בלאט 4 פון 4

נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 10:59 am
דורך קאווע טרינקער
טעפל האט געשריבן:די ניגון זרעה חיה איז עפעס מוראדיג!!!

ס'איז דאך פינקי'ס.
פינקי האט הערךיכע שטיקלעך,
כי הם חיינו פון פינקי זינג איך ביים טיש (יא, כמנהג אבותי, איך עס שבת ביי א טיש) זייער אפט.
אין אן אינטערוויא מיט אריה ארליך אין ענגלישען משפחה מאגאזין זאגט ער אז מיין באליבטע אייזיק האניג קומט ארויס מיט א נייע אלבום אין חודש שבט.

אז מ'רעדט שוין פון אלבום'ס, איך וואלט זייער געוואלט איינער זאל ארויסגעבען אן אלבוים פון ילדי-פלא only.
די דיקע מענערישע קול, זיס ווי שלמי דאסקאל ביז ביטער ווי יצחק פוקס, קומט נישט צו צו א קינדערישע שארפע קול וואס צומנעמט דעם הארץ.

נשלח: מאנטאג יאנואר 21, 2013 6:08 pm
דורך לאליפאפ
גד אלבז איז ארויסגעקומען מיט א דיסק, מקען דאס האבן אדער מיטן סידי אדער עלעקטראניש… גיי פארשטיי, א סידי איז שוין אלטמאדיש!!

נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 4:00 pm
דורך boxcover
לאליפאפ האט געשריבן:גד אלבז איז ארויסגעקומען מיט א דיסק, מקען דאס האבן אדער מיטן סידי אדער עלעקטראניש… גיי פארשטיי, א סידי איז שוין אלטמאדיש!!

איינער האט באמערקט די דיסטריביושאן נומער?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 3:06 pm
דורך [NAMELESS]
צאלי גאלד

נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 4:29 am
דורך מיין מיינונג

נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 11:37 am
דורך שמעקעדיג
זענען טאקע אלע פרינטערס אזעלכע גראבע אמעראצים?
וויפיל טעותים קענט איר אפציילן די לעצטע שורה, והאר עיניניו? (עינינו פעלט א יו"ד)
ודבק לבנו ב.....??
איינמאל שטייט בתורתיך מיט א יו"ד, איינמאל נישט,
רוב סידי'ס האבן אזעלכע גראבע טעותים! פארוואס?

נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 5:10 pm
דורך אויסדריקלעך
כ'הער זאגן אז צאלי'ס סידי וועט האבן אפאר פיינע ניגונים. איך גיי נישט פאר אים אין דזשענעראל, אבער כ'האב געהערט איין ניגון "מעלה גדולה" פון פינקי און ס'סאונד ווי א פיינע לידל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 3:18 pm
דורך כתר מלכות
די ניגון מעלה גדולה איז נישט פון פינקי. ס'הערט זיך ווי א יוסי גרינ'ס ניגון. פיניק האט אויף די סידי נאר איין ניגון, ממעמקים.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 3:32 pm
דורך אויסדריקלעך
כתר מלכות האט געשריבן:די ניגון מעלה גדולה איז נישט פון פינקי. ס'הערט זיך ווי א יוסי גרינ'ס ניגון. פיניק האט אויף די סידי נאר איין ניגון, ממעמקים.


געטשעקט מיט מיינע סארסעס און איר זענט גערעכט! ס'איז טאקע א גרין ניגון. אבער נישט סתם א גוטס!

נשלח: מאנטאג פעברואר 17, 2014 5:03 pm
דורך מנשה לוסטיג

נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 8:30 pm
דורך לאליפאפ
חיים ישראל קומט ארויס מיט א דיסק פון 20 נייע ניגונים! געווענדליך קומט ער ארויס מיט פיינע סחורה, לאמיר האפן אויף ווייטער.

נשלח: דינסטאג מערץ 11, 2014 10:44 pm
דורך לאליפאפ
איינער ווייסט פרטים? כ'האב באקומען א לינק אויך באט כאנישט קיין נערוון פאר שטותים...

דוד ושלמה - פון קאליש און גערטנער

נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 12:55 pm
דורך לאליפאפ
פריוויו פון שלומי גערטנער און דודי קאליש נייע דיסק, וואס גייט ארויס בקרוב ממש.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=sqvRDaEP7cI[/youtube]

נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 4:25 pm
דורך יין שרף
לאליפאפ האט געשריבן:איינער ווייסט פרטים? כ'האב באקומען א לינק אויך באט כאנישט קיין נערוון פאר שטותים...

Free Purim CD by Satmar Fish store

נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 10:07 am
דורך על המחיה
די אלעמען באקאנטע 'מאמע לשון' קומט ארויס מיט א פרישע אלבום לכבוד פסח

נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 10:09 am
דורך לאליפאפ
על המחיה האט געשריבן:די אלעמען באקאנטע 'מאמע לשון' קומט ארויס מיט א פרישע אלבום לכבוד פסח

שוין ארויסגעקומען אפאר טעג צוריק און עס האט פעסטע מוזיק און הערליכע ארעינדזשמענטס דורך הערשי גינזבערג.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 8:20 pm
דורך בעל הבית
ווייסט איינער אויב עס איז ארוס געקומען א נייע סי. די. פון ר' בן ציון שנקר ?

נשלח: פרייטאג אפריל 04, 2014 12:38 am
דורך ארבעס
איך פלעג הערן מודזיצער טעיפס אסאך. איך העלט זיי הא בען די שענסטע ניגינים. אהההה מזמור לדוד,,,,מעורר א שטיינעדיגע הארץ......

נשלח: פרייטאג אפריל 04, 2014 12:41 am
דורך ארבעס
בכלל רויף איך לעצטענס נאר קינדער סידיס ווייל פאר מיר דארף איך נישט. איך האב אן עפפ אויף מיין פוין. Jewishmusic. אין דער ארבעט הער איך אויך פין זיי. זיי האבען א הערליכע מיקס. צי וואס דארף איך קויפען.

נשלח: פרייטאג אפריל 04, 2014 2:58 am
דורך ריק סאנטורעם
בעל הבית האט געשריבן:ווייסט איינער אויב עס איז ארוס געקומען א נייע סי. די. פון ר' בן ציון שנקר ?

יא עס איז ארויסגעקומען איינס