בלאט 4 פון 14

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2018 11:11 am
דורך שבת אחים
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ליין דא פאר א פשט אין מיין תגובה וואס דו האסט נאכגעברענגט

איך האב פארשטאנען אז דו ביסט סארקאסטיש. כבין טאקע א מארמארישער גולם. אבער איך בין דאך נישט ברעין דעט. איך רעדט צו די בעלזער נישט צו דיר.

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2018 11:24 am
דורך berlbalaguleh
ארי נוהם האט געשריבן:קיין בעלזער בין איך נישט, און פארט ווייס איך אז בעלזא פארמאגט די סאמע בעסטע דיינים, און טאקע איבעראל.

דער בעלזער דיין אין מאנטריאל, הגאון רבי וואלף לערנער, איז אויך א דערהויבענע פערזענליכקייט און דמות דיוקן פון א פארצייטישע חסידישע איד, און אויך א גאון מופלג.

ארי נוהם: דעם בעלזער דיין הרב יוסף לערנער שליט"א קען איך פערזענליך. איך געדענק איהם נאך פון אלס יונגל. ר'איז אייביג געווען אן איידעלער. איבער זיין גאונות ווייס איך נישט. כ'האב איהם נישט פארהערט. זיין טאטע ע"ה איז געווען פון די חשוב'ע, אלטע בעלזא'ער חסידים אין ביהמ"ד. אן ענוותן ושפל ברך. און א גרויסער ת"ח...!

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2018 2:33 pm
דורך לאקש
דרשת הגה''צ דומ''ץ סאטמאר מאנטריאל שליט''א

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2018 3:19 pm
דורך גאנצל
נשפת ברוחך כסמו ים........

בעלזע רב האט איינגענומען מאנטריאל מיט טויזענטער אורחים און דער בעל דרשן ווי א ים דערטראנקענער מ'קען אים נישט געפונען.......

די בעלזע חסידים דארפן צו האבן א גוטע לאך פון די חברה (איך פארגין זיי עס נישט......)

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2018 4:22 pm
דורך שושן פורים
גאנצל האט געשריבן:נשפת ברוחך כסמו ים........

בעלזע רב האט איינגענומען מאנטריאל מיט טויזענטער אורחים און דער בעל דרשן ווי א ים דערטראנקענער מ'קען אים נישט געפונען.......

די בעלזע חסידים דארפן צו האבן א גוטע לאך פון די חברה (איך פארגין זיי עס נישט......)

וואס פונקטליך האסטע געוואלט, אז דער בעל דרשן זאל אויך אנברענגען טויזנטע מענטשן די וואך און אפהאלטן א עפענטליכע פארמעסט ווער עס האט מער, ווייסט דען נישט קיין איין סאטמארע חסיד אז בעלז פארמאגט טויזנטע אנהענגער? האט ער אמאל געטראכט אז זיין דרשה וועט צוריקהאלטן איין בעלזער פון קומען?

איך קען ר' משה מנחם גאר גוט, און ווי שטארק איך קען נישט דולדן זיין עקסטרעמיזם האט ער נאך א שטערקערע רעכט צו פארקויפן זיין מיינונג פאר שומעי לקחו און שוין, ער מעג זאגן פאר זיינע אינגעלייט אז זיי זאלן זיך נישט משתתף זיין אין א מעמד וואס גיבט חיזוק פאר איינער וואס איז א מסית ומדיח לשיטתו איך גראטוליר זיין מאוו ארויסצושיקן די ישיבה אין די קאנטרע און לאמיר האפן אז איין טאג וועט ער קומען צום שכל און אויפהערן מיט די עקסטרעמיזם אדער וועל איך קומען צום שכל און איינזעהן אז ער איז גאר גערעכט.

Re: האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2018 4:35 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
לאקש האט געשריבן:דרשת הגה''צ דומ''ץ סאטמאר מאנטריאל שליט''א

א חרפה ובושה וויפיל אינגערלייט פין סאטמער זענען געקומען מיט האלטן.

הלוואי ווען כקען ווען לייגן בילדער פין זיי אסאך טאטעס וואלטן זיך געזעצט שבעה.

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2018 5:31 pm
דורך יוסף יוזפא
לאקש האט געשריבן:דרשת הגה''צ דומ''ץ סאטמאר מאנטריאל שליט''א

טיפש מרחם!
איך וויל זעהן ווען איינער וועט גיין נאך יעדע דרשה זוכען זיינע עבירות צווישן די תרי"ג....
וואס יא, די קנאה ברענט פון זיין אויגן...

Re: האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2018 6:18 pm
דורך אונטער חכם
berlbalaguleh האט געשריבן:איך אויך: איך האב ליעב דעם צודרייטן יונג .."הרב"...טירנויער פונקט אזוי שטארק ווי דו. אבער איך קען דיר זאגן איין זאך. די מעשה מיט דעם צעטל ..."מעמבערס אנלי"... איז נישט אזוי פשוט. כ'ווייס נישט וואס . אבער ס'איז נישט כפשוטו. ווייל סאטמאר, נישט טירנויער, וועט קיינמאל נישט טון אזא זאך. נקודה...!

פון מאנטריאלע אידן האב איך געהערט אז מען האט מורא געהאט אויב עס וועט ווערן אנגעהיצט וועט מען אריינקומען דארט איבערדרייען, האט מען געלייגט דעם צעטל אויף ענגליש , אבער למעשה האט מען עס אראפגענומען נאך אפאר שעה ווייל מענטשן האבן געהאט טענות.

אויך הער איך אז בעלז נוצט דעם נייעם בית אסתר בילדינג וואס איז גלייך נעבן די גרויסע שאטער.

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2018 6:23 pm
דורך יוסף יוזפא
אונטער חכם האט געשריבן:

פארוואס זאל מען וערן אנגעהיצט?

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2018 8:30 pm

דער פאקט אז בעלזא באנוצט זיך מיט'ן בית אסתר בילדינג איז זייער א שיינע זאך. דאס דערווארעמט דאס הארץ. אונז זעמיר פארט אידן. אבער דער קעגנגעוויכט איז אז די סאטמאר'ע קהילה אין מאנטריאל פארמאגט אזא בהמה אן אקס ווי ר' משה מנחם טירנויער. וואס מ'דארף איהם געבן גראז צו עסן. נישט פאטעיטא קוגל..!

על כגון דא נאמר...ווען א נאר ווארפט אריין א שטיין אין וואסער, קענען 10 חכמים עס נישט ארויסשלעפן...!

Re: האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2018 8:56 pm
דורך קפה נמס
טייערער באלאגאלע,

איך האב אייך שוין כמה פעמים געוואלט אויפמערקן אז מען ברויך נזהר זיין וויאזוי מען רעדט אויף א תלמיד חכם. איך מיין נישט דוקא רב טירנויער, עס איז די זעלבע זאך ביי רב שך אדער ביי הגר"ש אויערבאך, ר' עמרם בלויא, וכו' וכו'.

דאס איז א סאטמארע תכונה נישט צו קענען מבחין זיין צווישן די גדלות פון א מענטש און צו ער האלט איין שיטה מיט מיר. איר האט גענומען די זעלבע מדה אראפצורייסן ר' ז"ל פילאפף אדער ר' משה בער בעק.

געדענקט, יענער מעג האלטן אנדערש ווי אייך, און אפי' אויב איז ער גאר עקסטרעם דארף מען נאכאלץ פארערן און רעספעקטירן א ת"ח און עובד ה'.

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2018 9:04 pm
דורך berlbalaguleh
טייערער קפה נמס. איך נעם אן אייער אויפמערקונג מיט רעספעקט. אבער מ'דארף קענען מבחין זיין. איך האב קיינמאל נישט מזלזל געווען אין גדלות בתורה ובמידות פון הרב שמואל אויערבאך זצ"ל...איך האב אייביג נאר גערעדט איבער זיין אגענדא...! משא"כ דער הרב טירנויער. איז בכלל נישט קיין רעספעקטפולער מענטש. ווייל ער געט נישט קיין רעספעקט פאר א צווייטן מענטש. כאטש יענער האט מיינונגס פארשידנהייטן מיט איהם. ס'איז פשוט א בזיון אז דער הייסט א תלמיד חכם. ווייל זיינע מידות (און שכל) דארפן א גרויסן תיקון...! איך האב נאכנישט פארגעסן די טעראר וואס ער האט אנגעפיהרט ווען די מרס. פאללאק תחי' האטציך אונטערגענימען צו שלאגן מיט די שונאי ישראל אין מאנטריאל. און ער האט זי און איהרע נאכפאלגערס גערדופ'ט עד חורמה. עד כדי כך אז די פאליציי האבן זיך געדארפט אריינמישן. און ס'איז געווען א גרויסער חילול השם...! ביי א יעדן פאל ווייזט ער ארויס זיין נארישע שמאלקעפיגע פארטייאישקייט. און פיהרט זיך בכלל נישט אויף איידל . ווי ס'פאסט פאר א תלמיד חכם...!

Re: האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2018 9:14 pm
דורך קפה נמס
איז מאכט זיכער נישט צו גיין אין די דרכים פון הרב טירנויער, און איר זאלט יא געבן רעספעקט פאר יעדעם אינקלודינג פאר רב טירנויער.

ווען מען וויל מעסטן א מענטש, קען מען נישט דן זיין לויט איינמאליגע מעשיות מיט א מרת. פאללאק וכהנה. מען דארף באטראכטן א מענטש לויט וואס ער איז, מיט וואס ער פילט אן זיין טאג. און א איד וואס דאוונט ערליך און פילט אן זיין טאג מיט לערנען און פסק'ענען שאלות דארף מען נזהר זיין בכבודו, נישט קיין חילוק צו ער הייסט ר' חיים דרוקמן אדער ר' משה בער בעק אדער עניטינג אין בעטווין...

אויב איר ווילט ממשיך זיין דארף עס נישט זיין ברבים...

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2018 11:21 pm
דורך שושן פורים
מיר שטערט נישט אז טירנויער איז מוחה קעגן איינעם וואס איז לשיטתו/לטעותו א מסית ומדיח, מיר טוט נאר וויי פארוואס ער האלט אזוי.

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2018 11:36 pm
דורך שושן פורים
איך מיין אז מען ברויך זאפארט טוישן דעם קעפל צו "הרב מ"מ טירנויער שליט"א און איר אריבערפירן קיין אנשי שם.

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2018 11:55 pm
דורך שמעון וואלף
שבת אחים האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס איז א מנהג און א מסורה אין בעלזא צו האבען די בעסטע דיינים. ווער וועט זיך דינגען מיט א מסורה?

עס איז א מנהג פון בעלזא צו פראקלאמירן און פראפאגאנדירן אז זיי האבן די ״בעסטע דיינים״...

ווען זיי האבן טאקע די בעסטע דיינים איז איין זאך. למעשה זענען זייערע דיינים גארנישט אנדערש ווי אלע אנדערע...

מיט וואס איז הרב ר׳ טובי וועטטענשטיין מעהר ווי הרה״ג הצדיק ר׳ משה שנעבאלג (מטשערנאוויץ) און זיינע ברודער הרב ר׳ חיים פייבל און הרב ר׳ אייזיק. הרה״ג ר׳ ירמי גאלדהירש. הרה״ג ר׳ בנימין זאב פליישער, הרה״ג ר׳ שלמה אליעזר ברוינשטיין, הרה״ג ר׳ יוסף באב״ד, הרה״ג ר׳ נפתלי שפירא, הרה״ג ר׳ ישראל ראזנבערג (ברי״ע) וכו׳ וכו׳

די איינציגסטע חילוק איז זיי זענען ווינזיצער און די אנדערע זענען בעלזער.

הרה״צ ר׳ משה שנעבאלג און הרה״צ ר׳ זושע רוב פון מאנסי זענען טויזנט מאהל מעהר חשוב ווי ר׳ טובי וועטטענשטיין און עני אנדערע דיינים פון בעלזא... איך קען זיי ביידע גאר גוט. נאר וואס דען וויזניץ מאכט נישט קיין טראסק פון יעדע מו״צ. משא״כ בעלזא אז איינער איז א ת״ח מאכט מען פון אים א גאנצע מרא דאתרא.

זיי זענען אייביג ביזי אז זיי האבן ארויס געגעבן די בעסטע און חשובסטע יונגעלייט. כ׳זעה אין וויזניץ און אין אלע אנדערע חסידות די זעלבע חשובע יונגעלייט. סאיז דא אין וויזניץ-מאנסי אליינס אפאר הונדערט ר׳ טובי וועטטענשטיין׳ס אן קיין אפיציעלע לעדערהעטס און פאמפע. דרייטס נישט קיין קאפ!

נישט נאר דיינים האבן זיי די בעסטע נאר אלעס, אריינגערעכענט שוחטים, מוהלים, חזנים, בדחנים, רעבעצין, פעינטער, פלאמבער, מאלעסטער (קידינג) וכו'. איך האב שייכות מיט אפאר בעלזע און איך האלט אין איין הערן פון זיי ווי געלונגן זייער קהילה איז. יענע וואך האט איינער פון זיי געברענגט הערינג און זיך אויפגעטון אז א בעלזע יונגערמאן מאכט עס און ס'איז די בעסטע הערינג אין בארא פארק.
באמת זענען אסאך חסידות אזוי אבער די בעלזע זענען די מערסטע געשלאגן דערמיט

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2018 11:58 pm
דורך בן ישי
גערעכט שמעון וואלף, איך האב עס אויך באמערקט.
אגב אז מ'רעדט שוין יא, וועלכע הערינג? Fish to dish?

נשלח: פרייטאג מאי 04, 2018 12:01 am
דורך שמעון וואלף
בן ישי האט געשריבן:גערעכט שמעון וואלף, איך האב עס אויך באמערקט.
אגב אז מ'רעדט שוין יא, וועלכע הערינג? Fish to dish?

איך ווייס נישט. ער האט געזאגט אז יענער מאכט עס אינדערהיים

נשלח: פרייטאג מאי 04, 2018 12:24 am
דורך בת קול
זיי זענען זייער פארטיי-איש.
עס קומט פון נישט זיך נישט דרייען אסאך אין אנדערע הויפן. פילע פארטייען זענען טאקע אויך אזוי, אזא מין שמאל קעפיגקייט אז מען איז די בעסטע ווייל מען ווייסט נישט וואס טוהט זיך אינדרויסן.

Re: האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.

נשלח: פרייטאג מאי 04, 2018 6:07 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דאס איז דאך די חסידות ביי זיי. הרב רייזמאן האט עס קלאר באשטעטיגט אז די פארטיי איז אלס.

ביי סאטמאר איז עס ציונות און גער איז עס דאס וואס מ׳מאכט נישט קיין עסק, אין בעלזא איז עס ׳מיר האבען די בעסטע׳.

געדענקטס אז ביז ממש לעצטענס האבען זיי זיך געשעמט פון זייער רבי׳ן, האבען זיי געמוזט בויען עפעס אנדערש אנשטאט׳ס דעם.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: פרייטאג מאי 04, 2018 10:08 am
דורך newkave
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס איז דאך די חסידות ביי זיי. הרב רייזמאן האט עס קלאר באשטעטיגט אז די פארטיי איז אלס.

ביי סאטמאר איז עס ציונות און גער איז עס דאס וואס מ׳מאכט נישט קיין עסק, אין בעלזא איז עס ׳מיר האבען די בעסטע׳.

געדענקטס אז ביז ממש לעצטענס האבען זיי זיך געשעמט פון זייער רבי׳ן, האבען זיי געמוזט בויען עפעס אנדערש אנשטאט׳ס דעם.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

Ok

נשלח: פרייטאג מאי 04, 2018 11:16 am
דורך שבת אחים
בת קול האט געשריבן:זיי זענען זייער פארטיי-איש.
עס קומט פון נישט זיך נישט דרייען אסאך אין אנדערע הויפן. פילע פארטייען זענען טאקע אויך אזוי, אזא מין שמאל קעפיגקייט אז מען איז די בעסטע ווייל מען ווייסט נישט וואס טוהט זיך אינדרויסן.

אמת. זיי זענען א שטיקל צייט געוועהן ״אויסגעשפיגן״. כגעדענק נאך ווען זיי האבן זיך געשעמט צוזיין בעלזער...

Re: האדמו''ר מבעלזא שליט''א אויף שבת אין מאנטרעאל.

נשלח: פרייטאג מאי 04, 2018 11:35 am
דורך גר ותושב
גר ותושב האט געשריבן:איז דא נאך פלעצער וואס מען מאכט א קבלת פנים פארן אשת חבר ? אדער נאר אין בעלז מאכט מען דאס?

https://youtu.be/7wwBlRhzXqI

איז דא א מקור אין בעלז פאר די אלע רעבעצינס משוגעתן אדער קומט עס אפשר פון ויז'ניץ?