בלאט 4 פון 5

Re: איוואנקא טראמפ שיקט טוויטס פון סאוט קאריע אום שב"ק

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 11:33 pm
דורך moneyminded
אישתישבי האט געשריבן:
moneyminded האט געשריבן:איינער דא מיינט נאך אז זיי זענען שומרי תורה ומצוות? זיי זענען קלאר נישט קיין שומרי תורה ומצוות,ניטאמאל פרובירן זיי צו פאפן ,זיי נוצן עס נאר פאר בילדער אמאל אמאל ,זיי האבן קיינמאל נישט געהאלטען און האלטען נאך יעצט נישט

Sent from my SM-G960U using Tapatalk


ווען מען האט מחלל יום טוב געוועהן שמחת תורה אין סאטמאר איז אויך נתברר געווארען אז אין סאטמאר האלט מען נישט יום טוב, און זיי זענען קלאר נישט קיין שומרי יום טוב, אמאהל מאכן זיי פראטעסטן און פראבירן צו פאפען פאר בילדער, און דער אמת אז זיי האבן קיינמאל נישט געהאלטן, און האלטען נאך יעצט נישט.
גאנץ סאטמאר האלט נישט?

Re: איוואנקא טראמפ שיקט טוויטס פון סאוט קאריע אום שב"ק

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2019 12:20 am
דורך דער גאלדענער אדלער
אישתישבי האט געשריבן:
moneyminded האט געשריבן:איינער דא מיינט נאך אז זיי זענען שומרי תורה ומצוות? זיי זענען קלאר נישט קיין שומרי תורה ומצוות,ניטאמאל פרובירן זיי צו פאפן ,זיי נוצן עס נאר פאר בילדער אמאל אמאל ,זיי האבן קיינמאל נישט געהאלטען און האלטען נאך יעצט נישט

Sent from my SM-G960U using Tapatalk


ווען מען האט מחלל יום טוב געוועהן שמחת תורה אין סאטמאר איז אויך נתברר געווארען אז אין סאטמאר האלט מען נישט יום טוב, און זיי זענען קלאר נישט קיין שומרי יום טוב, אמאהל מאכן זיי פראטעסטן און פראבירן צו פאפען פאר בילדער, און דער אמת אז זיי האבן קיינמאל נישט געהאלטן, און האלטען נאך יעצט נישט.
טרייבסט איבער! ס'נאר געווען אמירה לעכו"ם לצורך רבים

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2019 7:15 am
דורך אישתישבי
און איוואנקא איז אויך אמירה לעכו"ם, אדער דאס אויך נישט.

ב.ד.וו. אין סאטמאר האבן גאר אסאך גערעדט אויף סעלפאנס אין בית המדרש אין יום טוב, דאס איז געוועהן אמירה לעכו"ם, אבער דורך א סעלפאן.

און פאר דער וואס פרעגט אױב גאנץ סאטמאר האט מחלל געוועהן, יא, מדשתקי שמע מינה.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 12, 2020 8:45 am
דורך [NAMELESS]
נעכטן שמחת תורה האט איוואנקא קאמפיינט

www.dailymail.co.uk/news/article-883003 ... s-Sun.html

נשלח: מאנטאג אקטאבער 12, 2020 11:35 am
דורך אישתישבי
חתם סופר האט געשריבן:נעכטן שמחת תורה האט איוואנקא קאמפיינט

http://www.dailymail.co.uk/news/article ... s-Sun.html


זי איז געגאנגען אנגעטוהן לכבוד יום טוב. אפילו דער פעיפער שרייבט אז דער דרעס איז געוועהן סטאנונג.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 02, 2021 6:55 pm
דורך [NAMELESS]
איוואנקא'ס זוהן מיט ציצית ארויסגעשטעקט

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 02, 2021 9:21 pm
דורך berlbalaguleh
א וואוילע אידישע משפחה. אבער ווי ס'זעהט אויס אז גיין אנגעטון צניעות'דיג איז נישט איינס פון די זאכן וואס מרס. קושנער המכונה איוואנקא טראמפ האט מקבל געווען. זי איז א וואוילע אידענע. זי באקט המן טאשן צוזאמען מיט איהרע קינדער. אבער גייט אנגעטון ווי א שיקסע...!

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 03, 2021 8:14 am
דורך היסטאריע
און דיין רעבעצין גייט ווי דער שיקסע פין הונדרעט יאר צוריק.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 03, 2021 9:01 am
דורך berlbalaguleh
היסטאריע: דו קענסט מיין רעבעצין...?! דו האסט גערעדט צו איהר...? זיכער גייט זי א שפיצל מיט שווארצע שטרימפ. (מיט א סיעם...לאל.)...!

נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 9:02 pm
דורך בענבען
איז איוואנקא געווארן מער פרום אדער ווייניגער פרום זייט איהר טאטע איז אויס פרעזידענט?
אין די נייעס הערט מען נישט און מען זעהט איהר גארנישט

נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 9:21 pm
דורך berlbalaguleh
היסטאריע האט געשריבן:און דיין רעבעצין גייט ווי דער שיקסע פין הונדרעט יאר צוריק.

גיין אנגעטון ווי א שיקסע פון 100 יאר צוריק איז זייער גוט.

דער באבוב'ער רב ר' שלמה זצוק"ל האט זיך אמאל מתמרמר געווען (און מען האט איהם פארשריגן דערפאר. אבער ס'איז ליידער אמת.). אז הלואי וואלטן די אידישע פרויען אין היינטיגן אמעריקע געגאנגען אנגעטון (לכה"פ) אזוי צניעות'דיג ווי די פוילישע גוי'טעס (להבדיל) זענען געגאנגען אין זייער טשוירטש...!

נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 10:23 pm
דורך היסטאריע
ווער האט אים פארשריגן?

אפשר האבן מענטשן געזאגט, אז ביי אים אין באבוב איז אזוי,

נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 11:00 pm
דורך וואלווי
berlbalaguleh האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:און דיין רעבעצין גייט ווי דער שיקסע פין הונדרעט יאר צוריק.

גיין אנגעטון ווי א שיקסע פון 100 יאר צוריק איז זייער גוט.

דער באבוב'ער רב ר' שלמה זצוק"ל האט זיך אמאל מתמרמר געווען (און מען האט איהם פארשריגן דערפאר. אבער ס'איז ליידער אמת.). אז הלואי וואלטן די אידישע פרויען אין היינטיגן אמעריקע געגאנגען אנגעטון (לכה"פ) אזוי צניעות'דיג ווי די פוילישע גוי'טעס (להבדיל) זענען געגאנגען אין זייער טשוירטש...!


הערט זיך נישט קראנט. ס'שטימט נישט פאר באבובער רב ז"ל אזא אויסדרוק.

נשלח: דינסטאג פעברואר 01, 2022 9:25 pm
דורך berlbalaguleh
וואלווי: איך האב עס געהערט מפי אנשים נאמנים...איינער פון זיינע נעפיוס. א געווייקטער באבוב'ער חסיד...!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 2:19 pm
דורך היכי דמי
בענבען האט געשריבן:איז איוואנקא געווארן מער פרום אדער ווייניגער פרום זייט איהר טאטע איז אויס פרעזידענט?
אין די נייעס הערט מען נישט און מען זעהט איהר גארנישט


לעצטענס האט מען איר געזעהן עסן מיט איר קינדער היי א כשרע רעסטוראנט דא אין ניו דזשערסי.

אבער וויאזוי זי מאכט די טשולענט שבת איז מיר נישט באקאנט

נשלח: דינסטאג מערץ 15, 2022 6:52 pm
דורך נחום הסופר
היכי דמי האט געשריבן:אבער וויאזוי זי מאכט די טשולענט שבת איז מיר נישט באקאנט

אויך איז נישט באקאנט וויפיל קוגלען זי האט געמאכט אויף שבת זכור

נשלח: דינסטאג מערץ 15, 2022 9:01 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
און מן הסתם די פאטעיטא קוגל וואס זי מאכט איז פון די אמעריקאנער סטיל וואס באשטייט פון דיקע שטיקלעך, נישט ווי מיר יוצאי אונגארן וואס ווייסן וואספארא בלעיד צו ניצן, און איז פיין צומאלן און ווערט אראפ געווישט מיט'ן צינג אן ברויכן אפילו ניצן די ציינער.

נשלח: דינסטאג מערץ 15, 2022 11:14 pm
דורך קהל'ס נער
אויך לייגט זי אריין פרענקפורטערס אין די טשולנט, פאר shabbos lunch, כמנהג ועד חמישים הארצות, און דערנאך טיילט ר' ירד שיריים פון די tacos, און זאגט נאך א ווארט אויפן פרשה פארן שווער זז"ג.

נשלח: דינסטאג מערץ 15, 2022 11:27 pm
דורך וואלווי
זיי ניצן אויך קוסקוס אנשטאטס פערפל

נשלח: מיטוואך מערץ 16, 2022 12:00 am
דורך קאצקע ציקער
פאר געפילטע פיש ניצט זי די קדם געקענטע

נשלח: פרייטאג יולי 01, 2022 6:51 am
דורך [NAMELESS]
אין א טריפענע רעסטאראנט אין תל אביב

On Sunday earstwhile White House aides & former Orthodox Jews Jared Kushner & Ivanka Trump were spotted eating at Manta Ray, a great Tel Aviv restaurant unkosher in every possible way. When bodyguards tried to shield the couple, Trump asked them to allow a paparazzo to snap pics.

נשלח: זונטאג יולי 03, 2022 3:18 am
דורך berlbalaguleh
היכי דמי האט געשריבן:אבער וויאזוי זי מאכט די טשולענט שבת איז מיר נישט באקאנט
וואס מיינסטו? זי לייגט אריין א חזיר פיסל אין טשולנט.

נשלח: זונטאג יולי 03, 2022 7:43 am
דורך פאלאצ'ינטא
חתם סופר האט געשריבן:איוואנקא טראמפ איז יעצט אין סאוט קאריע לכבוד די ווינטער אלימפיקס. דורכאויס דעם שבת איז זי געוועהן ביי די געימס, און געטוויט א שיינע פאר טוויטס אין סאמע שב"ק.

אינטערעסאנט ווי זי האט אמאל געזאגט ווי שטארק זי האט ליב שבת, ספעציעל אז מ'איז אפגעהאקט פון די וועלט און מ'האט נישט די טעלעפאן.

https://mobile.twitter.com/IvankaTrump
די אלע גרויסע קנאקער שיקען נישט אליין. דו מיינסט טאקע אז טרמפ אליין שיקט זיינע טוויטס? ער האט א משוגענער וועליכע ווערט באצאלט צו שיקען און ווי לאנג ער איז כמעט דו זעלבע משוגע ווי ער איז גוט. זי האט לכאורה אויך א שיקעקרען.