בלאט 4 פון 6

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 29, 2017 3:56 pm
דורך איינציג
גאנצל האט געשריבן:איינציג דו ביסט זיך סותר מיני' ובי'

קודם שרייבסטו אז די מצב האט זיך יא געטוישט אבער נישט וועגן נחום'ס האטליין נאר וועגן אפאר עלטערן וואס האבן גערופן פאליציי
נאכדעים שרייבסטו עס האט זיך גארנישט געטוישט ליידער ? גאנצל, האסט געחלש'ט אינמיטן ליינען? איך האב געשריבן: יא גארנישט האט זיך "ליידער" נישט געטוישט, הפנים נישט צופיל טויש!
האיך יתקיימו שניהם

און נאכדעים אויף דעם וואס דו זאגסט אז עלטערן רופן פאליציי איז דאס אמאל געווען במציאות פאר נחום'ס האטליין ? איך רעד יעצט נישט צו ער האט עפעס אויפגעטון און צו ער האט א חלק דעס ווייס איך אז נישט איך וויל נאר וויסן צו דו ווייסט פון דעם פאקט אז פאר זיין האטליין האט קיינער זיך נישט דערוואגט זיך צו באנוצן מיט פאליציי פאר די דאזיגע אישו אה! אזעלעכע שטותים, גיי אנליין ווי די שטאט לייגט ארויס די ליסטע פון טשיילד מאלעסטערס און ליידער זענען דארט היפש אנשי שלומינו, און כמעט אלע זענען דארט פון פאר נחום'ס ניוול האט-ליין, ווען ער פלעגט צו רעדן איבער מקוואות און קלף,

און נאכאמל דאס איז קלאר אז ס'האט גארנישט מיט אים די רעדע איז נאר צו עס איז געווען אזא מושג בעפאר דעם ???

און אויף דעם וואס דו שרייבסט אז צענדליגער קינדער זענען שוין אראפ פון וועג וועגן זיין האטליין האסטו יא פראוו ?? טויב יא ביטע ברענג זאג נישט יעדער ווייסט און לית מאן דפליג ברענג דעקונג דערויף

מער קינדער זענען אפגעהרגעט געווארן דורך נחום ווי דורך מאלעסטן פרוף ביטע ?

הייסט דאס אזוי, ענקערע נארישע בלענק סטעיטמענטס דארף נישט קיין פרוף, מען דארף אייך גלייבן נאר ווייל איר שרייבט אזוי, און מיינע סטעיטמענטס דארף פרוף, ניין! איך האב נישט קיין פרוף, איך האב נאר געווארט אויף דעם, דריבער האב איך געשריבן, אבער איך פארשטיי אז ווען א בחור הערט אז יעדער נעמט דעם... און שטופט דאס אין... איז א רעצעפט צו אנהייבן מקיים זיין וואס ער איז מסביר, חז''ל האבן פארשטאנן אז מען דארף רעדן בלשון נקי', ברמיזא בעלמא, אצבע, משכב זכר, משכבי אשה, תשמיש המיטה, מכחול בשפופרת, וכו' נאר נחום פארשטייט אז מען דארף רעדן גראב און מיאוס מיט ניוול פה, ווייל אנדערשט פארשטייט ער נישט, הער אויף צו זיין א נחום לעקער, דו ביסט דיך יא סותר, קודם פארשטייט יעדער אז נחום איז נישט גיט און דערנאך פארענטפערסטו עהם.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 29, 2017 3:59 pm
דורך גאנצל
בקיצור נמרץ דיינע סטעיטמענטס האט פונקט אזויפיל פרוף ווי מיינע סטעיטמטענטס וואס דען האלטסטו זיך אזוי גרויס מיט דיינע סטעיטמענטס

דעס איז דאך סטעיטטמענט אויף סטעיטמענט

איך עקל מיך צו לעקן נחום סאו באטיטול מיר נישט מיט דעם פליס

און ביי די וועי דאס איז נחום שפראך ווייל איינער האלט אנדערש ווי דו ווערט ער שוין א נחום לעקער

איך הייב שוין אן צו טראכטן אז דו ביסט אויך א מאלעסטער..........

און ביי די וועי פון די אלע מאלעסטערס וואס מ'האט געכאפט נאך נחום'ס האטליין ווייסט יעדער מ'ברויך נישט גיין אויף אנליין מ'ווייסט אויך אז די אלע זענען געווען מאלעסטערס פאר נחום'ס האטליין און ביז דאן האבן זיי זיך געדרייט אין די גאסן פראנק און פריי

Re: מאלעסטעישאן אין היימישע קרייזן

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 29, 2017 4:07 pm
דורך אונטער חכם
זאכן האבן זיך זיכער געטוישט אביסל אין די לעצטערע יארן אבנר איך בין נישט אזוי זיכער אז עס איז טאקע נחום'ס קרעדיט.
למעשה האט זיך בערך אין די זעלבע צייט אנגעהויבן צו פארשפרייטן דער אינטערנעט און די otd ערשיינונג איז אויך געווארן אסאך פארמערט וואס די זאכן האבן זיכער צוגעגעבן גאר אסאך.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 29, 2017 4:11 pm
דורך גאנצל
עפעס קרעדיט האט ער יא אדער גארניט ?

ווייל קיינער געט אים נישט קיין קרעדיט אינגאנצן

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 29, 2017 8:10 pm
דורך איסר האטלקי
גאנצל האט געשריבן:עפעס קרעדיט האט ער יא אדער גארניט ?

ווייל קיינער געט אים נישט קיין קרעדיט אינגאנצן

מיין מיינונג, נישט נאר קרעדיט געב איך אים נישט, נאר ער איז געווען א שטארקער אפהאלט זאכן זאלן געטון ווערן.
מוסדות האבן נישט געוואלט זיך ברעכן און טון שריט. קיין איין מוסד האט נישט מורא פון זיינע אטאקעס, און ס'פאסט זיי נישט זיך אונטערצוברעכן.
אפשר אפשר געוויסע שוואכע יחידים האבן מורא געהאט פון זיין טעראר. דאס האט אבער קיין שייכות מיט די אפיציעלע שריט וואס זענען געטון געווארן.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 29, 2017 8:32 pm
דורך גאנצל
קיינער געט אים קרעדיט אויף סיי וואספארא שריט חוץ אויף דעים אז לאזן זאכן לויפן איז שווער געווארן

אפהאלט אויף מוסדות זאלן טון זאכן וואס זיי האבן ניט געטון אין עבר ???? פלא

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 29, 2017 9:27 pm
דורך אישתישבי
מוסדות האבען נישט מורא פין זיינע אטאקעס, אבער ווען ער איז מגלה אז אין א מוסד איז יענער און יענער דארט און עס איז דא אויף אים שמועות, האט דער מוסד גאנץ פיין מורא אז עלטערען וועלען באפאלן דער מנהל מיט דער הנהלה אויף דעם.

ווי האט יענער חסיד שוטה געזאגט? ער האט מורא פין אויבערשטען ווייל ער וועט דערציילען דער רבי זיינע עבירות.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 29, 2017 10:32 pm
דורך שושן פורים
איך ווייס פאר קראנט פון כאטשיג איין פאל ווי מען האט געפאקט א מלמד ביי די מעשה, די מוסד האט עס פרובירט צו פארווישן, און נאר נאך נחום האט געלייגט געפערליכע פרעשור האט איהם די מוסד באזייטיגט

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 29, 2017 11:04 pm
דורך גאנצל
איך האלט נישט אז מוסדות האבן מורא פאר אים ער רעדט דאך עניוועי אויף יעדע מוסד ובכלל ער איז א סייקאוי ער רעדט נאר ס'קומט למעשה טוט ער גארנישט

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2017 7:28 am
דורך אישתישבי
גאנצעל

ער רעדט נישט אויף יעדן, און כאמור, ווען ער זאגט יא איז עס אויך א מעשה שהיה, ער זאגט נאר איבער מיט גוזמאות כדרכו, און יעצט בלייבט דער הנהלה מיט א דזשאב מסביר צו זיין די אמת'ע מעשה, וואס איז אויך נישט אזוי געוואלדיג, פאר א יעדעם.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2017 9:25 am
דורך סמבטיון
איז עפעס געשען יעצט א מעשה וואס איך האב פארפאסט? וואס גייט פאר?

נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2018 6:22 pm
דורך שבת אחים
איך ווייס נישט צו דאס איז די ריכטיגע אשכול. אבער כהאב נישט געטראפן בעסערס.

קומט יעצט אריין אין די נייעס אז די פרעזידענט פון ב״פ שומרים איז ארעסטירט געווארן פארן רעיפן א זעכצען יעריג מיידל ל״ע פאר אפאר חדשים. דאס איז שוין איינער פון אונזערע פאליטשאונס וואס האבן געדארפט היטן אויף אונז און אונזערע קינדער. און איינער וואס איז געוועהן גיטע פריינד מיט די אלע שישקעס אין די פאליציי און ביי די ״הויכע פענסטערס״ אין די לאקעלע רעגירונג. שומו שמים...!

https://www.google.com/amp/s/forward.co ... rl/%3fgamp

http://www.nydailynews.com/new-york/bro ... -1.3982706

נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2018 6:36 pm
דורך [NAMELESS]
שבת אחים האט געשריבן:וואס האבן געדארפט היטן אויף אונז און אונזערע קינדער.

אפשר האט ער טאקע געוואלט היטן אויף איר נאר זי האט נישט פארשטאנען? האסט שוין גערעדט מיט די מיידל? (כ'האב גראדע באמערקט אז ער האט פערזענליכע שונאים וואס האבן אים לעצטנס פראבירט חושד צו זיין).

נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2018 6:39 pm
דורך סקרן
אויך באקומען און זיך נאכגעפרעגט ביי אידען וואס זאגען אז זיי ווייסען און די מעשה איז אביסל אנדערש
יענקי דסקל איז שטארק פארנומען מיט אסאך גיטין קעיסיס ער האט גרושים און גרושות און Wanna be גרושים און גרושות וואס דרייען זיך ביי אים און ער נעמט אויף זיי קעיר
איינע פון די קעיסיס די מאן וואוינט אין א"י און ער איז נישט געווען צופרידען אז איינער מישט זיך אריין און פראבירט זיכער צו מאכן אז די אומשולדיגע פרוי וואס ער פייניגט שוין לאנג זאל נישט לענגער געפייניגט ווערן
איז אריין אין א פאניק אז מ'לייגט אים אין פלאץ האט ער ארויסגעלאזט א שמועה אז יענקי דסקל האט גערעיפט זיין טאכטער
ממילא צו וועם אימער די מעשה איז נאר אנגעקומען פארשטייט זיך האט עס גלייך געגלייבט און געשיקט ווייטער ווייל פארוואס נישט ס'מאכט סענס
איי דו קענסט אים נישט און דו האסט נישט קיין אהנונג וואס גייט פאהר ס'נישט קיין חילוק יעצט זאל ער זיך גיין פארענטפערן
בנוסף האבן מענטשן אויך א געפיהל ארויסצולאזן די מעשה ווייל זיי האבן פיינט עני מענטש וואס האט פאווער מער ווי זיי און אין עני וועג מ'קען גייט מען אראפרייסן די אוטאריטי
פארשטייט זיך מיט'ן תירוץ אז ס'איז א חילול השם און ווער האט געשטעלט די מענטשן וכו' וכו'
יעמוד הקהל וישפוטו צו מ'וועט גלייבן וואס אנדערע זענען דורש לגנאי אדער וועט מען נישט גלייבן און נאכפארשען אביסל מער צו וואס די אמת איז

נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2018 6:50 pm
דורך שבת אחים
סקרן, בן אדם.
איך ווייס נישט צי די מעשה איז אמת. איך קען אים גראדע גאר גוט. אלעס איז מעגליך. אסאך שענערע אידן ווי אים זענען פארכאפט געווארן אין אזעלכע מעשיות. דעס אז דו און איך קענען אים גוט און פון אינדורסען קוקט אפשר נישט אויס ווי ער וואלט געטוהן אזא זאך זאגן דאך שוין חז״ל ״אין אפוטרופוס לעריות״. קענען א מענטש מיינט נאכנישט גארנישט.

איך גלייב נאכנישט קיין איין ווערסיע פון די מעשה. אבער איך גלייב שווער אז סאיז א אינטערגעשטעלטע זאך. ס׳לאזט זיך שווער גלייבן.

נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2018 7:10 pm
דורך שושן פורים
סקרן האט געשריבן:אויך באקומען און זיך נאכגעפרעגט ביי אידען וואס זאגען אז זיי ווייסען און די מעשה איז אביסל אנדערש
יענקי דסקל איז שטארק פארנומען מיט אסאך גיטין קעיסיס ער האט גרושים און גרושות און Wanna be גרושים און גרושות וואס דרייען זיך ביי אים און ער נעמט אויף זיי קעיר
איינע פון די קעיסיס די מאן וואוינט אין א"י און ער איז נישט געווען צופרידען אז איינער מישט זיך אריין און פראבירט זיכער צו מאכן אז די אומשולדיגע פרוי וואס ער פייניגט שוין לאנג זאל נישט לענגער געפייניגט ווערן
איז אריין אין א פאניק אז מ'לייגט אים אין פלאץ האט ער ארויסגעלאזט א שמועה אז יענקי דסקל האט גערעיפט זיין טאכטער
ממילא צו וועם אימער די מעשה איז נאר אנגעקומען פארשטייט זיך האט עס גלייך געגלייבט און געשיקט ווייטער ווייל פארוואס נישט ס'מאכט סענס
איי דו קענסט אים נישט און דו האסט נישט קיין אהנונג וואס גייט פאהר ס'נישט קיין חילוק יעצט זאל ער זיך גיין פארענטפערן
בנוסף האבן מענטשן אויך א געפיהל ארויסצולאזן די מעשה ווייל זיי האבן פיינט עני מענטש וואס האט פאווער מער ווי זיי און אין עני וועג מ'קען גייט מען אראפרייסן די אוטאריטי
פארשטייט זיך מיט'ן תירוץ אז ס'איז א חילול השם און ווער האט געשטעלט די מענטשן וכו' וכו'
יעמוד הקהל וישפוטו צו מ'וועט גלייבן וואס אנדערע זענען דורש לגנאי אדער וועט מען נישט גלייבן און נאכפארשען אביסל מער צו וואס די אמת איז

קיין שום מענטש איז נאכנישט ארעסטירט געווארן איבער שמועות, די פאליציי ארעסטירט נאר נאכן באקומען א ספעציפישע קאמפלעין פון א ספעציפישע מענטש, נאכן איהם/איר אויספרעגן פונקטליך אלע פרטים.

Re: מאלעסטעישאן אין היימישע קרייזן

נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2018 7:14 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
שושן פורים האט געשריבן:

שטייט נישט אין ערגעץ אז ער איז אריסטיערט געווארן.

איינער ווייסט דערפון ?

נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2018 7:23 pm
דורך כלבאשבוע
גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:
שטייט נישט אין ערגעץ אז ער איז אריסטיערט געווארן.

איינער ווייסט דערפון ?

שטייט יא

On Thursday, the tables were turned. Police in Brooklyn arrested Daskal for allegedly raping a 16-year-old girl. He has been charged with rape in the third degree, among other charges.

Read more: https://forward.com/news/national/40088 ... -old-girl/

נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2018 7:25 pm
דורך [NAMELESS]
שבת אחים האט געשריבן: דעס אז דו און איך קענען אים גוט און פון אינדורסען קוקט אפשר נישט אויס ווי ער וואלט געטוהן אזא זאך זאגן דאך שוין חז״ל ״אין אפוטרופוס לעריות״. קענען א מענטש מיינט נאכנישט גארנישט.

אין אפוטרופס לעריות מיינט נישט אז יעדער מענטש איז א ח* נאר ס'איז א הלכה אז מ'שטעלט נישט קיין מענטש צו זיין אן אפוטרופס פאר דעם.

נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2018 7:41 pm
דורך שושן פורים
גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:
שושן פורים האט געשריבן:
סקרן האט געשריבן:אויך באקומען און זיך נאכגעפרעגט ביי אידען וואס זאגען אז זיי ווייסען און די מעשה איז אביסל אנדערש
יענקי דסקל איז שטארק פארנומען מיט אסאך גיטין קעיסיס ער האט גרושים און גרושות און Wanna be גרושים און גרושות וואס דרייען זיך ביי אים און ער נעמט אויף זיי קעיר
איינע פון די קעיסיס די מאן וואוינט אין א"י און ער איז נישט געווען צופרידען אז איינער מישט זיך אריין און פראבירט זיכער צו מאכן אז די אומשולדיגע פרוי וואס ער פייניגט שוין לאנג זאל נישט לענגער געפייניגט ווערן
איז אריין אין א פאניק אז מ'לייגט אים אין פלאץ האט ער ארויסגעלאזט א שמועה אז יענקי דסקל האט גערעיפט זיין טאכטער
ממילא צו וועם אימער די מעשה איז נאר אנגעקומען פארשטייט זיך האט עס גלייך געגלייבט און געשיקט ווייטער ווייל פארוואס נישט ס'מאכט סענס
איי דו קענסט אים נישט און דו האסט נישט קיין אהנונג וואס גייט פאהר ס'נישט קיין חילוק יעצט זאל ער זיך גיין פארענטפערן
בנוסף האבן מענטשן אויך א געפיהל ארויסצולאזן די מעשה ווייל זיי האבן פיינט עני מענטש וואס האט פאווער מער ווי זיי און אין עני וועג מ'קען גייט מען אראפרייסן די אוטאריטי
פארשטייט זיך מיט'ן תירוץ אז ס'איז א חילול השם און ווער האט געשטעלט די מענטשן וכו' וכו'
יעמוד הקהל וישפוטו צו מ'וועט גלייבן וואס אנדערע זענען דורש לגנאי אדער וועט מען נישט גלייבן און נאכפארשען אביסל מער צו וואס די אמת איז

קיין שום מענטש איז נאכנישט ארעסטירט געווארן איבער שמועות, די פאליציי ארעסטירט נאר נאכן באקומען א ספעציפישע קאמפלעין פון א ספעציפישע מענטש, נאכן איהם/איר אויספרעגן פונקטליך אלע פרטים.

שטייט נישט אין ערגעץ אז ער איז אריסטיערט געווארן.

איינער ווייסט דערפון ?

ניו יארק טיימס

ניו יארק פאוסט

דעילי ניוס

פיקס 11

פארווערט

ברוקלינער

נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2018 7:42 pm
דורך שושן פורים
בן אדם האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן: דעס אז דו און איך קענען אים גוט און פון אינדורסען קוקט אפשר נישט אויס ווי ער וואלט געטוהן אזא זאך זאגן דאך שוין חז״ל ״אין אפוטרופוס לעריות״. קענען א מענטש מיינט נאכנישט גארנישט.

אין אפוטרופס לעריות מיינט נישט אז יעדער מענטש איז א ח* נאר ס'איז א הלכה אז מ'שטעלט נישט קיין מענטש צו זיין אן אפוטרופס פאר דעם.

נו פיר אויס, וואס איז פשט פון די הלכה?

נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2018 7:46 pm
דורך שבת אחים
בן אדם האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן: דעס אז דו און איך קענען אים גוט און פון אינדורסען קוקט אפשר נישט אויס ווי ער וואלט געטוהן אזא זאך זאגן דאך שוין חז״ל ״אין אפוטרופוס לעריות״. קענען א מענטש מיינט נאכנישט גארנישט.

אין אפוטרופס לעריות מיינט נישט אז יעדער מענטש איז א ח* נאר ס'איז א הלכה אז מ'שטעלט נישט קיין מענטש צו זיין אן אפוטרופס פאר דעם.

סאיז די זעלבע זאך. די זעלבע בחינה.
טאקע נישט יעדער מענטש איז א ח אבער כ׳זעה נאכנישט פארוואס סקען נישט זיין אמת. און ווי שושן שרייבט מארעסטירט געווענטליך נישט אזוי שנעל. לכאורה האט דאס מיידל געדארפט קאנפארמירן צו די מעשה איז אמת. איך בין נישטא קיינעם צו באשמיצן. דאס איז נישט מיינע מאטיוו. איך האב גארנישט פערזענליך קעגן אים, אבער כקען עס גלייבן. כ׳זעה נאכנישט זיין גרויס צדקות. לאמיר נישט רעדן. איך קען אים גאנץ גוט.

נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2018 7:54 pm
דורך berlbalaguleh
שושן פורים האט געשריבן:איך ווייס פאר קראנט פון כאטשיג איין פאל ווי מען האט געפאקט א מלמד ביי די מעשה, די מוסד האט עס פרובירט צו פארווישן, און נאר נאך נחום האט געלייגט געפערליכע פרעשור האט איהם די מוסד באזייטיגט

שושן פורים: און איך ווייס פן א מעשה וואס מען האט געפאקט א מלמד (אין א קעמפ) ביי די מעשה אום 3:00 אזייגער פארטאגס. און דער קעמפ מענעדזשער (מנהל כללי) האט אנגערופן דעם אדמיניסטראטאר כדת מה לעשות. האט דער אדמינ. וועלכער איז געווען דאמאלס אין שטאט, געפסקנ'ט. אז דער מלמד מוז ביז א שעה פאקן פעק און ער (און זיין גאנצע משפחה וועלכע זענען אויכעט געווען אין קעמפ)מוז פארלאזן דעם קעמפ. אנישט, רופט מען סטעיט פאליס...!

מער פרטים וויל איך נישט זאגן. מפני חשש גילוי (פון דעם מוסד.)...!

איך וואונדער מיך נאר וואס דער וואוילער צדיק'ל (וועלכער גייט שווארצע זאגן אינדערוואכן און האלטציך פאר א שטיקל בנש"ק) האט געזאגט פאר זיין רביצין...ראשית וואו ער איז געווען . (זיכער אפגעראכטן תיקון חצות. אויף זיין שטייגער). און פארוואס מ'דארף פאקן פעק. און פארן צוריק אין שטאט אריין. די קאווער סטארי (כסות עיניים) איז געווען אז ער ליידט אויף די אויגן...!