בלאט 4 פון 4
Re: וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר יוצא לאור
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 11:16 pm
דורך או אינו
צוריק צים נושא. איך קען נישט פארשטיין ווי אזוי קטליא האלט זיך צוריק פין פארשפרייטען א דיגיטאל קאפי. ווי מעג אפאר דאללער זיין ט צוריקהאלט פין ראטווען דורות?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 11:32 pm
דורך גדליה
לאז שוין קטלא'ן געמאך און זיי נישט קיין תינוק (תינוק'ל אויף קטלאיש)
אז קטלא שרייבט א ספר זאל ערעס פארשפרייט ווען און וויאזוי ער פארשטייט פאר ריכטיג
אז איר וועט שרייבען א ספר זאלט איר טוהן ווי איהר פארשטייט
Re: וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר יוצא לאור
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 11:57 pm
דורך או אינו
א חכם איז יהב חכמתא לחכמים.אין דאס זעלבסט איז זיין באצאלונג.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 10:30 am
דורך יאסל ראקאווער
האבן מיר ארויס געשיקט עטליכע צוואנציג שטיק. ביטע אנטשולדיגן פאר די וואס האבן געבעטן צו שיקן קיין קאנאדע. איך האב עס נישט געהאט קיין צייט מסדר צו זיין.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 6:17 pm
דורך קטלא קניא
יישר כוחכם, ר' יאסל, וכה לחי פאר אריינברנעגען דער אור הגנוז אין איבער צוויי מנינים מחנכים. א פאר הונדערט קינדער לכל הפחות וועלן דערפון געניסן און ווער ווייסט צי צווישן זיי האט איר נישט עפעס איינגעזייט וואס וועט וואקסן לאילנא רברבא.
עולם, גיט ר' יאסל א לייק פאר זיין א נאה דורש נאה מקיים. דאס איז זיין אידעי וואס ער האט באלד אויסגעפירט למעשה. ירבו כמותך בישראל!
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 1:02 am
דורך שטאפענע קאפעליטש
קטלא, איי לאוו יו לייק עי בראו.
באט פליז, סטאפ טריפן.
דu ווייסט גאנץ גוט אז פון די 20 מחנכים גייען אפשר צוויי אדער דריי זעהן די צווייטע בלאט אינעם קונטרס.
ס׳גייט פליען אין מיסט קאסטען שנעלער ווי דו בלינקסט א אויג
גארנישט אנדערש ווי מיר און דו טוען מיט קרעדיט קארד אפפערס.
באמת, כ'מיין גארנישט נעגעטיוו, מיר קענסטו פארהערן ס'קונטרס בעסער ווי אשרי יושבי. באט פליז קריך אראפ.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 8:49 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אז שטאפענע קאפעליטש האט זיך אפגעווישט פון שטויב און צוריקגעקומען עפעס שרייבן (אונטער די ניק) איז שוין א תועלת
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 9:03 am
דורך קטלא קניא
שטאפענע, איי לאוו יו טו באט דער טו ביליוו.
רוב מחנכים זוכן און ווילן פארבעסערן דער מצב פאר די קינדער נאר זיי ווייסן נישט וויאזוי. מ'דארף נאר לייענען די חינוך רובריקס און בלעטער צו זען ווי זיי זענען מגשש כעוורים באפילה. קאנצעפטן מיט סברות און טערמינען גיסן זיך ביי זיי ווי מים שאין להם סוף ווען ס'פעלט די פשוט'סטע זאכן ווי א געהעריגע שולע טאג. איך האב נישט פון וואו אראפצוקריכן און איך גלייב אז מיט שרייבן, רעדן און טראכטן קען מען אויפטן ומובטחני אז פון די צוואנציג זענען דא א חלק ניכר וואס וועלן עס דורכלייענען און דורכטראכטן.
אז מ'וועט מיך שמייסן אויף יענער וועלט פאר וועלן עפעס בעסער און גלייבן אז מיט רצון קען מען ברענגן א טויש וועל איך עס מקבל זיין באהבה.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 9:18 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
סתם אזוי, די ראיה פון שטאפענע הוט גייט ממש פארקערט.
קאמפאניס וואס מאכען מיליארדען דאללארען שטאפען אונזער פאסט קעסטל מיט קרעדיט קארד אפפערס. ווייזט זיך אויס אז עס לוינט זיך זיי. ס'רוב ווארפט מען ארויס, און דער איינער וואס נישט, איז שוין ווערד פאר זיי.
וכ"ה בקונטרסינו. ווען איין מחנך ליינט עס ריכטיג און שמועסט מארגן איבער'ן קאווע דערוועגן, וועלן די אלע וואס האבן עס ארויסגעווארפן אין מיסט זיך דערמאנין אז עס האט עקזיסטירט.
טויש נעמט צייט.
נשלח: זונטאג מאי 31, 2020 3:45 am
דורך יוחנן
קיינמאל צו שפעט. אנגעקומען צו האבן דורכגעליינט א חלק ביכל דעם יו״ט, א געוואלדיגע דורכדרינגליכע ארבעט און א געשמאק צו ליינען הן מצד די בלויזע הנאה פון ליינען קטלא׳ן נישט קיין חילוק איבער וועלכע נושא, און הן מצד די מאסיווע ארבעט וואס ליגט אינעם ביכל. ווען מ׳וועט בעזר השם האבן מער צייט האף מיר אבצושרייבן א שטיקל רעזענציע און אויף דערווייל שכח הרב קטלא כה לחי
Re: וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר יוצא לאור
נשלח: זונטאג מאי 31, 2020 6:35 am
דורך פאליטיקאנט
דאס בוך האב איך שוין געליינט א יאר אהאלב צוריק, אבער די אשכול האב איך הערשט יעצט דורכגעליינט.
@מיימון ברענגט ארויס א שטארקע נקודה וואס איז נישט געווארן אויסגעשמועסט, עס איז סאך גרינגער און פראקטישער אנצוהייבן מיט א ישיבה גדולה און זיך דערנאך ריקן אויף צוריקצווועגס צו א ישיבה קטנה און א חדר.... (אדער פאראויס, אז די תלמידים וועלן שיקן זייערע קינדער נאכן חתונה....)
פשוט ווייל ישיבות עפענען זיך מילא ווי וואסער, און מ'קען אנהייבן א ישיבה מיט א קליינע צאל בחורים, אויכעט זענען בחורים שוין ערוואקסן און עס זענען דא א שיינע צאל וועלכע וועלן דווקא וועלן לערנען אין אזא ישיבה (אדער איז דא א חלק וואס ווערט סתם אזוי נישט אנגענומען אין אנדערע ישיבות) חבר מביא חבר.....
די פירות וועלן זיך אנזען אסאך שנעלער (אין בלויז עטליכע יאר).
די קאסטן איז ווייניגער אויף אנצוהייבן און עס איז גרינגער זיך צו פארברייטערן שנעל.
א ישיבה קען ווערן געעפנט דורך יחידים ממש.
און אלס די חלק פון חינוך מיין איך אז אויב וועט מען האבן א גוטע ישיבה סיסטעם וועט מען צוקומען צו די געווינטשענע תוצאה (נישט אז די חדר וועט ווײטער זיין א פארלוסט, אבער אויף למעשה וועט א גוטע ישיבה סיסטעם על דרך קטלא פארהיילן רוב מוחלט פונעם שאדן - עכ"פ אויף אנצוהייבן איז זיכער גוט).
(אפי' א חבורה פאר די עלטערע בחורים ביינאכט קען גאר אסאך אויפטון)
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 25, 2021 11:56 am
דורך מי אני
דער פסיכאלאג און פילאזאף דר. דזשאן דוּאיִ האט געהאט געשריבן אז ״
דעמאקראטיע און דאס איין עטישע אידעאל פונעם מענטשהייט זענען, צו מיין מיינונג, איינס און דאס זעלבע.״ דאס איז ווייל ער האט געהאלטן אז דעמאקראטיע איז ברייטער ווי סתם א מהלך פון רעגירונג - דאס איז א מהלך אין צאמארבעט אין יעדעס סארט אונטערנעמונג וואס אנבאלאנגט מער ווי איין אינדיווידואל פאר זיך; ווען ס׳איז א גרופע. ועכ״כ אז מ׳זעהט דאס אפילו ביי בע״ח, וואו יעדעס אינדיווידואל ברענגט זיין/איר ספעציפישע יכולת אויף כדי צו עררייכן א תכלית הנרצה. עס איז א סימבּיאָסיס.
וממילא איז דאס געגאנגען אין איינקלאנג מיט זיין שטארק שטופן פאר בעסערע עדוּקעישאן און מהלכים דערין, כדי די אינדיווידואל זאל קענען עררייכן זיין/איר פולן פּאטענציאל און דאדורך צוגעבן אין פולסטן צום געזעלשאפט און צו אט דעם העכסטן עטישן אידעאל פון דעמאקראטיע. [tag]קטלא קניא[/tag] רירט אן אויף די געדאנק אין די הקדמה.
נשלח: פרייטאג פעברואר 26, 2021 4:12 am
דורך בן-עולם-הבא
דורות לאנג איז מען געווען פארצוימט. ס'האט זיך דערמעגלעכט זיך אפהיטן פון אלדעס בייז. אין די לעצטע 20 יאר האבן זיך די מויערן צעפאלן און גייט שרייט, חי וקיים.
נשלח: מוצ"ש פעברואר 27, 2021 8:38 pm
דורך בונה של טוב
בן-עולם-הבא האט געשריבן:דורות לאנג איז מען געווען פארצוימט. ס'האט זיך דערמעגלעכט זיך אפהיטן פון אלדעס בייז. אין די לעצטע 20 יאר האבן זיך די מויערן צעפאלן און גייט שרייט, חי וקיים.
דאס איז וואס מען האט אונז איינגעבּאקן... און מיר האבן אלס אפגעקויפט תמימות׳דיג אָן צו האבן אפילו אן אהנונג וועגן די אלע זאכן וואס מען באהאלט פון אונז
ביים בעלזער רבין׳ס פסח טיש האבן די יונגווארג - אריינגעווארפן שטיקלעך ברויט אין זיין זופ...
אין אלע דורות האבן די צוימען נישט קיין סך געהאלפן: דער הייליגער ריזשינער׳ס זון איז געלאפן צום שמד
דער באר מים חיים׳ס זון- דער איידעם ביים אפּטער רב איז ארויס לתרבות רע
דער בעל התניא׳ס זון,ועוד ועוד די ליסטע איז לאנג
תמצית הדברים דו קענסט נישט איינצוימען דיינע קינדער, די איינציגע זאך וואס דו קענסט טון איז איבערגעבן אזא ליבשאפט צו אידישקייט אז ס׳זאל זיך זיי נישט וועלן אפרייסן דערפון.
מיר קענען נישט קאנטראלירן קיינעם אפילו ווען ס׳דאכט זיך פאר א וויילע אז ס׳איז געלונגען. דאס אייציגסטע וואס מיר קענען יא קאנטראלירן איז די ראלע וואס מיר אליין שפילן אין געבן אונזערע קינדער א טעם אין אידישקייט וואס איז נישט ביטער נאר זיס ווי האניג. ווי דער פסוק זאגט דרכיה דרכי נועם