט ווערט מען שוין נישט מגולגל? אכשר דרא.
גראף: מ'איז נאר מגולגל געווארן אין א קאץ אדער הונט, אין חדר ווען די רבי האט פארציילט די שרעקעדיגע מעשיות און פארגעלערנט פון די ספרים וואס איך וויל נישט דערמאנען. וועלכע זענען שעדליך צו לערנען מיט קליינע קינדער...!
און נאך מער שעדליך צו לערנען מיט גרויסע טאטעס וואס האבן נישט מער הבנה ווי קליינע קינדער.