בלאט 4 פון 4
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 8:08 pm
דורך [NAMELESS]
ביי ר' מאטל אויף 54 סטריט
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 11:31 pm
דורך שמעון וואלף
החוקר האט געשריבן:ווייסט אפשר איינער אין וועלכע חצר הקודש רובאשקין מאכט היינט נאכט שבע ברכות?
ס'מוז זיין די האסט נישט וואטסעפפ, ווייל נעכטן איז דאס שוין ארומגעפארן אין גרויסן
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 12:28 am
דורך איסר האטלקי
בן אדם האט געשריבן:ביי ר' מאטל אויף 54 סטריט
ר' מאטל זילבער איזז שוין אויף 61. אפשר מיינסטו ר' מאטל רובשקין
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 1:06 am
דורך berlbalaguleh
רבותיי: פארגינטס די שמחה פון אידן וואס זייער הארץ פרייט זיך אמת'דיג מיט די גאולה פון א איד...!
ווען דער מהריי"צ מ'ליובאוויטש זצ"ל איז באפרייט געווארן פון די תפיסה פון די קאמוניסטישע רשעים, האט מען איהם געפרעגט וואס ער זאגט וועגן זיינע אפקומענישן און יסורים. האט ער געענטפערט....אז ווען מ'געט איהם א מיליאן (דאלאר/רובל) פארקויפט ער עס נישט. און ווען מ'געט איהם א מיליאן, אז ער זאלל גרייט זיין צו ליידן די יסורים, וואלט ער עס נישט געטון...!
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 1:01 am
דורך ליפא
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 5:01 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
berlbalaguleh האט געשריבן:רבותיי: פארגינטס די שמחה פון אידן וואס זייער הארץ פרייט זיך אמת'דיג מיט די גאולה פון א איד...!
ווען דער מהריי"צ מ'ליובאוויטש זצ"ל איז באפרייט געווארן פון די תפיסה פון די קאמוניסטישע רשעים, האט מען איהם געפרעגט וואס ער זאגט וועגן זיינע אפקומענישן און יסורים. האט ער געענטפערט....אז ווען מ'געט איהם א מיליאן (דאלאר/רובל) פארקויפט ער עס נישט. און ווען מ'געט איהם א מיליאן, אז ער זאלל גרייט זיין צו ליידן די יסורים, וואלט ער עס נישט געטון...!
אויף עפעס א לעיקוואד סייט דרייט זיך א שמועה אז א מיידל איז נאכנישט אריין אין די היי סקול ווי איהרע עלטערן האבן מחליט געווען איז גוט פאר איהר. רובאשקין האט געקלינגען דעם באלעבאס פון די מוסד און געזאגט אז ער איז גרייט אוועקצוגעבן זיין שכר פון די יסורים פון זיין אין תפיסה צו דעם מענטש, אבי ער זאל אריין נעמען די מיידל אין סקול, והך קאווע.
מ'זאגט אז דאס איז גאר א גרעסערע נס ווי די באפרייאונג.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 11:40 am
דורך דולה ומשקה
ימים ידברו האט געשריבן:און די היינטיגע וואך פר' ויגש אין די גליון בחצר הקודש וואס קימט ארויס פון שיכון סקווירא תורה'ס נייעס און שמיעסן פון האדמור משיכון סקווירא, האט מען לכבוד די באפריינוג פון הרב שלום מרדכי אראפגעבערנגט עטליכע שמיעסען פון דער אדמור משיכון סקווירא במשך השנים וועגען רבי שלום מרדכי און איין שמיעס דאכט זיך מיט הרב יוסף הארוויטץ חדבן אדמור ממונקאטש שליט"א, זעהט אויס עס איז געווען און די תקיפה וואס מען האט געמאכט מערערע געלט אקציעס און די קהלות הקדושות פאר ר' שלום מרדכי זאגט דער סקווירא רבי א אינטערסאנטע זאך, אז ברוך השם מען פארשטייט שוין הייט צו הלפען די אידען די יושבי חושך,ווען סקווירא האט מיט געמאכט האט קיינער נישט צו געהאלפען קיינער האט נישט פארשטאנען אז מען דארף העלפען, אזא לשון בערך, אדרבה איינער זאל אראפברענגען די פינקטליכע טעקסט, ס'איז מיר א ווינדער די אפרעדעריי פון אזא חשובער רבי און מנהיג, איז דאס טאקע אמת אז העלפען יושבי חושך איז א נייע זאך? איז דאס אמת אז סקווירא האטט מעןנישט געהאלפען איך געדענק א בריעף ואס אלע קהלות האבען גחתמט לטובת סקווירא, וואס מיינט דער סקווירא רבי??
דאכט זיך רבי נפתלשע באבווער איז עגפארען און טאג פון אחתונה פון א אייניקעל לטובת סקווירא צו א סענטער, ווער געדענקט נישט די פעלות פון אגדוה וואס באדערט סקווירא רבי די פעולות וואס מען האט נישט געטון ? אתמהה?
נשלח: דינסטאג יאנואר 02, 2018 4:38 pm
דורך cictim
נשלח: דינסטאג יאנואר 02, 2018 8:50 pm
דורך אישתישבי
איז דער מעשה אמת?
נשלח: דינסטאג יאנואר 02, 2018 9:29 pm
דורך berlbalaguleh
מ'קען נישט אויסטראכטן אזא מעשה. נאר ס'איז זיכער אויך געווען אנדערע שיקולים ביים פרעזידענט ווען ער האט באשלאסן צו באפרייען ר' שלום מרדכי רובאשקין הי"ו...!
Re: פרעזידענט טראמפ ירום הודו באפרייט רובאשקין
נשלח: דינסטאג יאנואר 02, 2018 10:45 pm
דורך החוקר
berlbalaguleh האט געשריבן:מ'קען נישט אויסטראכטן אזא מעשה.
אזוי? פון ווי נעמסטו אז נישט?
נשלח: דינסטאג יאנואר 02, 2018 11:18 pm
דורך איסר האטלקי
אישתישבי האט געשריבן:איז דער מעשה אמת?
אלען דערשאוויטץ האט עס באשטעטיגט אלס קראנט.
נשלח: דינסטאג יאנואר 02, 2018 11:35 pm
דורך [NAMELESS]
איסר האטלקי האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:איז דער מעשה אמת?
אלען דערשאוויטץ האט עס באשטעטיגט אלס קראנט.
דאס אז אלען דערשאוויטץ האט עס באשטעטיגט, קען מען נישט אויסטראכטן?
נשלח: מיטוואך יאנואר 03, 2018 12:02 am
דורך אישתישבי
שוין, יעצט גרעניצט איר זיך מיט כפירה רח"ל.
נשלח: מיטוואך יאנואר 03, 2018 12:03 am
דורך ברוך שפינוזה
אישתישבי האט געשריבן:שוין, יעצט גרעניצט איר זיך מיט כפירה רח"ל.
כפירה רחל, אין וואס?
נשלח: מיטוואך יאנואר 03, 2018 12:12 am
דורך אישתישבי
מחוצף איינער, כפירה אין וואס? ווייסט גאנץ גוט.
נשלח: מיטוואך יאנואר 03, 2018 12:41 am
דורך ברוך שפינוזה
אישתישבי האט געשריבן:מחוצף איינער, כפירה אין וואס? ווייסט גאנץ גוט.
כפירה אין קרישנה אדער אין אללה אדער אפשר גאר אין עוואלושען?
נשלח: מיטוואך יאנואר 03, 2018 8:51 am
דורך אישתישבי
כפירה אין דער כח אין סוף בתוך הצמצום. (שפינוזה'ס גאט).
נשלח: מיטוואך יאנואר 03, 2018 9:50 am
דורך ברוך שפינוזה
אישתישבי האט געשריבן:כפירה אין דער כח אין סוף בתוך הצמצום. (שפינוזה'ס גאט).
וואס איז די פראבלעם? אז דו האסט וואס צו ענטפערן, ענטפער. ווען דו שרייסט סתם כפירה, ווייזט עס אז דו האסט נישט וואס צו ענטפערן, ביזטו דאך גארנישט בעסער פון איהם.
נשלח: מיטוואך יאנואר 03, 2018 10:01 am
דורך שמעקעדיג
ברוך, א וויץ כאפסטו אויך נישט?....
נשלח: מיטוואך יאנואר 03, 2018 10:04 am
דורך ברוך שפינוזה
שמעקעדיג האט געשריבן:ברוך, א וויץ כאפסטו אויך נישט?....
נישט אייביג... ווער רעדט נאך וואן איך קען צוריקוויצלען...