נהורא נפישא האט געשריבן:אנטשולדיגט קאך לעפל , דיינע ווערטער טוען באשטעטיגען די אומראציאנאלע באשילדיגונגען וואס אנטיסעמיטן האבן באשולדיגט אידן אלס א קאלעקטיוו. דו קומסט מיט א תורה'דיגע טענה פון למה תתראו. איך קריג מיר נישט אז ס'קען זיין ס'וואלט טיילווייז אפשר אויסגעמאכט. אבער אויב אידן דארפן זיך אנדרעש פירן פון סיי וועם נאר צוליב ווייל זיי זענען אידן איז דאס אליין אן אנטיסעמיטישע פארלאנג מצד די אנטיסעמיטן און א גלות מאנטאליטעט מצד א גלות איד. דער איד האט אן אויסוואהל צו באזיצן א גלות מענטאליטעט אבער דער אנטיסעמיט בלייבט אן אנטיסעמיט. און ניין קום נישט אן מיט קיין פארקרומטע דעות אז יעדער גוי האט פיינט אידן, אויב אידן וואלטן באמת אזוי געהאלטן וואלט דאס בארעכטיגט א קעגנזייטיגע שנאה. די צוגאנג אז אלע גוים האבן אונז פיינט און אונז אלע האבען מיר פיינט אלע גוים און לאמיר מאכן א שויייג למה תתראו, איז שעדליך, נאריש, רשעות, פאלש.
די אידנ'ס פראבלעם איז אז חוץ פון דעם אז זיי זענען א מינאריטעט, זענען זיי זייער אקטיוו און צוזאמגענומען עטניש, און זיי שטארן ארויס צוליב אקאדעמישע און וויסענשאפטליכע און פאליטישע און פינאנציעלע דערגרייכונגען, און אמת מ'כאפט זיך ארויף דערויף.אויב וואלט מען זיךצוזאמגענומען און געשריגן למה תתראו וואלט איראניש דאס ווען געברענגט די זעלבע רעאקציע מצד די וויסטע אנטיסעמיטן אז די אידן האבן זיך שוין ווידער צוזאמגענומען אין א קאנספיראציע.
אנטיסעמיטיזם איז נישט ראציאנאל. ביים ראסיסטישן אנטיסעמיט איז דער איד נישט שלעכט מיט וואס ער טוט, נאר וואס ער טוט איז שלכעט ווייל א איד איז שלעכט. וויאזוי מ'זאל דאס דרייען.
יא ווען דזשעף באזעז איז א איד וואלטן אלע אידן געווען שולדיג דערויף. כאטש מ'קען קוקן און אסאך קוקן קרום אויף זיינע מוניפעלאטיווע טאקטיקן האט דאס אבער נישט קיין שייכות מיט קיין ראסע. די ראטשילדס זענען געווען דזשעניס, יא מוניפעלאטיווע טאקטיקן איז א חלק פון די געים און דאס איז אמת ביי די ראקעפעללערס און די ווענדערבילטס.
נהורא נפישא: ייש"כ פאר דיין רעאגירן צו קאך לעפל'ס הנחות. ער ברענגט ארויף עטליכע אמת'דיגע און ריכטיגע געדאנקען. אבער זיין ראציאנאליזירונג פונ'ם אנטיסעמיטיזם היינטיגע צייטן האט גארנישט. אבסאלוט גארנישט צו טון מיט די ראטשילדס. אמת. ביז 150 יאר צוריק זענען די ראטשילד משפחה געווען שטארק פארקאכט, און האבן אויך פון צייט צו צייט מאניפולירט די וועלט'ס עקאנאמיע און פאליטיק. אבער זייט דאמאלס, ספעציעל אין די לעצטע 70/80 יאר זיצן זיי זיער שטארק איין. זיי לעבן פון זייערע אנגעזאמלטע פראפיטן. אבער זיי מישן זיך אינגאנצן נישט אין די וועלט'ס פאליטיק. מ'הערט גארנישט פון זיי. אין 2 לענדער זענען נאך פארבליבן רעשטלעך פון די אמאל מאכטפולע משפחה. אין ענגלאנד און פראנקרייך. און זיי זענען שוין שטארק אויסגעמישט מיט גויים. (עפ"י הלכה זיכער.). נאר דער נארראטיוו ביי די אומוויסנדע, דוממע גוי'אישע אנטיסעמיטן איז נאכאלץ אז די ראטשילדס פיהרן די וועלט. אויך זיין (קאך-לעפל'ס) סאטמארישקייט לאזט איהם נישט פארפאסן א געלעגנהייט צו האקן אויף די ..."ציונים"... מיט התגרות באומות... די אויסגעוועפטע שטותים והבלים זענען אפשר גוט געווען פאר 50 יאר צוריק. אבער היינט איז עס סתם געפלוידערט. (יא. שמעקעדיג. ס'מוז דיר נישט געפעללן. דאס איז מיין מיינונג.)...!