בלאט 4 פון 8
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 5:13 pm
דורך סקרן
יהודי פשוט האט געשריבן:שוין דא די דריטע חלק
ווי?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 6:39 pm
דורך כלבאשבוע
סקרן האט געשריבן:יהודי פשוט האט געשריבן:שוין דא די דריטע חלק
ווי?
טעלעגראם
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 6:41 pm
דורך סקרן
האט עס איינער אויף גוגל דריוו?
פירות הנושרים-עונה ב'
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 7:01 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
1)כלל גדול בחיים, ניסלעך מיט קולה גייען יד ביד
2) נישט משנה זיין פון קליידונג פון 500 יאר צוריק, גייט אויך אן אויף פאליציי מונדירן
3)צורך פרנסה איז א היתר פאר האנדלען מיט פארן און חזיר, נישט נאר אויף אינטערנעט
4) קרעמבו קאסט הונדערט שקלים
5) אין א מדינה חרדית גייען פרויען מיט קאשקעטן
6) ווען מען איז איי איי איי מיטן זיך צושטעלן צום סיסטעם...נישט צו שיקן די קינדער אין עטרת שלמה און אין דרכי רחל
7) ווען א בלאנדע איז פארליבט אין דיך, האט מען די גאטס ארייצוגיין אין א פאב מיט די ציצית ארויסגעשטעקט און אראפגעלאזטע פאות
8) די עצות פון רבי יוחנן בן זכאי איז נאך ווירקזאם אפילו אין 2018
9) פון די אנדערע זייט העלפט שוין נישט קיין ציצית וואס פראסקעט אין פנים אזווי עס האט געהאלפען ביי ר' אליעזר בן דודאי
10) ווען מען האט א נסיון פון יוסף הצדיק איז מען עס מהפך לדבר מצוה, אז מען איז משמח א אידישע נשמה
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 7:11 pm
דורך גדליה
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2018 6:05 pm
דורך מיימון
פרק 4 איז שוין אויף טעלעגראם
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2018 8:50 pm
דורך לבי ובשרי
סקרן האט געשריבן:ברוידא איז עקיבא שטיסל
איז דען נישט קיווע געווען מער א הויכער און שלאנקער? דער ברוידא קוקט אויס צו זיין אסאך נידריגער
Re: "אוטונומיות" — נייע ישראל'ישער טעלעוויזיע סעריע איבער חר
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2018 8:59 pm
דורך סקרן
מיימון האט געשריבן:פרק 4 איז שוין אויף טעלעגראם
האט איינער אויף גוגל דריוו?
Sent from my SM-G935V using Tapatalk
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 1:58 am
דורך איסר האטלקי
לבי ובשרי האט געשריבן:סקרן האט געשריבן:ברוידא איז עקיבא שטיסל
איז דען נישט קיווע געווען מער א הויכער און שלאנקער? דער ברוידא קוקט אויס צו זיין אסאך נידריגער
יונה ברוידא - אסי כהן
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 2:00 am
דורך איסר האטלקי
לבי ובשרי האט געשריבן:סקרן האט געשריבן:ברוידא איז עקיבא שטיסל
איז דען נישט קיווע געווען מער א הויכער און שלאנקער? דער ברוידא קוקט אויס צו זיין אסאך נידריגער
קיבע - מיכאל אלוני
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 3:07 am
דורך ראוונע
די שופטת מינסק האט עפעס א שייכות צו דער מינסקער ניגון?
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 3:21 am
דורך לבי ובשרי
געענדיגט קוקן פרק ד'.
לענ"ד הרמה איז דאס אסאך מער דראמאטישער און תוכנ'פולער ווי שטיסל.
שטיסל איז טאקע גאר א פיינער אקטיאר, אבער די תוכן און סיפור והשתלשלות הדברים איז שענער און רייכער.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 5:10 am
דורך קאצקע ציקער
דער הויפט פאליציי דערמאנט מיר פון איינער איינער ווייסט ווי נאך ער עקט
אה ער איז דער טאטע פון יעקב אין כיפת הברזל
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 9:49 am
דורך איסר האטלקי
לבי ובשרי האט געשריבן:געענדיגט קוקן פרק ד'.
לענ"ד הרמה איז דאס אסאך מער דראמאטישער און תוכנ'פולער ווי שטיסל.
שטיסל איז טאקע גאר א פיינער אקטיאר, אבער די תוכן און סיפור והשתלשלות הדברים איז שענער און רייכער.
אלעס פיין, אבער 'תוכן' לאז ארויס ביטע...
שטיסל איז ריאליסטיש, אוטונומיות איז גע'חלומ'טע דראמא. אויסער דעם איז עס זיכער נישט רייכער און שענער געבויט ווי שטיסל. ביי שטיסל ביסטו ביי יעדע סצענע געוואויר געווארן חידושים, ס'האט זיך געבויט א בנין, דא האסטו אלעס געוואוסט נאכן ערשטן קאפיטל.
פירות הנושרים-עונה ג'
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 12:41 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
1)"דאס איז עס" אין פראנצויזיש זאגט מען "סי טו"
2) "קוקודיקס" איז א נאמען פון א מענטש, א נאמען פון א בוך, און א שלוס ווארט פארן ענדיגן א געשעפט
3)ווען די שטייסט אויף א הויכע פלאטפארעם, שטופ נישט דיין חבר בשתי ידים, ווייל ער קען זיך נאך צושפליטערן די קאפ
4) וען די ביסט פארשפארט און תפיסה און עס ווארט דיר לייף און די האסט נאר איין טעלעפאון קאלל צו מאכן, רופ נישט קיין לויער, רופ דיין פרייע געליבטע זי זאל מתפלל זיין אויף דיר
5)יונה בן לאה איז ארויף אויף מיין ליסטע ביי רפאנו און השיבנו
6) עס איז דא אזא מושג ווי שווארצע נשמות וואס קומען פון עולם התוהו און זייער פליכט און לעבן איז צו רצחנ'ן גנב'נן און זינדיגען לשם שמים
7) השגחה פרטיות פארט אזויי ווייט, אז אידען וועלן געהרגט ווערן אבי א קליינע מיידל זאל זיין זיין אין ירושלים אנשטאט תל אביב
8) אהבה איז אזוי וואסער, צופיהל דערפון קען פארלעשען און דערשטיקען
9)ברענג נישט אהיים קיין מיידל אין די נאכט וואס דיין ברידער האט באשלאסען זיך צו הענגען
10)אדער אפשר הענג דיך נישט אין די נאכט וואס דיין ברידער ברענגט אהיים א מיידל
Re: "אוטונומיות" — נייע ישראל'ישער טעלעוויזיע סעריע איבער חר
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 2:25 pm
דורך סקרן
און א לינק צו גוגל דרייוו האט איינער?
Sent from my SM-G935V using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 4:54 pm
דורך מיימון
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 6:04 pm
דורך סקרן
א גוגל דריוו לינק?
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 7:07 pm
דורך סמבטיון
קען איינער פליז ארויף לייגן אויף גאגל דרייוו פרק 3 און 4?
בד"אגב, די קאמענטס וואס דער אלגעמיינעם עולם לאזט אויף יוטוב איז שרעקליך איבער טויזענט קאמענטסאויף עונה 1, און קיין איין פאזעטיוו ווארט, דער עולם איז עפעס אזוי אויפגערעגט אז איין תגובה איז ערגער ווי די אנדערע, מענטשן שרייבן דארט אז זיי קענען נישט פארשטיין וויאזוי די מייצרים פון שטיסל האבן ארום געדרייט דעם דאשיק, און איז נישט מער ווי צי באשמיצן די חרדישע עולם.
איך האב גראדע הנאה פון די שאו, אבער קיין פארגלייך צו שטיסל איז עס נישט, ווי נעמט מען אזא שלום? אזא קיווע? גיטי שלי און די פארחולמטע אויגן פון ליפא אאז"וו.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 8:23 pm
דורך נחום הסופר
זיי האלטן אויך אז דאס איז צו שטארק איבערגעטריבן אנטי-חרדי'ש
https://e.walla.co.il/item/3186109(איך אויך מצטרף בבקשה פאר פרקים 3 און 4 אויף גוגעל דרייוו)
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 11:36 pm
דורך שקד
אוקיי, ס'שמעקט אז זיי מאכן נאך דעם געשיכטע פון 'איפה יוסלה'.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 11:45 pm
דורך קאצקע ציקער
די לעצטע פרק קיקט אויס גאר שרעקעדיג
נשלח: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 12:14 am
דורך שקד
שקד האט געשריבן:אוקיי, ס'שמעקט אז זיי מאכן נאך דעם געשיכטע פון 'איפה יוסלה'.
אוקיי, ס'קוקט אויס אויך בערך די געשיכטע פון לב טהור.. מ'לויפט צוריק קיין קרייניץ חחח