בלאט 4 פון 8

נשלח: דאנערשטאג מערץ 01, 2018 9:52 am
דורך בן פרצי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך בין אבער נישט זיכער אז הרב שמואל האט געהאלטען טאקע אז זייער גוטס וועט זיין די ישועה.

די עצם זאך אז ער האט לוחם געווען אקעגן דאס צוריק געבן שטחים וואס די מדינה האט איינגענומען, דאס מיינט אז ער האט געזען מיט דעם כיבוש א גוטע זאך.
די עצם זאך אז ער האט געגעבן א הסכמה אויפן ספר 'אחרית כראשית' וואס איז מוכיח אז די ספר 'קול התור' איז נאמן און באגלייבט אויף וואס ער ברענגט בשיטת הגר"א אז די אתחלתא דגאולה דארף געשען בדרך הטבע און דערפאר האט ער געשוקט זיינע תלמידים קיין אר"י כדי די קיבוץ גלויות זאל געשען איידער משיח בן דוד וועט קומען, דאס מיינט אז ער האט געהאלטן אז די יעצטיגע מצב איז א מצב פון אתחלתא דגאולה און קיבוץ גלויות.
די עצם זאך אז ער האט גע'עסקן'ט בדרך הטבע ארויס צו טרייבן די אראבער פון אלט שטאט אין ירושלים, און ער איז געווען יושב ראש פון עמותת 'עטרה ליושנה', דאס מיינט אז ער האט געזען אין די טבעית'דיגע כיבוש אן ערך עליון.
און יותר מכל זה, אז מ'זעט ווי אלע זיינע תלמידים [נישט די וואס האבן זיך צוגעכאפט צו אים די לעצטע 6 יאר, און אויך נישט די תלמידים פון פונוביז'-מרקוביץ און פון גראדנא וואס האבן זיך צוגעטשעפעט צו אים נאר ווייל ס'האט זיך זיי געלוינט פאליטיש] ווי אלע זענען אזוי בשיטה און זאגן אזוי נאך בשמו, דאס איז נישט גענוג?!
און מ'דארף מציין זיין, א תלמיד זיינע האט מיר געזאגט, אז די לעצטע 6 יאר, אלע זיינע דרשות וואס נתי גרוסמן האט מפרסם געווען אין הפלס, ווען ס'איז געווען א שטיקל וואס האט נישט געשטימט מיט די שיטה פון הרב שך, האבן זיי עס צענזירט און אויסגעמעקט, מ'דארף קוקן אויף זיינע אלטע דרשות, ווי ער האלט און איין זאגן אז די נבואות פון התחלת הגאולה ווערן נתקיים אין די היינטיגע דור.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 01, 2018 10:03 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
עס איז קיין סתירה נישט. א מענטש קען האלטען אז די מדינה איז גוט, און אז מ'דארף זיך גענצליך אפשיידן פון די פרייע. ער קען האלטן פון די חרב וחנות מהלך, הגם אז א גשמיות'דיגע ישועה איז א גוטע זאך. עקסטרעמיזם עקזיסטירט אומעטום.
דער אלגעמיינע ליטווישע קאלטקייט צום מדינה, איז נישט זיין גאנג. ווי אויך נישט די גאליציאנע\אונגארישע התנגדות. אבער פארט נישט הרב קוק'ס מהלך פון מקרב זיין די פרומע.

נשלח: זונטאג מערץ 04, 2018 3:54 pm
דורך [NAMELESS]
היינט נאכט א הספד אין עטרת אברהם ווילימסבורג, סאטמר רבי און ראש ישיבה בית מדרש גבוה הגאון ר' מלכיאל.

נשלח: זונטאג מערץ 04, 2018 4:56 pm
דורך בן פרצי
עמעזאן האט געשריבן:היינט נאכט א הספד אין עטרת אברהם ווילימסבורג, סאטמר רבי און ראש ישיבה בית מדרש גבוה הגאון ר' מלכיאל.

ס'האט מיר געקאסט א לאך.
פינקט רז"ל איז דער וואס האט געקענט ר' שמואל פון שערי חסד אז ער זאל אים קענען מספיד זיין?! חחח...
איך ווייס נישט וויפיל ר' שמואל האט געוואוסט בכלל אז ס'דא א יוד אין וויליאמסבורג וואס רופט זיך זלמן לייב טייטלבוים.

נשלח: זונטאג מערץ 04, 2018 6:28 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
עס איז יעצט דא א הספד אין ב.מ.ג. פון הרב אריה מלכיאל ועוד. עכ"פ אזוי זאגט מען מיר.

נשלח: זונטאג מערץ 04, 2018 7:02 pm
דורך בן פרצי
קאפי-פעיסט פון אוצר החכמה:
שמעתי מר' נתן רוטמן ששאל את ר' שמואל על כך שבישיבות לא מעריכים מספיק את ארץ ישראל, ור' שמואל ענה שמי שלומד יודע, וציטט כמה גמרות משבחי א"י, ר' נתן לא התרצה, אמר לו ר' שמואל ש'אמת שיש בעיה שלא מספיק מדגישים את זה'.
שמעתי מאחד מתלמידיו שאמר ש"יש לנו מחלוקת עם הרב שך בעניין הזה".

נשלח: זונטאג מערץ 04, 2018 8:11 pm
דורך איך אויך
בן פרצי, די דאזיגע שיטה איז עתיקת יומין און שטאמט פונעם ספר קול התור כידוע. און אויפן ספר אליינס איז אויך דא גענוג מעררים.

נשלח: זונטאג מערץ 04, 2018 8:40 pm
דורך berlbalaguleh
עמעזאן האט געשריבן:היינט נאכט א הספד אין עטרת אברהם ווילימסבורג, סאטמר רבי און ראש ישיבה בית מדרש גבוה הגאון ר' מלכיאל.

נו, זיכער. זיי זענען דאך שוין כמעט מחותנים...! ווען גייט דער שידוך אויסברעכן בשעה טובה ומוצלחת...די רעבעצינ'ס קומען זיך עפעס נישט אזוי גוט אויס...אבער, די מחותנים...זענען די בעסטע ידידים...ובשעה טובה ומוצלחת ישברו את הצלחת...!

נשלח: זונטאג מערץ 04, 2018 9:10 pm
דורך [NAMELESS]
באשטעטיגטע שמועות קארסירן אז הגאון האט געלאזט צוואה בפה לו בכתב ( שמעתי ב גרסאות ) וואס מען זאל מפרסם זיין לאחר פטירתו איסור ללכת לבחור בבחירות!
לויט שמועות וועט עס היינט נאכט נתפרסם ווערן אין עטרת אברהם

נשלח: זונטאג מערץ 04, 2018 9:34 pm
דורך ימים ידברו
קען מען מיטהאלטען דיהספדים אין עטרת אברהם?

נשלח: זונטאג מערץ 04, 2018 9:43 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איך אויך האט געשריבן:בן פרצי, די דאזיגע שיטה איז עתיקת יומין און שטאמט פונעם ספר קול התור כידוע. און אויפן ספר אליינס איז אויך דא גענוג מעררים.

you're missing the point, אונז זעמער נישט דן דא אויף די ספר קול התור. די נידון דא איז צי ר' שמואל איז געווען א ציוני א קוקניק, און אויף דעם איז קיינער נישט מחולק.

נשלח: זונטאג מערץ 04, 2018 11:10 pm
דורך גאנצל
עמעזאן האט געשריבן:באשטעטיגטע שמועות קארסירן אז הגאון האט געלאזט צוואה בפה לו בכתב ( שמעתי ב גרסאות ) וואס מען זאל מפרסם זיין לאחר פטירתו איסור ללכת לבחור בבחירות!
לויט שמועות וועט עס היינט נאכט נתפרסם ווערן אין עטרת אברהם


ער האט דאך שוין בחייו נישט געהאלטן פון גיין צו בחירות ?

פארוואס זאגט מען נישט די צואה אין א"י פאר זיינע נאכפאלגער פאר וועם אין ווימ"ס דארף מען לאזן הערן די צוואה ?

Re: ושמואל מת ויספדו לו כל ישראל! בד"ה: הגר"ש אויערבאך זצ"ל

נשלח: זונטאג מערץ 04, 2018 11:14 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אי משום הא, האב איך נאך א פאר קשיאס אויף אנדערע וואס האבען עס געפיהלט פאר וויכטיג צו זאגען צום ציבור אין נ.י. וועגען די איסור צו גייען אין בחירות אין א"י.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: זונטאג מערץ 04, 2018 11:27 pm
דורך גאנצל
יענע אידן האבן געוואוינט אין נוי יארק און גערעדט צו זייערע חסידים אין א"י אבער א אנדערע אידן רעדן צו אנדערע ? דעס איז אינטערסאנט

נשלח: זונטאג מערץ 04, 2018 11:36 pm
דורך יין שרף
פשוט. 'זיינע' מענטשן אין ארץ ישראל וועלן טוהן וואס זיי שמעקט, אבער די ניו יארקער דארפן דאך שיקן 'תמיכה' פאר די 'מוסדות' על 'טהרת הקודש', ממילא נאר פאר זיי איז נוגע וועגן נישט גיין צו בחירות, אז די געלט זאל ווייטער פליסן..

נשלח: זונטאג מערץ 04, 2018 11:49 pm
דורך בן פרצי
עמעזאן האט געשריבן:באשטעטיגטע שמועות קארסירן אז הגאון האט געלאזט צוואה בפה לו בכתב ( שמעתי ב גרסאות ) וואס מען זאל מפרסם זיין לאחר פטירתו איסור ללכת לבחור בבחירות!
לויט שמועות וועט עס היינט נאכט נתפרסם ווערן אין עטרת אברהם

ס'נישט שיין צו מאכן ליצנות ברבים פון די וויאליאמסבורגער תמימים דא ברבים.

נשלח: מאנטאג מערץ 05, 2018 12:21 am
דורך [NAMELESS]
בן פרצי האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:היינט נאכט א הספד אין עטרת אברהם ווילימסבורג, סאטמר רבי און ראש ישיבה בית מדרש גבוה הגאון ר' מלכיאל.

ס'האט מיר געקאסט א לאך.
פינקט רז"ל איז דער וואס האט געקענט ר' שמואל פון שערי חסד אז ער זאל אים קענען מספיד זיין?! חחח...
איך ווייס נישט וויפיל ר' שמואל האט געוואוסט בכלל אז ס'דא א יוד אין וויליאמסבורג וואס רופט זיך זלמן לייב טייטלבוים.

פון יצחק שטערן האט ער זיכער געוויסט... די לעצטע מכתב זיינע וועגען זיך מתנתק זיין לגמרי פון נעמען תמיכה פון די מדינה איז אדרעסירט צו יצחק שטערן.

און די געלד פאר שטיצע פון זיינע מערכות די לעצטע יארן האט געשטראמט אין די שווערע הונדרעט טויזענטע פון די קהילה וואס זענען אדוק אין דעם איד זלמן לייב ט''ב

ממילא איז מסתבר אז ער האט געוויסט פון די איד צו זאגן און עם שטארק מכיר טובה געווען.

נשלח: מאנטאג מערץ 05, 2018 12:23 am
דורך [NAMELESS]
אין אנדערע נייעס איז היינט נתייסד געווארן א נייע מועצת גדולי התורה אין ירושלים בביתו נאוה קודש ווי עס איז אויפגענומען געווארן 12 רבנים בראשות הגאון ר' ברוך שאול דויטש הגאון ר' עזריאל אוירבאך און א דריטע גאון שכחתי שמו

נשלח: מאנטאג מערץ 05, 2018 2:12 am
דורך רביה''ק זי''ע
ס'זעט מיר אויס ווי ר' שמואל גייט אין די דרכים פון ר' יוסף חיים זאנענפעלד. בחייו איז ער געווען פון די גרעסטע ציונים, אבער נאך זיין טויט ווערט ער זייער role model.

נשלח: מאנטאג מערץ 05, 2018 2:27 am
דורך berlbalaguleh
רביה"ק: דו מאכסט נאר א ווערטל. ווייל ר' יוסף חיים זאנענפעלד איז קיינמאל קיין ציוני נישט געווען. ער איז נישט געווען פון די עקסטרעמיסטישע לוחמים אקעיגן זיי. ער האט געהאט אנדערע דאגות. וויאזוי צו פיהרן די קהילה. ער האטציך נישט אריינגעלייגט זיין קאפ אין די שטותים. אבער ער האט יא געטון פארשידענע פעולות און השתדלות וועלכע זענען געווען אקעיגן די נאציאנאלע אינטערעסן פון די ציוניס'טישע פיהרערס. למשל. ער האט פארהאנדלט מיט'ן קעניג אבדוללא פון ירדן אז ער זאלל אפגעבן א שטח פון לאנד פאר די ערליכע אידן וואו זיי זאללן קענען אויפבויען הייזער און מאכן אן ערליכן ישוב. אן קיין שום פאליטישע אספיראציעס. און דער פלאן האט שוין געהאלטן ביים פארווירקליכט ווערן. אבער צוליעב די פאליטישע און נאציאנאלע אספיראציעס פון די ציוניס'טישע פיהרערס איז עס נישט צושטאנד געקומען...!

נשלח: מאנטאג מערץ 05, 2018 10:01 am
דורך כלבאשבוע
ביי די בחירות

נשלח: מאנטאג מערץ 05, 2018 10:59 am
דורך רביה''ק זי''ע
berlbalaguleh האט געשריבן:רביה"ק: דו מאכסט נאר א ווערטל. ווייל ר' יוסף חיים זאנענפעלד איז קיינמאל קיין ציוני נישט געווען. ער איז נישט געווען פון די עקסטרעמיסטישע לוחמי אקעיגן זיי. ער האט געהאט אנדערע דאגות. וויאזוי צו פיהרן די קהילה. ער האטציך נישט אריינגעלייגט זיין קאפ אין די שטותים. אבער ער האט יא געטון פארשידענע פעולות און השתדלות וועלכע זענען געווען אקעיגן די נאציאנאלע אינטערעסן פון די ציוניס'טישע פיהרערס. למשל. ער האט פארהאנדלט מיט'ן קעניג אבדוללא פון ירדן אז ער זאלל אפגעבן א שטח פון לאנד פאר די ערליכע אידן וואו זיי זאללן קענען אויפבויען הייזער און מאכן אן ערליכן ישוב. אן קיין שום פאליטישע אספיראציעס. און דער האט שוין געהאלטן ביים פארווירקליכט ווערן. אבער צויליעב די פאליטישע און נאציאנאלע אספיראציעס פון די ציוניס'טישע פיהרערס איז עס נישט צושטאנד געקומען...!

ועל כולם איז ער געווען א גרוסע ציוני. דא האסטו איין באוואוסטע מעשה וואס מנחם אוסישקין האט פארציילט:

היה זה בערב ראש השנה של תר"ץ, חודש וחצי אחרי הפרעות שעברו עלינו באב תרפ"ט. ירושלים העברית הייתה עוד עטופה קדרות של אבל, ועדיין לא ניטשטשו הרְשָׁמים של המאורעות הנוראים. מדוכאים הלכנו ברחובות, ובכל פינה ראינו את "השמירה המעולה", שבאה, כידוע באיחור זמן, אחרי הפרעות. על יד הכותל, שהוא שימש רשמית את הגורם למאורעות, עמדו שוטרים על גבי שוטרים והיו משגיחים על כל נכנס ויוצא. בתנאים כאלה פסקו כמעט הביקורים והתפילה הקבועה ליד הכותל.

אוסישקין מוסיף כי בתוקף תפקידו נעדר מן הארץ לזמן מה ושב אליה סמוך לראש השנה. הוא לא היה רגיל לבקר בכותל בערב ראש השנה דווקא, אולם הפעם הרגיש צורך 'להפגין נוכחות' (כפי שמכנים זאת בימינו). הוא התחמק מביתו מבלי לומר אנה פניו מועדות, שמא לא יתנו לו ללכת בדרך המסוכנת. ואכן, לאורך כל המסלול עד לכותל כמעט ולא נראה אף יהודי, ולעומת זאת מלאו הסמטאות בערבים ובשוטרים.

בהגיעו לכותל מצא אוסישקין רק את השַׁמש, ובעודו נסער מגודל העזובה, שנתגלתה לפניו, נכנס אל המקום יהודי זקֵן, בעל הדרת פנים, המלוּוה בשני אנשים... היה זה הרב זוננפלד, שהחל להתפלל בדבקות רבה באתר הקדוש הזה.

לפתע גילה הרב החרדי את אוסישקין, המנהיג הציוני, בהתרגשות ניגש אליו ואמר:
כמה אני מאושר שמצאתי פה אח קרוב, שגם הוא מרגיש בצערנו וכואב את כאבנו. מעולם לא הייתי מבקר בערב ראש השנה את הכותל, כי קשה עלי הדרך הארוכה (היה אז מעל 80 שנה). אולם דווקא כיום, אחרי המאורעות האלה, מצאתי חובה לעצמי לגשת ולראות את שריד תפארתנו.

פתאום הרים הרב הישיש את ראשו, וכשעיניו נוצצות מתוך התלהבות ותקווה אמר:
אל נא ייפול רוחך עליך. גם זה יעבור, "עס וועט זיי ניט העלפן"! (זה לא יעזור להם). אנחנו נשיג את מטרתנו. לא בסמטאות צרות ולא כפופי ראש ניכנס אל המקום הקדוש שלנו, כי אם בדרך המלך ובקומה זקופה. הַמשך לעבוד את עבודתך באמונה ואולי בקרוב בימינו נזכה לראות את הגאולה האמיתית... ("ספר המועדים" כרך ז, עמ' 356-7)

נשלח: מאנטאג מערץ 05, 2018 11:34 am
דורך רביה''ק זי''ע
קוק אויך דא אונטן, וועגן די מרגלים.

נאך א מעשה: http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=174
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=175