בלאט 4 פון 8

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 3:04 pm
דורך cookies
זר זהב האט געשריבן:מ'האט אויסגעלאזט איין סארט היט!
ווער עס קען GUESS'N פון וועלכע היט איך רעד וועט געוואונען א "לייק"

shtufena hit with deep crach----KUTSHMA

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 4:38 pm
דורך קליינע רעבעלע
חאצקל האט געשריבן:נו רבותי צוריק צום נושא. למעשה, איך וויל טוישן מיין ווייבס לבוש, ?

לאמיר דיר זאגן. איך האב עס שוין געטרייט, און איך בין גארנישט מער צופרידן.

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 5:26 pm
דורך אויס מענטש
קוקי! :ugeek: יא, די מיט די שטרענגע גלעזער.
זאג מיר, ווען גייסטו מיט דיין הוט און רעקל?
איך דרייוו א קאר, און מיין הוט און רעקל גיי איך נאר ביים דאווענען, מיין הוט גראדע נישט ווייל איך נעם פון די וואנט אין ביהמ"ד, ווייל מען קען דארט גיין וועלכע הוט מען וויל...
און ביי שמחות וואס דאן דארף מען אויסזעהן מענטשליך.
אבער ווען איך זעה ווי מענטשן גייען ביי 90 דעגרי מיט א הוט און רעקל ווער איך אויס מענטש כשמו כן הוא.
און האב רחמנות אויף זיי ווייל דער הייליגער סיסטעם איז, אדער גייסטו מיט דיין הוט און רעקל אדער גייסטו מיט א טישורט..
וואס איז שלעכט צו גיין מיט א הויזן וועסט און טלית קטן
איך מיין זאלסט אביסל צו ווארטן, די זאך וועט נעמען אן עק. ימים ידברו.

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 7:03 pm
דורך חאצקל
קליינע רעבעלע האט געשריבן:
חאצקל האט געשריבן:נו רבותי צוריק צום נושא. למעשה, איך וויל טוישן מיין ווייבס לבוש, ?

לאמיר דיר זאגן. איך האב עס שוין געטרייט, און איך בין גארנישט מער צופרידן.

לאמיר קודם פארשטיין, פארוואס האסטו עס לכתחילה געטרייט?

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 7:10 pm
דורך זר זהב
דארפסט מאכן אן עקסטרן אשכול פאר דעם...
קיינער וועט נישט וויסן אז מרעדט אין א הוט אשכול פון פרויען קליידער. הגם אין ווילי גייען די פרויען מיט היטן...
א דאנק.

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 8:50 pm
דורך חאצקל
די רעדע דא איז בכלל צו טוישן א לבוש איז ווערט די קאנסעקווענסן צו נישט, און בכלל זה איז אויך דער טויש ביי דעם פרוי'ס לבוש

נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 12:00 am
דורך חאצקל
אויס מענטש האט געשריבן:קוקי! :ugeek: יא, די מיט די שטרענגע גלעזער.
זאג מיר, ווען גייסטו מיט דיין הוט און רעקל?
איך דרייוו א קאר, און מיין הוט און רעקל גיי איך נאר ביים דאווענען, מיין הוט גראדע נישט ווייל איך נעם פון די וואנט אין ביהמ"ד, ווייל מען קען דארט גיין וועלכע הוט מען וויל...
און ביי שמחות וואס דאן דארף מען אויסזעהן מענטשליך.
אבער ווען איך זעה ווי מענטשן גייען ביי 90 דעגרי מיט א הוט און רעקל ווער איך אויס מענטש כשמו כן הוא.
און האב רחמנות אויף זיי ווייל דער הייליגער סיסטעם איז, אדער גייסטו מיט דיין הוט און רעקל אדער גייסטו מיט א טישורט..
וואס איז שלעכט צו גיין מיט א הויזן וועסט און טלית קטן
איך מיין זאלסט אביסל צו ווארטן, די זאך וועט נעמען אן עק. ימים ידברו.

איך פארשטיי אייך נישט, אויב איר זענט באקוועם מיטן גיין רוב צייט אן קיין הוט אין רעקל אפגעזען וואס פאר א הוט איר דארפט גיין צו די אפיציעלע זמנים דאן פארוואס ווערט איר אזוי אויס מענטש?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 10:14 am
דורך קאווע טרינקער
אין מסכת דרך ארץ שטייט:
לעולם לא יהא אדם ער בין ישנים, עומד בין יושבים וכו'

נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 2:24 pm
דורך חאצקל
יאנקל האט געשריבן:חידה: אויב מ׳פארט שבת אויף וואקאציע צו א מקום וואו מ׳גייט נישט קיין שטריימל, מעג מען גיין מיט א הוט?

מיט אן ענטפער אויף אייער פראגע וועט לכאורה פארענטפערט ווערן אונזער אלגעמיינער גרויסער שאלה דא צו מ'מעג גיין וועלעכע הוט מיר שמעקט. נו, לאמיר טאקע הערן פון יעדן, וועלעכע הוט וואלט איר געוואלט גיין אין א פלאץ וואו איר זענט אליין בלויז מיט אייער משפחה?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 8:23 pm
דורך דולה ומשקה
פון דער מהר"ש מבאבוב איז דא א בילד ווי ער זיצט ביי א אסיפה אין לאנדאן, נאך דער קריג, מיט א בובע הוט וואס האט א שפאלט כמו קראך הוט, מיט א בעקטישע אן סטראקוס. זעהט אויס אז אין בארי איטאליע איז ער אזוי געגאנגען אנגעטוהן מיט אזא סארט הוט.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 8:33 pm
דורך איך אויך
מיין כיתה ד מלמד האט פארציילט אז ער געדענקט דעם באבעוור רב אין די ערשטע צייטן אין אמעריקא ווען ער האט געוואוינט אין די איסט סייד איז ער געגאנגן מיט א בענדאון און א האלבע רעקל, ביזדערוייל האב איך עס נישט געקענט קאנפערמן.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 10:50 am
דורך אשכנ
איך אויך האט געשריבן:מיין כיתה ד מלמד האט פארציילט אז ער געדענקט דעם באבעוור רב אין די ערשטע צייטן אין אמעריקא ווען ער האט געוואוינט אין די איסט סייד איז ער געגאנגן מיט א בענדאון און א האלבע רעקל, ביזדערוייל האב איך עס נישט געקענט קאנפערמן.


ער האט געווינט אין וועסט סייד, נישט איסד. איך האב מורא אז די איבריגע פרטים זענען פונקט אזוי אמת ווי די מקום.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:30 pm
דורך יידל
צעהלימיער רב נישט. עכ"פ לויט אייזיק געשטעטנער.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:31 pm
דורך שמואל הלוי
יאנקל האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:חידה: אויב מ׳פארט שבת אויף וואקאציע צו א מקום וואו מ׳גייט נישט קיין שטריימל, מעג מען גיין מיט א הוט?

לאמיך קלארער מאכן מיין פראגע:
חידה: וועלכער אנערקענטער גדול איז נישט געגאנגען זיין שטריימל אין א גרויסער אידישער שטאט, וויבאלד דער עולם איז נישט דארטן געגאנגען קיין שטריימלעך?

סאטמאר רב (בשעת ער איז געווען אין פעסט אויף שבת בשנת תש"ג), אהבת ישראל מוויזניץ, אמרי חיים מוויזניץ ועוד.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:43 pm
דורך קאווע טרינקער
יאנקל האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:חידה: אויב מ׳פארט שבת אויף וואקאציע צו א מקום וואו מ׳גייט נישט קיין שטריימל, מעג מען גיין מיט א הוט?

לאמיך קלארער מאכן מיין פראגע:
חידה: וועלכער אנערקענטער גדול איז נישט געגאנגען זיין שטריימל אין א גרויסער אידישער שטאט, וויבאלד דער עולם איז נישט דארטן געגאנגען קיין שטריימלעך?


איך

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:46 pm
דורך שמואל הלוי
ביסט אן אנערקענטער גדול?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:49 pm
דורך יידל
שמואל הלוי האט געשריבן:ביסט אן אנערקענטער גדול?

זעסט דאך אז ער האלט אזוי. ווער ווייסט, אפשר האבן מיר דא אן ערנסטע כל העולם כולו מיטגליד.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:58 pm
דורך קאווע טרינקער
אין בין א גדול, אבער כל-העולם-כולו טענ'ט ס'איז נאך נישט געקומען מיין צייט נתגלה צו ווערן

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:00 pm
דורך שמואל הלוי
קען זיין אז דו ביסט א גדול, אבער נישט אן "אנערקענטער" ביז דו ווערסט נתגלה.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:03 pm
דורך קאווע טרינקער
כ'האב נאך נישט געזינדיגט אזוי שטארק אז כ'זאל מוזן בעל-כרחי נתגלה ווערן
עכ"פ, צוריק צום ענין.
דער ענין פון מחייב זיין א יחיד וואס זיך אנצוטוהען איז קעגען די תורה.

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 12:54 am
דורך חאצקל
דער יסוד פון אידישקייט איז דער לבוש וואס בזכות דעם זענען אידן אויסגעלייזט געווארן פון עגיפטן.
דערפאר מוז מען זיך האלטן צום לבוש פון די אבות און אבות אבותינו ווייל אויב מ'הייבט אן טוישן איין זאך ספעציעל א לבוש ווער ווייסט ווי מ'קען זיך דערקייקלען, ווי ס'איז ידוע פון כמה וכמה פעמים וואס מענטשן וואס האבן געטוישט זייער לבוש זענען שפעטער אראפ פון וועג
המשנה ידו על התחתונה

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 7:41 am
דורך איינער
יאנקל האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:חידה: אויב מ׳פארט שבת אויף וואקאציע צו א מקום וואו מ׳גייט נישט קיין שטריימל, מעג מען גיין מיט א הוט?

לאמיך קלארער מאכן מיין פראגע:
חידה: וועלכער אנערקענטער גדול איז נישט געגאנגען זיין שטריימל אין א גרויסער אידישער שטאט, וויבאלד דער עולם איז נישט דארטן געגאנגען קיין שטריימלעך?

סאטמאר רב (בשעת ער איז געווען אין פעסט אויף שבת בשנת תש"ג), אהבת ישראל מוויזניץ, אמרי חיים מוויזניץ ועוד.

גוט צוגעטראפן. מ׳דארף דאס וויסן און געדענקען כדי ארויסצוהאבן דעם ריכטיגן בליק פון האדמו״ר מסאטמאר אויף שטריימלעך.


יענקל, ביטע ברענג מער ארויס דיין פוינט.

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 9:44 am
דורך משה געציל
גאנץ פשוט, עס וועט נאך קומען א דור אין זאגן אז סאטמאר רב האט זיך מוסר נפש געווען אויפן שטריימל - כאילו דאס איז דער יסוד אין אידישקייט-אויף דעם האט יאנקל צוגעברענגט א מעשה רב.
אבער איך האלט סתם אזוי אז די מעשה איז נישט רעלעוואנט, ווייל מען גייט דאך ממילא לייקענען די מעשה איין טאג אזוי ווי א סאך אנדערע מעשה׳ס.