בלאט 4 פון 4

ב"ה

נשלח: זונטאג יוני 17, 2018 9:40 pm
דורך איש את רעהו
אלע זענען פאראייניגט !!
א שעה אויפן פראנט
מען האלט שוין אינמיטן די 'לעצטע טויזענטער'

Re: א שעה אויפן פראנט קעגן דעם שונא

נשלח: זונטאג יוני 17, 2018 10:51 pm
דורך טמיר
איש את רעהו האט געשריבן:https://drive.google.com/open?id=1Wki3gKn8bnQSp-2q7oeID5k6pU6eH9cf

https://drive.google.com/open?id=1z_OkB ... 3uw4YgoY0P

ווער איז דאס?

Sent from my iPhone X using Tapatalk

נשלח: זונטאג יוני 17, 2018 11:16 pm
דורך נקודת-אמת
טמיר האט געשריבן:
איש את רעהו האט געשריבן:https://drive.google.com/open?id=1Wki3gKn8bnQSp-2q7oeID5k6pU6eH9cf

https://drive.google.com/open?id=1z_OkB ... 3uw4YgoY0P

ווער איז דאס?

Sent from my iPhone X using Tapatalk

אויב קיין טעות ניט איז דאס ר' יוס'ל קרויזער פון ירושלים, (עפעס אויף עם דא)
א זיסער יידל (זיין'ס א זוהן שאול קרויזר האט עפעס א גראסערי אדער פיצא געשעפט אין די מיר'ע געגענד, און ער איז גאנץ באקאנט מיט זיינע קליפ'ס)
ס'שמעקט אז מ'האט געוואלט נאכ-מאכן קופת העיר מיט ר' חיים קאנייעווסקי, ‎(אדער נאר איך טראכט אזוי)

כיון שהזכירו, ברכו, וועל איך נאך-זאגן בשם-אמרו 2 פערל ווערטער וואס איך האב געהערט משמו:
1. מיינע פריינד זענען א מאהל געזעצן מיט עם אויפ'ן פליגער אויפ'ן וועג קיין ארץ-ישראל, נאכ'ן פארברענגען עטליכע שעה'ן אויפ'ן פלעיין
האבן זיי עם געגעבן א פרעג וואס ער טוט אין ארץ-ישראל?
האט ער זיי געענטפערט אז וואס ער טוהט דא איצטער, אט דאס טוט ער אין ארץ-ישראל.
2. שוב מעשה, פעם שהה הנ"ל בעיר מאנטשעסטער שבאותה מלכות של חסד הנקראת מלכות-המאוחדת-של-בריטאניע
ונזדמן לשם על עניין מצווה של קיבוץ ממון על עניין חשוב כהכנסת כלה וכדו'
ונכנס להתפלל בבית התפילה של הצדיק דמתא הלא הוא רב ווייס האבדק"ק הורעדענקע והגלילות
מה רבה תדהמתו של ר' יוס'ל הנ"ל בראותו כי את הפרוכת על ארון הקודש נדבה ליבם של לא אחרים מאשר מוסדות-תולדות-אהרן בעיה"ק ירושלים,
האט ר' יוס'ל במתק לשונו געזאגט פאר'ן הורעדענקער:
לעולם בין איך געוועזן מעהר נוטה צו צד ר' שמואל-יענק'ל'ס (ער גייט צו זיינע טיש'ן כסדר), אבער דא ווען איך זעה די גוט'סקייט פון זיין ברודער, קלער איך אפשר אריבער-צו-גיין צו איהם,
פרעגט עם דער הורדענקער, הלמאי? וואו שטעקט די מורא'דיגע גוט'סקייט דא?
זאגט ר' יוס'ל: איך ווייס דאך וואס די מצב פון די מוסדות אין ארץ הקודש, און דער תולדות-אהרן'ער האט דאך אויך קיין-עין-הרע א באדזשעט צו דעקן,
אבער אז ער האט געהערט אז ס'איז פארהאן אן אדמו"ר אין אייראפע, וועלכע האט נישט קיין פרוכת אויף זיין ארון קודש, מיד אזר כגבר חלציו און האט עם געשיקט א פרוכת אויפ'ן מוסדות'ס קאסט...
(ער איז ארויס יענטסמאהל מיט גאר א שיינעם טשעק פונעם הורעדענקער)
{גראדע, די בלויע פרוכת [פון א גאנץ יאהר] איז נדבת מוסדות תולדות אהרן, און די ווייסע פרוכת [פון די הייליגע טעג] איז מנדבת מוסדות תולדות אברהם יצחק, אבער שוין...}

נשלח: מאנטאג יוני 18, 2018 12:23 am
דורך תנחום
ר׳ יוסל איז אן אינטרעסאנטע און געשמאקע פיגור ער פירט קופקעס אין שטיבלעך פון בית ישראל און מאה שערים. איך פלעג זיך אסאך אינטערהאלטן פון זיינע ווערטלעך און דעות. עריז א שטארקע שטיינמן חסיד בשעתו. א שוואגער מיט הערשל קלאר הידועה. זיין ווייב איז אוועק פאריאר. ער האט געוואונט אין אמעריקא א שטיק צייט און פארמאגט אפאר דאלער.

נשלח: מאנטאג יוני 18, 2018 9:20 pm
דורך איש את רעהו
יש.png
יש.png (17.61 KiB) געזען געווארן 3494 מאל