בלאט 4 פון 4

נשלח: מיטוואך יולי 25, 2018 7:49 pm
דורך berlbalaguleh
שבת אחים: היות איך ווילל נישט עובר זיין בשאט נפש אויף איינס פון די תקנות און קריכן אויף די נערוון פון אנדערע מענטשן וועלל איך (בלי"נ) נישט ווייטער פיהרן דעם וויכוח איבער די דאזיגע ענדלאזע שטותים מיט דיר. אפשר. ווען איך וועלל זיין אין די ריכטיגע מאאד, וועלל איך אויפמאכן אן אשכול איבער די אלע וועלט-שאקלענדע סאבדזשעקטס. אבער. אזוי ווי איך האב שוין איבער געחזר'ט צענדליגער מאל. איך ווילל דיך נישט טרעפן אויף די ליין. ווען דו וועסט מיר זאגן אז איך בין גערעכט געווען. ווייל דאמאלס וועט מיין גערעכטיגקייט שוין גארנישט ווערד זיין... הצלחה רבה...!

נשלח: פרייטאג אקטאבער 15, 2021 8:33 am
דורך צקון לחש
א גוטן טייערע ברידער
(איך האב נישט דורך געליינט דעם טרעד, כ'האב בלויז געמאכט א זוך פאר "אנוסים")

איך בין אינטערסירט צו וויסן אויב איז דא ערגעץ אויפ'ן אינטערנעט א פארום וכדו' געאייגענט פאר "אנוסים" (= לאו דוקא פאר אזעלכע וואס פרייען זיך מיט זייער אפשאצונג אז אלעס איז פאלטש, נאר אנוסים באופן כללי, וק"ל)?

פארוואס איך פרעג איז, וויבאלד לויט ווי איך פארשטיי איז דאהי נישט ערלויבט ארויסצושרייבן אפענע כפירה הנחות (און איך האלט גראדע אז דאס איז זייער ריכטיג).

מ'קען פארשטייט זיך ענפערן אין פריוואט, א דאנק :)

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 1:11 am
דורך געדאנקן
רויטע וואנצעס האט געשריבן:
יוסף מ האט געשריבן:www.frumandstuck.com/
סקיקט אויס ליידער אז די demand וואקסט. אז פאט סטעפס האט שוין א competition.


מיר זעהט אויס פון זייער שפראך אז ס'איז באמת פארקערט, זייער מטרה איז צו העלפן מענטשען וואס זענען קראנק פונעם סיסטעם גיין אויפן מיטל וועג, און נישט אינגאנצען אפפארען.

גייט נאך אן דעי סייט?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 1:14 am
דורך רביה''ק זי''ע
זעהט אויס ווי א יאפאנעזער האט עס אפגעקויפט :D

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 2:35 am
דורך יאסל ראקאווער
אויב א מענטש האלט אז זיי ליבע ווייב/שטוב קען עס נישט פארנעמען איז טאקע א שטיקל מסורת נפש נישט צו פארציילן.

מענטשען וואס זענען אנוסים ווייל זייער מענער/ווייבער וואלטן זיי איבערגעלאזט אויב ווייסט ער/זי די אמת.. דארפן גיין פאר לאנגע טעראפי צו זעען פארוואס זיי ווילן זיי פארהייראט צו א מענטש וואס ווען זי קען אים, זי קען זיין תוכן, וואלט זי אים איבערגעלאזט.

סטייטש אז ער/זי האלט אז זיי זענען נישט ראוי צו טרעפען א נייע ווייב און ס'לוינט אים צו לעבן און א פארשטעלטע מאסק, סיי זייער גוף און סיי זייער נשמה אבי צו קענען וואינען אינדערהיים. אבער דאס הייסט אוודאי נישט געוואוינט. דאס איז הסתרה שבתוךַ הסתרה. תפיסה פאר די נשמה במלוא מובן המילה.