בלאט 4 פון 27

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2018 1:50 pm
דורך גאנצל
קענסט זאגן וואס דו ווילסט איך ברענג נאר ארויס אייער הארץ ווייטאג קלארער

צוריק צו די נייעס איך פיל גארנישט פאר וויכטיג מער ווי שרייבן די נייעס און אלעס ארום

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2018 1:51 pm
דורך אמת ויציב ונכון
גאנצל האט געשריבן:קענסט זאגן וואס דו ווילסט איך ברענג נאר ארויס אייער הארץ ווייטאג קלארער

צוריק צו די נייעס


קליג גענטפערט. ......
גערעכט צוריק צו נייעס

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2018 1:53 pm
דורך אמת ויציב ונכון
אגב די אנדערע חברי הבד"ץ קוקט אויס ווי איינעמס פריוואטע דמיונות.... ווייל די נעמען וואס יענער שרייבט האבן ניטאמאח קיין וויזע. זיי זענען נאך קיינמאל נישט ארויס פון ארץ ישראל........

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2018 1:54 pm
דורך אמת ויציב ונכון
גאנצל האט געשריבן:קענסט זאגן וואס דו ווילסט איך ברענג נאר ארויס אייער הארץ ווייטאג קלארער

צוריק צו די נייעס איך פיל גארנישט פאר וויכטיג מער ווי שרייבן די נייעס און אלעס ארום


פילסט אבער אויך פאר וויכטיג צו מעלדן אז די שונאים גייען פלאצן......
יחי הארונישע פארריקטקייט יחי

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2018 1:55 pm
דורך גאנצל
אגב אז מ'רעדט שוין וועל איך פארציילן א זיסע מעשה וואס מהרא האט פארציילט ביי א מסיבה

איך בין געווען אמאל מיט'ן טאטן ז"ל ביים פעטער ז"ל און בתוך הדברים האט די פעטער פארצציילט פאר'ן טאטן אזוי

איך בין געווען אין לאגער איז געווען דארט א איד דיין טאטענס א תלמיד און ער האט זיך געוואלט מיט מיר מתוכח זיין אין עניני ציונות , איך האב פארשטאנען אז דא איז נישט די צייט זיך צו טענהן אין די ענינים האב איך אים נאר געגעבן אזא פרעג זאג נאר ר' איד דיין רבי איז געווען א ציוני ? האט דער איד מיר גענטפערט מיין רבי ? מיין רבי איז דאך געווען א ערליכע איד.........

האט דער פעטער אויסגערופן מיט ווייטאג אמאל האט אפילו א ציוני געוואוסט אז א ערליכע איד קען נישט זיין קיין ציוני

דברי פי חכם חן

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2018 2:08 pm
דורך גאנצל
אמת ויציב ונכון האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:קענסט זאגן וואס דו ווילסט איך ברענג נאר ארויס אייער הארץ ווייטאג קלארער

צוריק צו די נייעס איך פיל גארנישט פאר וויכטיג מער ווי שרייבן די נייעס און אלעס ארום


פילסט אבער אויך פאר וויכטיג צו מעלדן אז די שונאים גייען פלאצן......
יחי הארונישע פארריקטקייט יחי


סארי
איך האב אין ערגעץ נישט געשריבען אז די שונאים גייען פלאצן

אז דו זעיסט דאס אין איז עס דיין קטנות

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2018 3:01 pm
דורך גאנצל
אויך האט מהרא דארט פארציילט אז אין תשל (געהערט אז עס איז געווען חוה"מ) האט מען אויך געמאכט ענליכס צו אזא מין אסיפה נאר לחזר ולשנן תורת אמת שיטה הקדושה די פעטער ז"ל האט נישט גערעדט אבער ער האט זיך באטייליגט די טאטע ז"ל האט דארט גערעדט

די רבי האט ארויסגעדריקט איך געדענק נאך ווי דער טאטע האט מיר געזאגט וואספארא פחד ער האט געהאט צו רעדן בנוחכות פונעם פעטער

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2018 8:27 pm
דורך יין שרף
קודם כל איז הגאון המופלג רבי משה שטרנבוך שליט"א אויסדרוקליך "נישט" פוסק הדור. א ריזן ציבור פון כלל ישראל זענען סרים למשמעתו תרתי משמע..

אזוי אויך איז ער ניטמאל ראב"ד ירושלים נאר פון קהילת "העדה החרדית" (nothing in common with actual עדה חרדית..)

ווי איך האב פארשטאנען איז די כינוס געווידמעט צו איבער'חזר'ען אדער אויסלענען (פאר דער וואס האט קיינמאל געוואוסט..) די שיטה פון מרן הגה"ק מ'סאקמאר זצ"ל בענייני ציונות. און פונקט נעמט מען די ראב"ד שליט"א וואס איז קיין חסיד פון אים נישט. קיין תלמיד נישט. די זעלבע השקפה קיינמאל געהאט. ער האט געטוישט די ווערטער אין די הקדמה לצורך פרנסה...

וואס איז די פאונט פארן אים אהער רופן? צו איינעם שטעכן? צו פראווען די פאונט פון ר' אהרן אז ווער עס האלט אז עס איז נישט דא קיין קברים איז נישט קיין ציוני? כ'מיין וואס איז פשט דערפון?

#אינטרעסאנט

Re: כינוס כללי סאטמאר מהר

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2018 8:51 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ע"ז נאמר ׳וכסיל לא יבין את זאת׳. פונקט זאת פארשטייסטו נישט? די גאנצע מעמד פעלט אויס ווי דער מיירעלע אויפ׳ן געפילטע פיש. סתם האלטען א דרשה האט ער נישט געקענט? שרייבען א ספר? שיקעןא בריוו? ארטיקלען אין צייטונג?
דאס כינוס כלל ישראל ביזנעס האט גארנישט מיט די ציל וואס עס שטייט אויפ׳ן צעטעל.

איך מיין אז ערגעץ אין תנ"ך שטייט ׳לשבר החלונות ולהגדיל הטראסק׳. טאמער איינער האט א מראה מקום, ביטע אויסשרייבען

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2018 9:07 pm
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אפשר מאך איך א טעות און הרב י"ח האראוויץ איז נאר אן אייניקעל פון דער ראחובער רב פון לוגאנא? איך געדענק א מלמד אין חדר וואס איז א לוגאנא אפשטאמיגע, הרב ארלנגר, וואס פלעגט רעדען פון זיין רב מין בענקשאפט, און איך גלויב נישט אז ער האט נאך געלעבט דעמאלס, מיט מער ווי פינף און צוואנציג יאר צוריק.

ליטוואק פון בודאפעסט: איך ווייס עס נישט אלס פאקט. אבער איך מאך דעם חשבון אז דער הרב האראוויץ פון מאנטשעסטער מוז זיין אן אייניקל פונ'ם ראחוב'ער רב. ווייל ווען איך בין געווען א יונגל האטמען געשמועסט פונ'ם ראחוב'ער רב. און אז דער היינטיגער רב האט נאך א רויטע בארד מוז ער זיין אן אייניקל. לפי החשבון איז זיין טאטע אויכעט שוין בעלמא דקשוט. אויב נישט זאלל ער מאריך ימים ונשים זיין עד מאה ועשרים שנה...!

דאס איז נאר להערה בעלמא. צו די עצם עניין האט עס גארנישט. לא מעלה ולא מוריד...!

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2018 9:09 pm
דורך יין שרף
ביי אים אין די מיינד איז דאס א דרשה.. גייט פשוט נישט זיין גענוג פלאץ פאר אלע תלמידי רביה"ק זי"ע אשר לא ידעו את יוסף, ממילא דארף מען א סטעדיום אדער א ארמארי..

אין מציאות איז ער גערעכט. טויזענטער וואס פארופן זיך סאטמארע חסידים, האבן קיין מושג נישט וואס זייער אייגענע שיטה איז...

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2018 9:16 pm
דורך גאנצל
טשעפענען שטעכן חלילה

דער אסיפה איז דאך געווידמעט איבער צו חזר'ן די שיטה הקדושה און זיך מחזק זיין אין די שיטה אין אזעלכע שווערע צייטן ווען זייער הצלחה שיינט

רופט מען איינע פון די שענסטע רבנים און דער אקטיווסטער אין די עדה החרידית דער דגל הקנאות אין א"י שוין די לעצטע 40 יאר מפורסם מיט זיין דרשות קנאות מיט א אש קודש די לעצטע 40 יאר זאל מפאר זיין אזא מעמד און מעורר זיין לבבות ישראל

נישטא קיין פאסיגערע קאנדידאט

מ'דארף עפעס דוקא זיין א תלמיד פון רבין איבער צו חזר'ן קנאות ?

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2018 9:30 pm
דורך יין שרף
ניין, אבער עט ליעסט א קנאי... בעניני ציונות וכדו'..

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2018 11:16 pm
דורך גאנצל
זיינע דרשות זענען פייערדיגע קנאותדיגע דרשות

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2018 12:23 am
דורך שמעון וואלף
גאנצל האט געשריבן:
אמת ויציב ונכון האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:קענסט זאגן וואס דו ווילסט איך ברענג נאר ארויס אייער הארץ ווייטאג קלארער

צוריק צו די נייעס איך פיל גארנישט פאר וויכטיג מער ווי שרייבן די נייעס און אלעס ארום


פילסט אבער אויך פאר וויכטיג צו מעלדן אז די שונאים גייען פלאצן......
יחי הארונישע פארריקטקייט יחי


סארי
איך האב אין ערגעץ נישט געשריבען אז די שונאים גייען פלאצן

אז דו זעיסט דאס אין איז עס דיין קטנות

פליז גיי צוריק קיין צימעס און שרייב דא נארמאל מיט דיין אנדערע ניק

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2018 12:29 am
דורך Gimpel
בערל די ראחובער רב פין בני ברק איז די טאטע פין ראחובער. רב אין מאנטשעסטער

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2018 12:56 am
דורך שמעון וואלף
הייסט מ'רופט ר' משה שטערענבוך זאל אויסלערנען פאר סאטמארע אידן וואס די סאטמארע שיטה איז? ער האט דען עפעס מיט די סאטמערע שיטה?
דאס איז אן אלטע טעות פון די סאטמערע אז זיי מיינען זיי זענען אויף איין פעיזש מיט די ירושלימ'ע ליטווישע אנטי ציונים. איך האב נייעס פאר ענק סאטמורים: עטץ האטס סאך מער אין קאמאן מיט וויזניץ און בעלז ווי מיט די ליטווישע אנטי ציונים.
ס'געווען א שמועה אז ר' שמעי' גרינבוים גייט רעדן, דאס האב איך פארשטאנען און ס'איז באמת א גוטע אויסוואל. אבער ר' משה שטערענבוך? איינער וואס לערענט פאר אין זיין ישיבה אויף עיברית גייט לעקטורען סאטמארע וועגן ציונות?

און אז איך רעדט שוין, וויל איך מעורר זיין איבער דאס ווארט קנאות וואס ווערט אסאך גענוצט בנוגע די כינוס. "קנאות" איז נישט עפעס וואס מ'קען אויסלערנען פאר מענטשן, טאמער ביסטי א קנאי ביסטי, און טאמער נישט קען מען דיך נישט מאכן פאר א קנאי. אזוי אויך מיינט נישט קנאות צו מחמיר זיין און אננעמען אייביג די צד איסור. קנאות מיינט זיך קאכן פאר'ן אייבערשטענס וועגן און נישט ריען טאמער זעהט מען עפעס וואס איז נישט אויסגעהאלטן על פי תורה. יגאל עמיר איז געווען א קנאי. ער האט נישט אויסגעהאלטן אז ראבין גיט שטחים פאר די אראבער, האט ער זיך איינגעשטעלט און גענומען די זאך אין די היינט אריין און אראפגערוימט ראבין'ן פון וועג.

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2018 1:50 am
דורך Gimpel
ליטוואק וי קען שטיין אין תנ"ך די ווארט טראסק עד איז דאך אידיש

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2018 7:32 am
דורך נקודת-אמת
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך מיין אז ערגעץ אין תנ"ך שטייט ׳לשבר החלונות ולהגדיל הטראסק׳. טאמער איינער האט א מראה מקום, ביטע אויסשרייבען

דאכט זיך מיר אז ס'איז ערגער'טס אין זבדיהו א' אדער נתניהו ב' אדער גאר אינעם היינטיגן נביא טראמפיהו יר"ה...

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2018 7:53 am
דורך גאנצל
שמעון וואלף האט געשריבן:הייסט מ'רופט ר' משה שטערענבוך זאל אויסלערנען פאר סאטמארע אידן וואס די סאטמארע שיטה איז? ער האט דען עפעס מיט די סאטמערע שיטה?
דאס איז אן אלטע טעות פון די סאטמערע אז זיי מיינען זיי זענען אויף איין פעיזש מיט די ירושלימ'ע ליטווישע אנטי ציונים. איך האב נייעס פאר ענק סאטמורים: עטץ האטס סאך מער אין קאמאן מיט וויזניץ און בעלז ווי מיט די ליטווישע אנטי ציונים.
ס'געווען א שמועה אז ר' שמעי' גרינבוים גייט רעדן, דאס האב איך פארשטאנען און ס'איז באמת א גוטע אויסוואל. אבער ר' משה שטערענבוך? איינער וואס לערענט פאר אין זיין ישיבה אויף עיברית גייט לעקטורען סאטמארע וועגן ציונות?

און אז איך רעדט שוין, וויל איך מעורר זיין איבער דאס ווארט קנאות וואס ווערט אסאך גענוצט בנוגע די כינוס. "קנאות" איז נישט עפעס וואס מ'קען אויסלערנען פאר מענטשן, טאמער ביסטי א קנאי ביסטי, און טאמער נישט קען מען דיך נישט מאכן פאר א קנאי. אזוי אויך מיינט נישט קנאות צו מחמיר זיין און אננעמען אייביג די צד איסור. קנאות מיינט זיך קאכן פאר'ן אייבערשטענס וועגן און נישט ריען טאמער זעהט מען עפעס וואס איז נישט אויסגעהאלטן על פי תורה. יגאל עמיר איז געווען א קנאי. ער האט נישט אויסגעהאלטן אז ראבין גיט שטחים פאר די אראבער, האט ער זיך איינגעשטעלט און גענומען די זאך אין די היינט אריין און אראפגערוימט ראבין'ן פון וועג.


ער רעדט מיט די ליטווישע הבהרה דאס שרייבן עברית איז סתם אראפצורייסן

סאטמאר איז אלס געווען מער קנאותדיג ווי חברי העדה החרידית אבער מיט די שיטה קעגן ציונות זענען זיי אלעמאל געגאנגען צוזאמען אין א"י זענען זיי די פאן טרעגער פון די שיטה זיי פירן דאך עס אן דארט ווער רעדט דען אין א"י ביי אלע אסיפות ומחאות אז נישט די עדה החרידית און יעצט אז מ'מאכט אזא גרויסע אסיפה לחזור ולשנן איז דאך זייער פשוט אז מ'רופט איינע פון די ראשי מנהיגי העדה

אבי געהאקט

Re: כינוס כללי סאטמאר מהר"א, כ' סיון תשע"ח, ארמארי

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2018 10:18 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער עדה החרדית איז פונקט אזויפיהל אין איין שיטה מיט סאטמאר אז די געלט זאל ווייטער פליסען. די ירושלימ׳ער זענען נישט געקנויטען פון די זעלבע טייג ווי די סאטמוירעם און זיי האבען נישט די זעלבע גלויבונגען. זיי זענען ׳אנגעפיקעוועט׳ מיט ציונות. זיי זוכען דער אויפבוי פון די לאנד און ארויס צו טרייבען די אראבער. אין אמעריקא קען מען אויסדרוקען מיטלייד מיט אראבער, די ירושלימ׳ער ווייסען בעסער\אנדערש.

הרב משה שטרנבוך פארטרעט, עטוואס, די בריסקער שיטה אין ציונות. דאס איז ווייט מזרח ממערב פון סאטמאר. אין בריסק, עגזיסטירט אין גאנצען נישט קיין מדינה, נישט קיין התגרות באומות, נישט קיין שלש שבועות, גארנישט. עס עגזיסטירט אן ארגאניזאציע וואס פיהרט א חינוך ווערטשאפט וואס שטימט נישט מיט תורה, דעריבער שטעלט מען זיך נישט צו, א.א.וו.. גארנישט מיט ויואל משה און גארנישט מיט גזירת גלות. זיי ׳שלאגען׳ זיך נישט מיט ציונים, פארשפרייטען נישט זייער מיינונג און זענען נישט באשעפטיגט מיט וואס ׳יענער׳ טוט צו האלט.
נישט צו ווייט פון אלע גדולי ישראל, נאר מער סימפליסטיש, נישט גוט פאר די ברייטע מאסען. אבער ווייט פון סאטמאר.

כלפי בריסק, זענען אהרוינעם פונקט ווי זאליס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2018 10:30 am
דורך Gimpel
דפח"ח

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2018 10:38 am
דורך רביה''ק זי''ע
יעצט אז ס'דא א רעדע אז די ראב"ד פון די עדה זאל רעדן, ווייס איך שוין קלאר אז די כינוס האט מיט'ן רבינס מלחמה קעגן ציונות גארנישט איינגעשטויסן. וואס יא ווייס איך נישט, מסתמא וועט מען גאוואר ווערן מיט די צייט.

און אז מ'רעדט שוין פון די בריסקע שיטה, האט מיר געזאגט א בריסקער אז ער האט א ראיה מוכרחת אז די רב'ס שיטה אין בחירות איז דער אמת. כ'געדענק נישט וועלכע משל ער האט גענוצט, אבער ס'געווען עפעס אזוי. די 'יושר דברי אמת' האט אמאל אפגעמאכט אז ער וויל דאווענען מנחה מיט תפילין, אבער למעשה האט ער עס נישט געטון. ווייל ער האט געזאגט אז ער האט געפילט עפעס אן עקסטערע חשק עס צו טון, אבער ביים לייגן תפילין ביי שחרית יעדן טאג ווי א נארמאלע מענטש פילט ער נישט די התלהבות, מוז זיין אז די חשק קומט פון די סטרא אחרא, און ס'נישט די רצון השם. האט ער געזאגט אז די זעלבע זאך דא, ס'קומט צו בחירות ווערט יעדער איין שטיק התלהבות מקיים צו זיין די גרויסע מצוה פון 'ועשית ככל אשר יורוך', וואס מ'זעט דאס נישט ביי קיין שום אנדערע מצוה. ווידעראום די אנדערע חברה גייען מוחה זיין מ'גיבט ארויס קונטרסים צעטלעך און מ'מאכט משוגע די מענטשהייט, וואס מ'זעהט נישט ביי קיין שום אנדערע עבירה. מוז זיין אז ביידנס התלהבות קומט נישט פון קיין גוטע מקור, און דער אמת איז ווי די רב האט געהאלטן אז ס'נישט קיין מצוה און נישט קיין עבירה.