האדמו"ר בעל לב אהרן מסאטמאר: דער רבי איז געבליבן מיט'ן בארד!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

אישתישבי האט געשריבן:עס איז דא די באקאנטע מעשה מיט די רמ"ע מפאנו, מיט דער בילד פין אים אהן א בארד.

גראדע האב איך געזען א בילד פון איהם מיט א בארד, וואטעווער.

אישתישבי האט געשריבן:אמאהל זענען אידען און גוים געגאנגען מיט בערד, ווען גוים האבן אנגעהויבן שניידען דער בארד איז געוואָרן אידיש חריידיש צו האלטען דער בארד, פאר די גוים האבן געשוירען די בארד האט מען נאך געמעגט שניידן די בארד. ודו"ק.

ס'איז קיינער נישט מחולק אז מ'מעג שניידן די בארד, און ס'איז קיינער נישט מחולק אז אין אלע דורות האב אידן געשניטן די בארד. דא רעדט מען נאר פון די אזהרה פון אריז"ל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
Avrom
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 60
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 29, 2018 12:54 am
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך Avrom »

די מישט צוויי זאכען אראפנעמן די בארד און שטיצן די בארד
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

Avrom האט געשריבן:לא תשחית את פאת זקנך

דאס מיינט אז מ'מעג נישט גאלן די בארד? ביסט טאקע אזא מן הארץ?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

berlbalaguleh האט געשריבן:טאמבל סאס: דיין ספעקולאציע איז וואונדערליך. אויף ענגליש הייסט דאס ווישפול טהינקינג...! די נאציס, ימ"ש זענען געווען צו שטארק ציניש און ברוטאל אריינצונעמען גאט אין זייערע באשלוסן...!

סאו ווען סקומט דיר אויס גוט זאגסטו די נאציס זענען געווען רעליגעיז און ווען נישט, נישט? גראדע אייכמאן'ס לעצטע ווערטער, האביך נאר לעצטנס געליינט, זענען געווען, איך שטארב גלויבענדיג אין גאט.

אזוי ווי יענע פחדימדיגע ווערטער וואס יענער האט געזאגט: די וואונדער איז נישט אויף די הייליגע ביכער ווי למשל די תורה, ווער ס'האט זיי געשריבן. די וואונדער איז אויף די שלעכטע ביכער, ווער שרייבט זי...י?
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
Avrom האט געשריבן:לא תשחית את פאת זקנך

דאס מיינט אז מ'מעג נישט גאלן די בארד? ביסט טאקע אזא מן הארץ?

אין משנה שטייט 'ולא עם הארץ חסיד', איך וואלט געוואלט מגיה זיין 'וכדי להיות חסיד צריך להיות עם הארץ'. ודו"ק.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

Avrom האט געשריבן:די מישט צוויי זאכען אראפנעמן די בארד און שטיצן די בארד

נו, זיי ממשיך.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
א-שופר-איז-א-שופר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 157
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 3:26 pm
האט שוין געלייקט: 184 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל

שליחה דורך א-שופר-איז-א-שופר »

ער איז זיכער נישט געוועהן דער איינציגסטער.

מיין זיידע (מאמע'ס טאטע) איז געבליבען מיט'ן בארד און ב"ה ער איז נישט געוועהן א רבי.

און מיין טאטעס טאטע איז געבליבען מיט'ן בארד און ער איז געבוירען געווארען דא אין אמעריקא בערך 1875
Avrom
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 60
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 29, 2018 12:54 am
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך Avrom »

אראפנעמן די בארד איז א איסור השחתת זקן מיט א סם איז מותר לרוב פוסקים עפ"י קבלה איז אסור אבער שטיצן די בארד אין הלכה איז עס בכלל נישט דערמאנט ביי חסידים איז מען מקפיד
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מספרים כעין תער איז נאר יש לחוש ביי פאות הראש, אויפ'ן בארד איז בפשטות מותר לכו"ע. מיט סם איז זיכער מותר, כמבואר בגמ'.
עי' כ"ז ביו"ד סי' קפ"א.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

קען מען ערגעץ הערן אדער זעהן די גאנצע דרשה?
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

לעיקוואד האט געשריבן:קען מען ערגעץ הערן אדער זעהן די גאנצע דרשה?

דא וועסטו קענען ליינען אן אבזערוואציע דערויף, פון הרב שמואל הנגיד אליינס.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

לעיקוואד האט געשריבן:קען מען ערגעץ הערן אדער זעהן די גאנצע דרשה?

גראדע זאגט ער אויך תורה יעדן שב"ק.
אוהב ספרים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 593
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

שליחה דורך אוהב ספרים »

.
אוהב ספרים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 593
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

שליחה דורך אוהב ספרים »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:סתם לידיעה בלעמא, קלויזענבורגער רב איז אויך געבליבן מיט'ן אזויגערופענעם 'דיקנא קדישא'. און ביי איהם איז עס טאקע געווען מיט מסירות נפש.


שקר מוחלט!
אוהב ספרים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 593
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

שליחה דורך אוהב ספרים »

באנאנע האט געשריבן:צוויי זאכן קודם דער אלטער גבאי און בעלז רב פריעדמאן שרייבט און זיינע כתבים אז ווען דער סאטמערער רב איז גיווען ביים בעלזער רב האט אים סאטמער רב גיפרעגט צו ער איז געבליבן מיטן בארד און ווען ער איז ארויס האט בעלזער רב געזאגט אז ער וועט אים ניש צירוק גיין א באזוך וויבאלד ״דער סאטמער רב האט מיר ניטאמאל גיפרעגט וויאזוי איך פיל״ ממילא הייסט עס ניש א באזוך ״ער איז מיר געקומען טשעפענען״ דהיינו די בארד קשיא



שקר!

ער שרייבט בכלל נישט קיין שום נושא פון די בארד, ער שרייבט א תירוץ אז עס האט נישט געהייסען א באזוך אבער נישט וועגען די בארד
אוהב ספרים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 593
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

שליחה דורך אוהב ספרים »

זכור.PNG
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

באנאנע האט געשריבן:צוויי זאכן, קודם דער אלטער גבאי אין בעלז, רב פריעדמאן, שרייבט אין זיינע כתבים אז ווען דער סאטמארער רב איז געווען ביים בעלזער רב האט אים סאטמאר רב געפרעגט צו ער איז געבליבן מיטן בארד, און ווען ער איז ארויס האט בעלזער רב געזאגט אז ער וועט אים נישט צוריק גיין פאר א באזוך, וויבאלד "דער סאטמאר רב האט מיר ניטאמאל געפרעגט ווי אזוי איך פיל", ממילא הייסט עס נישט א באזוך. "ער איז מיר געקומען טשעפענען", דהיינו די בארד קשיא.

און דעם קלויזענבורגער רב האט מען יא אפגעשניטן די בארד, ווי ער פארציילט אליינס אין זיינע חומש רש"י ‏שיעורים

איך גלייב נישט אז בעלזער רב האט דאס געזאגט. דער סאטמארער רב האט דען נאר באזוכט דעם בעלזער רב איינמאל? ווייל אויב יא איך האב געהערט גאנץ א אנדערע ווערסיע און גאנץ א אנדערע מעשה פון מיין פעטער הרה"ח ר' משה טובי' גרינצווייג ז"ל (משב"ק מהר"א מבעלזא) וואס איז דארט געווען בשעת מעשה. חוץ אז זיי האבן זיך געטראפן מעהר ווי איינמאל, דעמאלט קען זיין ביסטו גערעכט. דער בעלזער רב האט יא געוואלט צוריק גיין אויף א באזוך צום סאטמארער רב, ער האט נישט גענוצט אזעלכע שפראכן "ער האט מיך געטשעפעט", בכלל נישט געווען אזא מין מענטש. ער האט יעדע זאך אויסגעטייטשט אלץ גוטס. דאס וואלט אפשר געפאסט פארן היינטיגן בעלזער רב, נישט אויף הרה"ק ר' אהר'לע בעלזער זצ"ל. ער איז געווען א איידעלער מענטש, א דזשענטעלמאן. ס'קען זיין אז די גבאים האבן אזוי אויסגעטיישט, אבער איך קען דיר צוזאגן אז ר' אהרן בעלזער וואלט קיינמאל נישט אזוי גערעדט, און וואלט קיינמאל נישט געמאכט אזעלכע חשבונות... עפעס שטימט נישט דא.... אפילו ווען איינער וואלט אים געשפיגן אין פנים אריין וואלט ער געזאגט אז ס'רעגנט. ער האט יעדעם דן געוועהן "לכף זכות", ספעציעל אויף א גרויסע רבי פון חסידים ווי סאטמארער רב וואלט ער קיינמאל נישט אזוי גערעדט. קיינמאל נישט!

איך קען א עלטערער איד, א קרוב מיינער, (און א נאנטע קרוב צו ר' משה טובי') וואס איז זייער באהאווענט מיט די פאליטיק. איך האב פונקט נעכטן געשמועסט מיט אים ביי א שמחה. איך גיי אים פרעגן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
יוסף יוזפא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 22, 2017 12:56 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

שליחה דורך יוסף יוזפא »

שבת אחים האט געשריבן:איך גלייב נישט אז בעלזער רב האט דאס געזאגט. דער סאטמארער רב האט דען נאר באזוכט דעם בעלזער רב איינמאל? ווייל אויב יא איך האב געהערט גאנץ א אנדערע ווערסיע און גאנץ א אנדערע מעשה פון מיין פעטער הרה"ח ר' משה טובי' גרינצווייג ז"ל (משב"ק מהר"א מבעלזא) וואס איז דארט געווען בשעת מעשה. חוץ אז זיי האבן זיך געטראפן מעהר ווי איינמאל, דעמאלט קען זיין ביסטו גערעכט. דער בעלזער רב האט יא געוואלט צוריק גיין אויף א באזוך צום סאטמארער רב, ער האט נישט גענוצט אזעלכע שפראכן "ער האט מיך געטשעפעט", בכלל נישט געווען אזא מין מענטש. ער האט יעדע זאך אויסגעטייטשט אלץ גוטס. דאס וואלט אפשר געפאסט פארן היינטיגן בעלזער רב, נישט אויף הרה"ק ר' אהר'לע בעלזער זצ"ל. ער איז געווען א איידעלער מענטש, א דזשענטעלמאן. ס'קען זיין אז די גבאים האבן אזוי אויסגעטיישט, אבער איך קען דיר צוזאגן אז ר' אהרן בעלזער וואלט קיינמאל נישט אזוי גערעדט, און וואלט קיינמאל נישט געמאכט אזעלכע חשבונות... עפעס שטימט נישט דא.... אפילו ווען איינער וואלט אים געשפיגן אין פנים אריין וואלט ער געזאגט אז ס'רעגנט. ער האט יעדעם דן געוועהן "לכף זכות", ספעציעל אויף א גרויסע רבי פון חסידים ווי סאטמארער רב וואלט ער קיינמאל נישט אזוי גערעדט. קיינמאל נישט!

ביסט גערעכט, ער איז טאקע געווען מער פון איינמאל, און די ערשטע מאל איז טאקע בעלזער רב געווען א ביקור גומלין ביים סאטמארע רב זי"ע.

לגבי די ווערטער פונ'ם בעלזער רב ז"ל איז דיין גלויבונג אין דעם נישט משנה די פאקט, און אפאר עדים נאמנים האבן געהערט עטליכע מאהל אזעלכע דיבורים און נאך כיו"ב.

[נ.ב. לגבי די ביקור גומלין פונ'ם בעלזער רב איז באוואוסט ווי די סאטמארער רב האט דעמאלס געזאגט אז ווען משיח וועט קומען וועט אלעס וואס די ציונים האבן געבויעט אין ארה"ק חרוב ווערן כדין ס"ת שכתבו מין, און בעלזער רב האט גארנישט געענטפערט... ביים אנקומען צוריק למעון קדשו האט זיך בעלזער רב ז"ל אפגעשטעלט ביים שוועל און געזאגט, ח"ו ח"ו, גארנישט וועט נישט חרוב ווערן, איך האב איהם געהאט וואס צו ענטפערן, אבער איך האב בקבלה פונ'ם טאטע ז"ל אז נישט אלעמאל דארף מען ענטפערן...]
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 720
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
האט שוין געלייקט: 1480 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל

שליחה דורך נעגעל וואסער »

למעשה בין איך פולקאם מסכים צום לב אהרן אז א בארד איז א סימן אויף וה' עמו. דאס איז א פאקט.

קומט אויס, אז ווי גרעסער די בארד אלס מער השראת השכינה איז דא אין א בארד, קומט דאך אויס אז אז די בעל לב זלמן האט דאך מער השראת השכינה, קומט אויס לפי זה די פסק הלכה אז ס'איז טאקע געווען מער מענטשן אין בארקלעיס, ווי די שיטה פון די לב זלמן ודעימייה, ודבר ה' יקום לעולם ומינה לא תזוע.

(חוץ אויב מיר וועלן אננעמען אז די לב זיינער איז טאקע גרעסער, ווי די חסידים האבן פארשטאנען אז די רבי'ס הארץ איז עפעס אויסגעווענליך שיין און ריין כידוע, און לב איז דאך רומז אויף אהבה, וואס דאס איז א רמז אויף השראת השכינה כידוע ליודעי ח"ן, ויש לדון עוד).
אוהב ספרים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 593
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

שליחה דורך אוהב ספרים »

יוסף יוזפא האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:איך גלייב נישט אז בעלזער רב האט דאס געזאגט. דער סאטמארער רב האט דען נאר באזוכט דעם בעלזער רב איינמאל? ווייל אויב יא איך האב געהערט גאנץ א אנדערע ווערסיע און גאנץ א אנדערע מעשה פון מיין פעטער הרה"ח ר' משה טובי' גרינצווייג ז"ל (משב"ק מהר"א מבעלזא) וואס איז דארט געווען בשעת מעשה. חוץ אז זיי האבן זיך געטראפן מעהר ווי איינמאל, דעמאלט קען זיין ביסטו גערעכט. דער בעלזער רב האט יא געוואלט צוריק גיין אויף א באזוך צום סאטמארער רב, ער האט נישט גענוצט אזעלכע שפראכן "ער האט מיך געטשעפעט", בכלל נישט געווען אזא מין מענטש. ער האט יעדע זאך אויסגעטייטשט אלץ גוטס. דאס וואלט אפשר געפאסט פארן היינטיגן בעלזער רב, נישט אויף הרה"ק ר' אהר'לע בעלזער זצ"ל. ער איז געווען א איידעלער מענטש, א דזשענטעלמאן. ס'קען זיין אז די גבאים האבן אזוי אויסגעטיישט, אבער איך קען דיר צוזאגן אז ר' אהרן בעלזער וואלט קיינמאל נישט אזוי גערעדט, און וואלט קיינמאל נישט געמאכט אזעלכע חשבונות... עפעס שטימט נישט דא.... אפילו ווען איינער וואלט אים געשפיגן אין פנים אריין וואלט ער געזאגט אז ס'רעגנט. ער האט יעדעם דן געוועהן "לכף זכות", ספעציעל אויף א גרויסע רבי פון חסידים ווי סאטמארער רב וואלט ער קיינמאל נישט אזוי גערעדט. קיינמאל נישט!

ביסט גערעכט, ער איז טאקע געווען מער פון איינמאל, און די ערשטע מאל איז טאקע בעלזער רב געווען א ביקור גומלין ביים סאטמארע רב זי"ע.

לגבי די ווערטער פונ'ם בעלזער רב ז"ל איז דיין גלויבונג אין דעם נישט משנה די פאקט, און אפאר עדים נאמנים האבן געהערט עטליכע מאהל אזעלכע דיבורים און נאך כיו"ב.

[נ.ב. לגבי די ביקור גומלין פונ'ם בעלזער רב איז באוואוסט ווי די סאטמארער רב האט דעמאלס געזאגט אז ווען משיח וועט קומען וועט אלעס וואס די ציונים האבן געבויעט אין ארה"ק חרוב ווערן כדין ס"ת שכתבו מין, און בעלזער רב האט גארנישט געענטפערט... ביים אנקומען צוריק למעון קדשו האט זיך בעלזער רב ז"ל אפגעשטעלט ביים שוועל און געזאגט, ח"ו ח"ו, גארנישט וועט נישט חרוב ווערן, איך האב איהם געהאט וואס צו ענטפערן, אבער איך האב בקבלה פונ'ם טאטע ז"ל אז נישט אלעמאל דארף מען ענטפערן...]

דאס איז א אנדערער סארט תשובה, והמבין יבין.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

האסט א הנחה אז עס רעדט זיך פון דער לב אדער דער בארד. אפשר ווענדט זיך עס אויף אנדערע איברים.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

איך וואלט געזאגט אז ר' ברוך'ל מונקאטשער איז געבליבן מיט די בארד, ממילא איז הלכה כמותו און מיר ברויכען אלע ווערען מזרחיסטען.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
א-שופר-איז-א-שופר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 157
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 3:26 pm
האט שוין געלייקט: 184 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל

שליחה דורך א-שופר-איז-א-שופר »

איין מינוט איך האב אינגאנצען פארגעסען, ווי אזוי קען ער פוער פיו זיין און רעדן וועגן שניידן די בארד ווען ער האט געשיקט שניידן די בארד פון ר' מענדל וועכטער און ר' פנחס קארף?

אהה אפשר די אייגענע בארד מען נישט, אבער פאר יענעם מעג מען יא. אפשר וועגן דעם איז דא אזויפיהל סאקמערע וואס שטיצען די בארד, זיי טוהען עס נישט, דער בארבער טוהט עס, און דאס מעג מען.
פארשפארט