בלאט 4 פון 5

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2019 1:34 pm
דורך גאלד
איך האב געהערט אן אנדערע מעשה אז הגר"ח בריסקער בעת דער ערשטער מלחמה האט איינעם אויסגעמוסרט פארן באשטייערן פארן קרן קיימת , האט יענער געזאגט אז דער קרן קיימת ברעגט משיח, האט ר"ח געענפערט חבלי משיח, דער איד האט געוואלט זיין איין אויבערחכם און געזאגט פאר ר"ח זאל זיין חבלי משיח, אבער אלנספאל משיח, האט ר"ח געענטפערט על אתר, חבלי משיח באקומט מען בחנם.

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2019 1:43 pm
דורך גדליה
איז דאך א סתירה צווישען צוויי מעשיות.
וואס טו מיר דא?

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2019 2:55 pm
דורך yatzmachp
עס איז זייער ווייטאגלעך צו זעהן ווי אזוי מענטשן קענען באשולדיגן אנדערע מענטשן על לא דבר. די שאלה צו די אונגארישע אידן האבן געוואוסט וואס עט טוט זיך אפ טין פוילן איז קלאר אז יא. די צייטונג אין זייער אידישע צייט אפטיילונג שרייבן זיי כסדר איבערלעבונגען פון אידן. כמה וכמה פעמים האבן די אידן שוין געשריבן אין די צייטונג אז מען האט קלאר געוואוסט וואס עס איז געשען צום פוילישן אידנטום אבער זיי האבן געהאלטן אז פאר זיי גייט עס נישט געשען. איינער שרייבט דארט אפילו אז ווען ער איז אנגעקומען קיין אוישוויץ זענען די פוילישע קאצעטניקעס געווען אזוי ברוגז אויף די אונגארישע פארן אנקומען קיין אוישוויץ און נישט טוהן עפעס אויף נישט אנצוקומען אז די פוילישע אידן האבן נישט געוואלט רעדן צו אים.

רבי ברוך'ל מונקאטשער האט דאך אויך געוויינט אויף דעם. ער האט געווארנט און געווארנט אבער קיינער האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט. נאר וואס דען, די מענטשליכער אינסטינקט איז זיך נישט צו זוכן קיין צרות אפילו ווען עס שפייט עם שוין אין פנים. אפילו ווען די ווארשעווער געטא אויפשטאנד האט זיך אנגעהויבן האבן זיי זיך נאך אלס פארענטפערט פאר זיך אליין אז וואס זיי טוען איז ריכטיג אפילו עס איז א פארלוירענע קאמף. עס איז נישט גרינג צו בארואיגן די אייגענע געוויסן פארן נעמען גאר געוואגטע שריט ווען אויבן אויף איז מען נאכנישט אויף צרות. דעס איז די זעלבע סיבה פארוואס ווען מען האט אריינגעטריבן אין גאז קאמער האט מען נאך געפאלגט און ווען מען איז געשטאנען ביי די גריבער צו געשאסן ווערן האט מען געפאלגט, און פארוואס די מענטשן וואס אל קאידא אדער אנדערע טעראריסטן האבן געהרגעט פאר די גאנצע וועלט האבן געפאלגט וואס מען הייסט זיי ביז די לעצטע מינוט. די זעלבע סיבה פארוואס מיליאנען מענטשן אין די גולאגס אין רוסלאנד, כינע, נארט קאריע, קובא, וכו האבן געפאלגט. און די זעלבע סיבה פארוואס די צום טויט פאראורטיילטע אין די תפיסות פאלגן און די הוטסיס האבן געקענט רצחנען די טוטסיס. וכו, וכו, וכו.

קומען אפאר ליידיגייערס אויף קאווע שטיבל און קריטיקירן מענטשן וואס זענען דורך געגאנגען מצבים וואס זיי וועלן האפנטלעך קיינמאל נישט דארפן דורכגיין. די קאווע שטיבל שרייבערס ווייסן אז יענער וואלט געדארפט ווייזן קוראזש מיט זיין לעבן אין די צייט וואס די שרייבערס וועלן אפילו נישט שרייבן מיט זייער אייגן נאמען.

Re: רכבת קסטנער די קאסטנער באן

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2019 4:16 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
גדליה האט געשריבן:איז דאך א סתירה צווישען צוויי מעשיות.
וואס טו מיר דא?

דער וואס קומט מיט א קלארן ישוב, גייט אריין אין א גורל צו געווינן א באמפער סטיקער וואס שטייט דערויף ׳I fought Ziyonim in 2019׳. כאפט׳ס שוין אריין!

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2019 7:14 pm
דורך רביה''ק זי''ע
גאלד האט געשריבן:איך האב געהערט אן אנדערע מעשה אז הגר"ח בריסקער בעת דער ערשטער מלחמה האט איינעם אויסגעמוסרט פארן באשטייערן פארן קרן קיימת , האט יענער געזאגט אז דער קרן קיימת ברעגט משיח, האט ר"ח געענפערט חבלי משיח, דער איד האט געוואלט זיין איין אויבערחכם און געזאגט פאר ר"ח זאל זיין חבלי משיח, אבער אלנספאל משיח, האט ר"ח געענטפערט אל אתר, חבלי משיח באקומט מען בחנם.

רביה"ק זי"ע האט נישט געגלייבט די אלע מעשיות.

נשלח: מאנטאג יאנואר 07, 2019 8:40 pm
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:יא, ער מעג זאגען ייש"כ, ער וואלט געמעגט געבן א טיפ. אבער גיין קיין א"י און געבן עדות אין א געריכט פון אן אנשטאלט וואס ער האסט בלב ונפש איז עפעס מער ווי סתם געבן א טיפ. ווען קאסטנער וואלט זיך מיט אים געפירט למעלה מכוחותיו, למשל א גוי וואס האט באהאלטן א איד מיט א סכנה צו די אייגענע לעבן, וואלט ער אפשר געמוזט זיך איבערשטרענגן. אבער אין א פאל פון א ביזנעס דיל, איז די בקשה גאר די חוצפה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אבער די גאנצע איידיע פון שטעללן איהם (קאסטנער) צו א משפט אין ארץ ישראל פאר ראטעווען די אידן איז דאך אבסורד. דער דאקומענט/אפידעיוויט איז דאך אפיהרגעקומען נאר צו אונטערשטיצן מר. גרינוואלד'ס דיפענס אז קאסטנער האט קאלאבארירט מיט די נאציס. און ער איז בכלל נישט געווען אויף טרייעל פאר ראטעווען די אידן. ער איז דאך געווען דער אנקגלעגער. ער האט געקלאגט מר. גרינוואלד דעם זשורנאליסט פאר פארלוימדונג....!

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2019 10:08 pm
דורך רביה''ק זי''ע
מדי דברי אודות רשעות הציוני הארור שלא רצה לתרום כסף למען דמיונות הרב ווייסמאנדעל של הצלת יהודי אייראפע, אצטט ממה שמצאתי בקונטרס זה דף כד, וז"ל: בקופת רבי מאיר בעל הנס, התאסף אז מיליאן פענגוס, שהיה סכום עצום בימים ההם, ויצא אז חוק חדש שאסור להוציא מעות מאונגארין, על כן לא היו יכולים לשלוח את המעות לארץ ישראל. והציע כ"ק אאמו"ר זצ"ל להם, שהיות שאין מה לעשות עם המעות כעת, ילוו כסף מהקופה לאלו האנשים שרוצים לברוח, וכאשר ימצאו מנוח לנפשם ישלמו את החוב, אבל חברי ההנהלה ענו לו, שבשום פנים לא יעשו דבר כזה, כי אין צריכים כלל לברוח. ובימי המלחמה נטלו הרשעים את כל המיליאן פענגוס שהיו מונחים בבאנק, ולא נשאר מזה אף פרוטה. עכ"ל, ודי בזה.

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2019 5:53 am
דורך איך אויך
אגב, פארציילט ער דארט אז דער עיקר סיבה וואס דער מנח''א האט מיטגעשלעפט דעם חתן קיין א''י (א העכסט זעלטענע ערשיינונג אין יענע יארן) איז ווייל ער האט געוואלט אפלאזן דעם גאנצן שידוך און געוואלט הסכמת הסב''ק דערויף, דער סב''ק האט עם געזאגט אז ער זאל עס נישט טוהן ווייל עס וועט דאך ארויסקומען מענטשליכע דורות פון זיי? ס''ה איז יעדער משמיט ומזייף וואס עם געפעלט.

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2019 11:43 am
דורך רביה''ק זי''ע
[tag]איך אויך[/tag] וועלכע פעידש?

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2019 3:48 pm
דורך איך אויך
כ'האב געפרעגט א רעטארישע שאלה כמובן.

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2019 7:29 pm
דורך רביה''ק זי''ע
טאקע איינס פון מיינע גרויסע שוואכקייטן, איך פארשטיי ליידער נישט קיין רמזים, אז דו וועסט בעסער מסביר זיין דיין פראגע וועל איך פרובירן צו פארענטפערן.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 08, 2019 12:37 am
דורך רביה''ק זי''ע
berlbalaguleh האט געשריבן:די הויפט באשולדיגונג אקעיגן רודאלף קאסטנער וחבריו פון די ציוניסטישע באוועגונג אין אונגארן איז, אז זיי האבן געוואוסט איבער די פלענער פון די נאציס, ימ"ש צו דעפארטירן די אונגארישע אידן. און זיי האבן עס בכוונה פארהוילן פון זיי...! וואס זיינע מאטיוון און פון זיינע חברים איז געווען איז שוין נישט קיין חילוק. זיי זענען שולדיג אויף די רציחה און אומקום פון דעם אונגארישן אידנטום. ווייל זיי האבן קאלאבארירט מיט די נאציס. לאמיר לייגן די שטותים פון יא עליה אדער נישט עליה אין א זייט. דער טרעין וואס די נאציס האבן געלאזט ארויספארן צ די פרייע וועלט איז נאר געוון א קאנצעסיע צווישן חברים. ווייל קאסטנער האט געהאט אן אפמאך מיט די פיהרערס פון די נאציס אז ער וועט עדות זאגן לטובת זיי. אז זיי האבן זיך נישט באטייליגט אין הרגנ'ען אידן. ווייל די נאציס האבן שוין געהאלטן זייער שמאל מיליטעריש. זיי האבן פארלוירן אויף אלע פראנטן. די רוסן זענען שוין געווען זייער נאנט צו זיי..!

ערשטנס, אין די דאקומענטרי "Killing Kasztner" ברענגען זיי עדות פון איינער וואס איז געווען פון די יוגנטליכע וועלכע קאסטנער האט ארומגעשיקט צו די געטאוס צו ווארענען די אידן אז ארויפגיין אויף די באנען מיינט א זיכערע טויט, פארשטייט זיך אז פון איבעראל האט מען זיי פארשיקט מיט בזיונות.

וואס אנבאלאנגט די עדות'שאפט פון קאסטנער'ס שטאטסלייט אז ער האט פארהוילן פון זיי די ציל פון די דעפארטאציעס, און קאסטנער האט עס נישט געלייקנט, קען זיין אז דעמאלטס האט ער נאכנישט געוואוסט אויף זיכער. דאס וואס אייכמאן האט עדות געזאגט אז קאסטנער האט איהם געגעבן די אונגארישע אידנטום אין די הענט אריין מיינט נישט גארנישט, די נאציס זענען געווען זייער גוט אין בלעימען די וויקטים, כידוע, נאכדערצו ווען ער האט געהאפט מיט דעם אראפצונעמען אביסל די שולד פון זיך.

אויך איז גאנץ שטארק מסתבר אז קאסטנער און די נאציס האבן ביידע געארבעט איינער אונטער'ן צווייטנס רוקן, לפנים האט קאסטנער געמאכט אן אנשטעל כאילו ער העלפט האלטן ארדענונג דורך האלטן די דעפארטאציעס פאר א סוד, און דורדעם האט ער געקענט ראטעווען די פופצן טויזענט אידן קיין ארץ ישראל, און לאחר המעשה איז ער געגאנגען שיקן שליחים צו ווארענען די אידן נישט ארויפצוגיין אויף די באנען. די זעלבע פרשנות קען מען זאגן אויף די דעפארטאציע פון די 18,000 אידן קיין וויען אנשטאט אוישוויץ, וואס ביי די נירנבערג געריכט האט זיך ארויסגעשטעלט אז די נאציס האבן געהאט אן אנדערע סיבה דערביי, אבער זיי האבן געקענט ביישטיין אז קאסטנער זאל מיינען אז ס'איז זיין קרעדיט אזוי וועט ער מיטארבעטן.\

צווייטנס, קאסטנער'ס עדות'שאפט - ווי אזוי אויך פון נאך ציונים ווי בן גוריון - לטובת די נאציס איז געווען אין אויסטויש פאר די אידישע נכסים און אויסלייז געלט וואס די ציונים האבן געדארפט צו קענען פינאנצירן די נייע מדינה. די קאסטנער באן איז געווען אין אויסטויש פאר מיליטערישע טרעקלעך וועלכע זענען פארשטייט זיך קיינמאל נישט אנגעקומען, קאסטנער האט קיינמאל געהאט די מאכט עס צו ערלעדיגן, ס'איז נאר געווען א שפיל צו פארדינען צייט. למעשה האבן די נאציס אויך פרובירט צו פארדינען צייט און די באן האט זיך ארומגעדרייט פאר א וואך צייט ביז ס'האט געלאנדעט אין בערגען-בעלזען, און נאר מיט נאך שוחד און נאך שלעפן צייט האט מען עס געקענט אויספירן.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 08, 2019 2:16 am
דורך רביה''ק זי''ע
.

נשלח: זונטאג אקטאבער 30, 2022 11:05 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אן אינטערעסאנטע יוטיוב טשאנעל האב איך היינט אנגעטראפן וועלכע טוט ערקלערן אלע סארטן נושאים ארום אידן און אידישקייט אין א לייכטן שפראך אז אפילו א גוי'איש שולע קינד זאל קענען פארשטיין, פון שטיסל ביז די ל"ג בעומר טראגעדיע און אלעס אינדערמיט (איך ברענג עס נאר אלץ א ביישפיל עטץ זאלטס כאפן ווי קיהל דיעס טשאנעל איז...), צווישן אנדערן רעדט ער אויך ארום איבער די קאסטנער קאנטראווערסיע https://youtu.be/XfuhkbixNpc

נשלח: מאנטאג אקטאבער 31, 2022 10:43 am
דורך [NAMELESS]
רביה''ק זי''ע האט געשריבן: צווישן אנדערן רעדט ער אויך ארום איבער די קאסטנער קאנטראווערסיע

כ'זעה פון דיין "אוואטאר" אז איר זענט ברוגז אויפן רבי'ן פארן זיך מיטכאפן מיט די "קאסטענר באן" וואס די ציוניסטישע באוועגונג האט געהאט א חלק אין דעם..

די בילד פון רביה"ק איז פילייכט נאך פון די ת"ר יאהרן, איר ווילט חלילה נישט ברענגען א בילד פון איהם פון נאך די "קאסטענר באן" יאהר'ן.

Re: רכבת קסטנער די קאסטנער באן

נשלח: מאנטאג אקטאבער 31, 2022 11:44 am
דורך דער גאלדענער אדלער
נעה, כ'מיין ווייל רביה"ק'ס בארדע איז דאן געווען באהאלטן אינטער א שמאטע און ער שעהמט זיך דערמיט :lol:

Re: רכבת קסטנער די קאסטנער באן

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2023 3:25 pm
דורך לייביששרייבער
יעקב מענטש האט געשריבן: האסט אמאל געליינט מן המיצר?

קלערסט אז רבי מיכאל בער איז געווען א בעל דמיון?

ח"ו צו זאגן אז ר' מיכאל בער זצ"ל איז געווען א בעל דמיון. אבער געשריבן האט ער מיט אינערליכע ווייטאג און פון זיין פערספעקטיוו. ער האט עס נישט געקענט זעהן אַנדערש פון ווי אזוי ער האט עס געשריבן. ווייל פון זיינע השתדלות'ער וואס ער האט פרובירט צו שאפן געלט צו ראטעווען אידן און נאך געוויסער השתדלות'ער וואס עס האט זיך נישט אויסגעארבעט.

די דזשוינט האט נישט געהאלטן ביים שיקן דאס געלט מטעם אז זיי האבן עס געזעהן מיט א בירדס איי וויזיע, זיי זענען געזעצן פון אינדרויסן, און אויך איז עס געווען נישט לעגאל צו שיקן געלט צום שונא בשעת חירום וואס איז געווען שטארק אינפארסירט ביי די אינסטאנצן.

עס איז באקאנט אז וויסליצעני איז געווען א שקרן און א דאבל קראסער. ער וואלט נישט געהאלטן קיין ווארט. איה"נ אז די צייט וואס ער האט געווארט האט זיך די טראנספארטן אפגעשטעלטַ, דאס איז נאר געווען כדי צו באקומען די איבעריגע תשלומין וואס ער האט געווארט. אבער ווי נאר ער וואלט באקומען דאס געלט וואלט ער געווען א רצחת וגם ירשת. מען האט אים נישט געקענט גלייבן ַ איבערהויפט זיין אויבערהאר היממלער האט מען אוודאי נישט געקענט גלייבן אז ער וועט האלטן ווארט.

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2023 10:15 pm
דורך berlbalaguleh
לייביששרייבער: שפתיים ישק משיב דברים נכוחים. זאגט שלמה המלך ע"ה אין משלי.

וואס דו זאגסט איז זייער ריכטיג. ווייל אין אמת'ן איז זייער שווער צו פארשטיין וויאזוי הרה"צ ר' מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל האט געהאט די פולע קאנפידענס אין דעם גאר געמיינעם יונג און ברוטאלן רוצח וויסליצעני, ימ"ש. נאר הרב ווייסמאנדל האט א יעדן טאג געשפיהרט דעם צער פון דעם אידישן פאלק. און דאס האט איהם געקאסט שטיקער געזינט. ער האט אלעס געטון בדם לבבו כדי צו ראטעווען וואס מ'האט געקענט פון די אידן. און ער איז אויך געווען באוואוסט אלס פיקח עצום און שטארק אינטעליגענטער מענטש. נישט (ח"ו) סתם א הוילער פאנטאזירער. ער האט אויך געהאט ווינדערליכע איידיעס וויאזוי מ'קען באזיגן די נאצישע חי'. און ראטעווען וואס מער אידן.

איינס פון זיינע פלענער איז געווען צו פארשאפן דינאמיט און אונטערלייגן אויף די באן שינעס וואו די נאציס, ימ"ש פארן אריבער. און דאס זאלל אויפרייסן און זיי אומברענגען. די עיקר האט איהם געפעהלט געלט צו קענען פארווירקליכן זיינע פלענער פון הצלה. ער וועט זיכער אריינגיין אין די היסטאריע אלס איינער פון די גרויסע רעטערס און מנהיגים פון די אידן בעת צר. בשעת ווען ער אליינס האט פארלוירן זיין ווייב און קינדער צו די נאציס אין אוישוויץ...!

Re:

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 4:53 am
דורך לייביששרייבער
קלערסט אז רבי מיכאל בער איז געווען א בעל דמיון?
זיכער אז נישט, אבער זיינע באזירטע פאקטן און טאקע פון אט די ספר איז גאר אסאך ווייטאג און ממילא זענען דארט געשריבן עטוואס נקודות וואס איז אנדערש ווי די מציאות.

אבער דווקא די רכבת קאסטנער זענען דא זייער אסאך פאקטן וואס די ציונים האבן פרובירט פארדרייען.

נאך מער די גאנצע משפט קאסטנער אין יאר 1955 איז געווען א סובקאנטשעס קאפ פארדרייעניש אז מען זאל נישט קלאר ארויס האבן וואס עס האט דאן פאסירט און ווער האט געטוהן וואס.
און יא לויט די היסטאריקער דר. נעדלער פון אונגארן א צייטונגס שרייבער אין אונגארן קען איין שטימונג זיין אז דער רבי איז גאר די מארטירער און די הצלחה פיגור פונעם גאנצער רכבת קאסטנער.
פאר מער דעטאלן ליינט מיין ארטיקעל https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=16719

Re: רכבת קסטנער די קאסטנער באן

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 2:26 am
דורך לייביששרייבער
ימים ידברו האט געשריבן: אצינד איז געווען כ"א כסלו ווען תלמידי רבינו יואל מסאטמאר פייערן דעם נס הצלה איז כדאי ארויפצוברענגען די מעשה פון די באן ווי אזוי די סאטמאר רבי איז געראטוועט געווארן דורך א ציוניסט ישראל קאסטנער. חסידי סאטמאר פארציילען גאר אז די רבי האט געראטוועט די באן!

ווער עס ווייסט מער אינפארמאציע איבער דער קאפיטעל היסטאריע איז מכובד

https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=16719

Re:

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 2:30 am
דורך לייביששרייבער
וויאזוי דו ווילסט נאר דרייען די מעשה מיטן רבינס באן, בלייבט א גרויסע קושיא אומפארענטפערט, וועלכע אינטערעסע האבן די ציונים געהאט ארויפצולאזן דעם סאטמערען רבין, איינס פון זייערע גרעסטע שונאים?
עס איז דא א לעגענדע און אן עד נאמן חיים ראטה איינע פון די פילאנטראפן וואס האבן זיך געלאזט קאסטן זיין גאנצע נכסים צו מאכן זיכער אז דער רבי איז אויף דעם באן און עס קומט אן צום ציהל שווייץ האט דאס געהערט פונעם רבין זי"ע אליינס א יאר צוויי נאכן באפרייאונג

געברענגט דא https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=16719

"וען די באן האט דערגרייכט שווייץ און די אלע רייזענדע זענען שוין געווען על מי מנוחות, האט אמאל דער רבי זי"ע באגעגנט דר. פישער אין די גאס, דער דר. פישער שטעלט אפ דעם רבי'ן און זאגט פארן רבי'ן ווי פאלגענד: דער רבי פארשטייט אליינס אז איך און מיין איידעם האבן נישט געהאט אין פלאן צו ארויפלאזן אויף די באן וואס איז געווען געווידמעט פאר די פארטיי פירער, אבער אן אנטי ציוניסט מאן דכר שמי'. נאר וואסזשע דען, אפאר נעכט פאר די פלאן מיט די ליסטע זענען פארטיג געווען האב איך אויסגעקרויזט דעם רבינ'ס נאמען, אבער די יעניגע נאכט זעה איך מיין מאמע בהקיץ שטיין איבער מיר עד כדי צו דערווערגן, מיך ווארענעדיג צוריקצולייגן דעם רבינ'ס נאמען און זיך נישט דערוואגן איהם צו פארראטן, און אויב וועט די רבי נישט זיין אויף די באן וועט די הצלה נישט מצליח זיין! דער דר. יוסף פישער איז נישט געוועזן קיין קטלא קניא, זיין טאטע מאמע גאר ערליכע פרומע תורה'דיגע אידן און א פעטער פון הרה"צ ישראל יעקב פישער ז"ל ראב"ד פון עדה הרדית אין א"י.

Re: רכבת קסטנער - די קאסטנער באן

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 3:08 am
דורך לייביששרייבער
אבער די גאנצע איידיע פון שטעלן איהם (קאסטנער) צו א משפט אין ארץ ישראל פאר ראטעווען די אידן איז דאך אבסורד. דער דאקומענט/אפידעיוויט איז דאך אפירגעקומען נאר צו אונטערשטיצן מר. גרינוואלד'ס דיפענס אז קאסטנער האט קאלאבארירט מיט די נאציס, און ער איז בכלל נישט געווען אויף טרייעל פאר ראטעווען די אידן. ער איז דאך געווען דער אנקגלעגער, ער האט געקלאגט מר. גרינוואלד דעם זשורנאליסט פאר פארלוימדונג....!

זייער א גוטער דיוק, אבער ווער עס קוקט גוט אריין אין די דעטאלן פון די אנקלאגע, און ליינט צווישן די שורות, קען זעהן אז דא ווערן פארווישט צוויי שקוצערייען בהעלם אחת.

דוק ותשכח, דער דזשורנאליסט האט באשריבן דעם אויפדעקונג אויף קאסטנער אין 1954 נאוועמבער צייט, טאקע אט לגבי די באן און אלע מיסהעפס וואס האט פאסירט דורכאויס די רייזע, פשוט ארויסצוברענגען ווי אומקאמפעטענט די גאנצע אקציע איז געווען אויסגעארבעט, און ווי אזוי מען האט דריי מאל געדארפט באצאלן סכומים אדירים פאר אייכמאן נישט צוריקצופירן די באן, און ווי אזוי די לעצטע רגע אין אוסטריע הארט פארן שווייצערישע גרעניץ איז געקומען צו לויפן לייביש רובינפעלד פון שווייץ מיט א זעקל אנגעפילט מיט מזומן פאר דעם לאקאלן עס.עס. קאלאניעל וכו' (דיטעילס אין מיין כ"א כסלו תגובה), און ווי אויך ארויסברענגען אז די נאציס זענען נישט געוועזן טראסטבאר (שקרנים וכזבנים, וואס דאס ברענגט מיר צו די קשיא, ווי שוין דערמאנט אין איינע פון מיינע תגובות, ווי אזוי הרב ר' מיכאל בער ז"ל האט געטרויט וויסליצעני צו פארהאנדלען מיט איהם און אז ער וועט האלטן ווארט. איינע פון די שאלות וואס די דזשוינט האט געשיקט פרעגן ר' מיכאל בער דורך גיזי פליישמאן, ואכמ"ל, נאר בד"א אריינגעווארפן).

בעסיקלי וואס דער אונגארישער צייטונג שרייבער און דזשורנאליסט האט פרובירט צו טוהן אין יענעם ארטיקל איז געווען אראפצורייסן קאסטנער מיט די דורכגעפאלענע (געלונגענע) אקציע.

צווישן די שורות פון זיין לענגערע באשרייבונג האט ער דערמאנט די הינער אויג וואס האט געמאכט קאסטנער שפרינגען, אז איינע פון די תנאים פאר די באן איז געווען צו העלפן די אונגארישע דעפארטאציע צו גיין סמאדלי. (בד"א ווען קאסטנער מאכט זיך נישט וויסנדיג וואלט גארנישט פאסירט). דאס איז שוין געווען צופיל פאר קאסטנער צו אויפעסן, די ישראלישע בירגער וואס זענען ארגינעל פון אונגארן האבן גוט געקענט דעם קאסטנער און האבן איהם שוין פיינט געהאט נאך אין אונגארן פאר די גרויסהאלטעריי, ער האט האט זיך געהאלטן העכער ווי די פשוטי עם און זיינע לייסטונגען לטובת די אידן ראט אפיס מיט זיינע חברים, און פארטיי מיטגלידער, אין די ביטערע יארן פון 1944 - 1945.

פון אינעווייניג האט דר. פראנק - וואס איז געווען א גרויסער מיטגליד אין די פארטיי און היינט פון צווישן די עליטע כנסת זיצער - אויך געהאט א פריוואטע געפעכט מיט קאסטנער, וועגן זיין טאכטער וואס האט נישט געהאט קיין אונגארישע בירגער פאפירן אריבערצוגיין די שווייצע און אוסטרישע גרעניצן, און קאסטנער האט איר בשו"א נישט געוואט מיטנעמען, מורא האבנדיג אז אויב ווערן זיי אפגעשטעלט וועגן א טעקניקעליטי וועט דאס אין סכנה לייגן דעם גאנצן פלאן. עס האט עניוועי פאסירט, אבער נישט וועגן טעקניקעל דיטעילס נאר ווייל טאקע דער אייכמאן איז געוועזן א שקרן וכזבן און א געלט זויגער. און דר. פראנקס טאכטער איז נאכן קריג נישט צוריקגעקומען און דר. פראנק האט איצטערט געהאט די גוטע אפערטונעטי צו זעהן א נקמה אין קאסטנער אן זיין פארמישט אין די אקציע זעלבסט (וואס עס אריין דרייען אין, ס'האט איהם נישט געפאסט צו טוהן אפן אנטקעגן איהם, סוכ"ס איז ער בכבודו ובעצמו מכלומר'שט יא געראטעוועט געווארן דורך קאסטנער און לפנים האבן זיי זיך געהאלטן פאר גוטע פריינט).

האט ער אריבערגערופן קאסטנער צו זיך אין ביורא מיט אן עורך דין און שטארק משכנע געווען צו קלאגן דעם דזשורנאליסט פאר דעפימעישאן קלאגעס. דר. פראנקס פלאן איז געווען עס אויפצושפילן אויף אלע TV טשענעלס וואס זענען געווען ביזי אין יענע יארן זוכן פארלוירענע נאציס (פרשת דר. וויזענפעלד), אלע נייעסער האבן זיך דאן געדרייט ארום די נושא. אלע מלחמה איבערלעבער אין א"י, אפי' דאהי, האבן וואס מער אריין גע'טונט אין אט די נייעס. און זיין חשבון האט געארבעט וואונדערליך, די נייעס אגענטורן האבן באקומען אינטערעסע אין די קעיס, ווען דער דזשורנאליסט האט זיך פארטיידיגט מיט גאר א שטארקער פארטיידיגונג ברענגען ראיות שווארץ אויף ווייס אז דער קאסטנער איז געוועזן א פאלנער נאצי קאלאבערירער און געארבעט אנטקעגן די אידישע אדער אפי' וועלטליכע אינטערעסן, נאר זיך און זיך מיט זיינע פריינט האבן גענאסן פון זיין קאלאבערירונג.

דאן האט זיך די משפט פארקירעוועט און א פרישער אינדייטמענט איז אנטשטאנען אנטקעגן קאסטנער מטעם המדינה, אבער דא האבן זיי איהם פרייוועטלי גע'הרג'עט פאר ער עפנט זיין מויל וואס די הויכע מדינה פענסטער האבן איהם גענוצט צו געבן די נאציס די מערסטע מיט-ארבעט פאר זיי וואספארא סיבה (מיר קענען פשוט נאכזאגן די סיבה וואס סאטמאר רב האט געזאגט אויף די ציונים) ווי מער אידן וועלן פארניכטעט ווערן אלץ גרעסער זענען די שאנסן אז די ענגלענדער זאל אפראווען זייער פראפאזעל פון אן אייגענע מדינה און מיטל מזרח. ווי שוין באשריבן בעפאר, אבער די ריכטיגע ענטפערס האט דר. ישראל (רודלף) קאסטנער מיטגענומען מיט זיך איידער די געריכט זיינע מיט די מדינה האט זיך אפי' אנגעהויבן, נאר די קלאגע אנטקעגן איהם איז ארויס אין די זעלבע צייט וואס די אנטי דעפעמעישאן קלעים איז אנגעגאנגען.

וואס דר. פרץ פראנק האט געטראכט איז אויך שווער צו פארשטיין, ער האט דאך געוואוסט פארוואס קאסטנער האט געטוהן וואס ער האט געטוהן און ביי א משפט וועלן די זאכן צושמירט ווערן, נאר וואזשע דען, זאגן די קאנספיראטארן? אז ער איז דער ארכיטעקט פונעם פלאן מרישא ועד גמירא, איהם מאכן פאר א זנב מיט דעם דזשורנאליסט קעיס און דאדורך איהם אריינדרייען אין א סעלף אינקרימינאציע דורך די דזשורנאליסטישע עדות'שאפט, און דאן בעפאר זיין אייגענע משפט איהם עלימינירן.

דער אמת זאל און וועט עט סאם פוינט ארויף שווימען.

Re: רכבת קסטנער די קאסטנער באן

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 3:48 am
דורך לייביששרייבער
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2017 5:47 pm יעקב מענטש - פארוואס ביסטו מחליט וואס יענער טראכט? דו האסט א הארד טיים פארשטייען אז איין מימרא פון איין מענטש מיינט נישט אלס. יא, דיין חינוך איז אז די ׳ציונים׳ האבען געזאגט דער מימרא פון ׳רק בדם׳, און אויף דעם איז געבויט די גאנצע מדינה. דאס מיינט נישט אז דאס איז טאקע אזוי געווען.

ביזערווייל זענען אסאך ציונים געווען פארמישט אין הצלה אקטיוויטעטען, בפרט די רעוויזשעניסטען.

ליין איבער די מימרא פון רק בדם תהיה לנו הארץ און די פוט נאוטס דארט, וועסטו זעהן לכאו' די ריכטיגע קאנטעקטס פונעם מימרא. אבער עס איז אויך קלאר אז די ענטפער איז צוריקגעקומען מיט גיזי פליישמאן פון די דזשוינט באציענדיג זיך צו די מימרא וואס איז געזאגט געווארן אין א צווייטער קאטעקסט 40 יאר פריער. אין די ציוניסטישע האבן געהאלטן אז דא קומט די מימרא זייער גוט אריין און דאס אידיש בלוט וואס גיסט זיך יעצט ווי וואסער וועט זיי געבן א מדינה ווי נאר די קריג וועט זיין פערטיג און ווערן געוואונען ביי די אליאירטע.