נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2018 10:25 am
דא האט איהר די בריוו
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/viewtopic.php?t=12060
קפה נמס האט געשריבן:יהודה מאשקאוויטש האט געשריבן:
די אינפארמאציע איז טאקע נישט קיין גרויסע חידושים, עס איז נאר א ביאגראפיע. די חידושים וועלן האפנטליך זיין אינעם "משנת חייו" טייל, וואס וועט געבן א מער דרינגליכער אריינבליק אין זיין פערזענליכקייט און מיר וועלן אנאליזירן זיינע מידות און תכונות. דערפאר איז זיין נאטור נישט באשריבן געווארן אינעם ערשטן טייל (אגב, עס איז מיר א וואונדער אז די זעלבע טענה וואס יאיר און דו האבן געשריבן, זענען פשוט מאדנע נאכדעם וואס איך האב קלאר געשריבן אז זיינע ספעציעלע אייגנשאפטן וועלן נאכפאלגען אינעם צווייטן טייל. דער ערשטער טייל איז מער ווייניגער געווען א טריקענער ביאגראפיע פאר חסידישע אומוויסנדע. פארוואס קען מען נישט פארשטיין וואס איך האב קלאר ארויסגעשריבן?)
@יהודה,
א דאנק פאר די ארטיקל אין די וועקער, עס איז זייער שיין. אבער, לא אל הנער הזה התפללתי... אונז האבן געווארט אויף א גרונטליכע אנאליז ווי מען וועט צונעמען זיינע זעלטענע מדות און תכונת הנפש, זיין אינטערעסאנטע מהלך המחשבה און זיין צינישע חכמה.
קענסט נאך תשובה טוהן אין די קומענדיגע וועקער אדער דא אויף ק"ש, ס'איז א 'חסרון לא יוכל להמנות' ווייל קיינער וועט דאס נישט באשרייבן ערגעץ אנדערש.