בלאט 4 פון 6
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 3:51 am
דורך שבת אחים
berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים האט צוגעטראפן א גמרא. (מס' קידושין) אדער פארקערט. די גמ' זאגט אז.."אין עניות מן האומנות. ולא עשירות מן האומנות...(דעם חלק ווייס איך נישט אויב ער גלייבט אין דעם)...אלא יתפלל למי שהעושר שלו...ס'העלפט נישט קיין דעגרי. ווער ס'האט פויערישן, קו'אישן שכל. און ר'האט מזל. איז מצליח. און ווער ס'איז א שלימזל.
איך בין אביסל מחולק מיט דיר. סאיז א פאקט אז רוב מענטשען אויף די וועלט מיט א דעגרי האבן מעהר מצליח געוועהן ווי די מענטשען אן קיין דעגרי!
א דעגרי קען אייביג זיכער העלפן! ס׳מוז אבער נישט זיין אז סוועט טאקע העלפן ווייל דאס איז נאר ״איין חלק״ פון די פראסעס. א מענטש דארף אבער טוהן השתדלות, און א חלק פון די השתדלות איז עדזשיוקעישאן. א מענטש דארף אויסלערנען זיין קינד א פאך, דעס שטייט אויך אין די גמרא.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 9:49 am
דורך סביב העולם
שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:באנדע אומפארגינער.
עטץ קענסט קראכן, בשעת די זיכסט פארקינג מיטן אלטע קאקע קרייסלער, פאהרט ער אריין כדרך המלך אין זיין דרייוועי מיטן קעניגליכן לעקסעס.
בשעת די שלעפסט זיך ארויף צום זיבטן שטאק די שמאלער פארשטינקענע האלוועי, אין הערסט קולות ביי יעדער שטאק פון א צווייטע פאמיליע, שפאצירט ער אריין ערשטע פלאהר נאכן קוועטשן די דיזיטל קאמבינאצע צו א הערליכע פאלאץ.
בשעת די זעהט אכט קינדער קוויטשענען אויפן ערד אין נישטא קיין זכר פון נאכטמאל, קומט ער אריין צו שטילע קינדער שפילן מיט טויס, אין נאכמאל צו גיגריייט ווי א גראף מיט גאלדענע דישיס.
בשעת די גריסט דיין 300 פונטיגע ווייב וואס שוויצט ווי טשיינע גויטע נאכן דיפאזיטען 800 פלעשער, גריסט ער זיין מאדעל מיטן שייטל וואס ווארפט בליצן פאר יופי.
יא דאס איז לעבן, נישט ווייל ער טוט מצוות אדער די עבירות, נאר פשוט, סתם אזוי דיין לעבן סאקט באליס אין זיין לעבן קנאקט סטראבעריס.
נישט אז ס'מאכט אויס לגופו של דבר, אבער ביי אים אין שטוב גייט מען בלבוש הטשאלמער'ס מעוטף בשחורים על הרגל ועל הראש.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 9:56 am
דורך גדליה
שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:באנדע אומפארגינער.
עטץ קענסט קראכן, בשעת די זיכסט פארקינג מיטן אלטע קאקע קרייסלער, פאהרט ער אריין כדרך המלך אין זיין דרייוועי מיטן קעניגליכן לעקסעס.
בשעת די שלעפסט זיך ארויף צום זיבטן שטאק די שמאלער פארשטינקענע האלוועי, אין הערסט קולות ביי יעדער שטאק פון א צווייטע פאמיליע, שפאצירט ער אריין ערשטע פלאהר נאכן קוועטשן די דיזיטל קאמבינאצע צו א הערליכע פאלאץ.
בשעת די זעהט אכט קינדער קוויטשענען אויפן ערד אין נישטא קיין זכר פון נאכטמאל, קומט ער אריין צו שטילע קינדער שפילן מיט טויס, אין נאכמאל צו גיגריייט ווי א גראף מיט גאלדענע דישיס.
בשעת די גריסט דיין 300 פונטיגע ווייב וואס שוויצט ווי טשיינע גויטע נאכן דיפאזיטען 800 פלעשער, גריסט ער זיין מאדעל מיטן שייטל וואס ווארפט בליצן פאר יופי.
יא דאס איז לעבן, נישט ווייל ער טוט מצוות אדער די עבירות, נאר פשוט, סתם אזוי דיין לעבן סאקט באליס אין זיין לעבן קנאקט סטראבעריס.
בשעת איך האב פארדינט יעדען דאלער ביושר אן קיין שום דריידלעך לעבט ראבינאוויטש פון דאס בלוט פון ארעמעלייט
בשעת איך קום אהיים אין א רואיגע באטעמטע דירה וואס שפיגלט און גלאנצט דורך מיין געטרייע אשת חיל ווערט מר. ראבינאוויטש ענטפאנגען אין זיין ריזיגע פאלאץ דורך א באנדע יוצר משרתיו
בשעת אויף מיין טיש ווארט א פיינע פרישע הייסע נאכטמאל געמאכט דורך מיין ווייב קומט אריין א פרעמדע קעכער און סארווירט מאלצייט פאר די הויכגעשעצטע ירושלימ'ער ראבינאוויטש
בשעת מיינע קינדערלעך ווארפען זיך ארויף אויף מיך יעדע נאכט ווי נאר איך טרעט איבער די שוועל, זענען מר. ראבינאוויטש'ס קינדער אויסגעשפרייט אין אלע פיר עקען פון די פאלאץ, איינגעזינקען אין זייער אייפעד צו וואס
בשעת איך האב צענדליגע גיטע פריינט וואס וואלטען זיך מקריב געווען פאר מיך בעת צר, איז ראבינאוויטש נישט זיכער מיט קיין איין חבר ווייל יעדע וויל נאר זיין געלט
בשעת מיינע שכנים לעבען זיך רואיג מיט מיך אין פרייען זיך מיט מיט מיינע שמחות, טוט ראבינאוויטש וואוינען ארום שכנים וואס ווילען אים אויפעסען לעבעדיגערהייט
בשעת ראבינאוויטשעס הויז שטעכט אויס די אויגען פין אידען וואס האבען נישט קיין ברויט צו שטעלען אויפ'ן טיש אין צאלען עם יעדע חודש טויזענטער דאלארען, טוהט מיין דירה נישט וויי קיין שום יוד
בשעת איך בין נישט שולדיג קיין פרוטה פאר א מענטש האט ראבינאוויטש אנגעזעצט אין באשווינדעלט א שיינע פאר אידען (אויב די שמועות זענען אמת)
און בשעת איך לעב זיך ב"ה פיין בשלום מיט מיינע צוגעקומענע קינדער אין איך שעפ הויפנס נחת פין מיינע אייניקלעך.... שוין וואס דארף מען רעדען
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 10:05 am
דורך הקטן
שבת אחים האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים האט צוגעטראפן א גמרא. (מס' קידושין) אדער פארקערט. די גמ' זאגט אז.."אין עניות מן האומנות. ולא עשירות מן האומנות...(דעם חלק ווייס איך נישט אויב ער גלייבט אין דעם)...אלא יתפלל למי שהעושר שלו...ס'העלפט נישט קיין דעגרי. ווער ס'האט פויערישן, קו'אישן שכל. און ר'האט מזל. איז מצליח. און ווער ס'איז א שלימזל.
איך בין אביסל מחולק מיט דיר. סאיז א פאקט אז רוב מענטשען אויף די וועלט מיט א דעגרי האבן מעהר מצליח געוועהן ווי די מענטשען אן קיין דעגרי!
איז מעגלעך אז רוב פין די מענטשען וואס האבן דעגריס זענען מענטשען וואס האבן מרץ, זענען גרייט אוועקצילייגן אינסטענט גרעטיפיקעשען, ארבעטן שווער אן זען באלדיגע רווחים,און דאס איז די עקטיוו אינגרידיען פין זייער הצלחה?
Re: א פאלאץ בויט זיך אין וויליאמסבורג
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 10:09 am
דורך אונטער חכם
שבת אחים האט געשריבן:
און בכלל זייט ווען האבן די היינטיגע סאציאליסטן א פראבלעם מיט אזעלכע מענטשען ווי ראבינאוויטש און דשונסקי??? ס׳פעלט רייכע לייט און מערב-אייראפע??? אין אוסטראליע? אין קאנאדא??? דו פארשטייסט בכלל וואס די היינטיגע סאציאליסטישע שיטה איז??? איך קען דיר כמעט צוזאגן אז דו אליינס ביסט אויך א סאציאליסט... דו ווייסט נאר נישט וואס זייער שיטה איז.די יסוד פון זייער שיטה איז אז מ׳זאל נישט איבערגעבן די מאכט נאר פאר די רייכע און פאר די קאראפערעישאונס, און אז די גאווערמענט זאל זיך רעכענען מיט יעדע די בירגער ווי זיי וואלטן באלאנגט צו איין גרויסע פאמילע... און נישט אז די גאווערמענט זאל מאכן אלע געזעצן לטובת אפאר יחידים- רייכע און עליטע... דו רעדסט גרויס, אבער דו האסט ניטאמאל ארויס די אל״ף בי״ת פון די אלע שיטות...
דאס איז נישט קיין סאציאליזם, יעדער זאגט דאס, די שאלה איז ווער עס טוט עס
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 10:26 am
דורך קורקלענד
רוב מענטשן וואס האבן א דעגרי פארדינען מער געלט, אבער זייער לעבן קאסט אויך מער, וויבאלד זיי האלטן זיך אויף אן אנדערן סטאנדארט ווי סתם א עמך גוי.
איך האב עס מיט יארן צוריק געליינט אין די קלאסישע ביכל 'די מיליאנער ביים נעקסטן טיר', שרייבט ער דארט אז פלאמבערס שטארבן מיט א פיל גרעסער פארמעגן ווי דאקטוירים. און נאכן שטודירן די פאקטן איז אויסגעקומען, אז וויבאלד דאקטוירים לעבן אויף אן אבנארמאלע סטאנדארט שטארבן זיי בעלי חוב פיל אפטער ווי פלאמבערס......
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 10:28 am
דורך קורקלענד
ביז היינט האב איך געמיינט אז שבת האט א טעות אין די דעפיניציע פון קאפיטאליזם, אצינד זעה איך אז ער האט קיין שום איינונג אין די דעפיניציעס פון סאושעליזם אדער קאמוניזם....... ס'איז כדאי אז ער זאל אנהייבן לייענען ביכער........
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 10:41 am
דורך גדליה
קורקלענד האט געשריבן:ביז היינט האב איך געמיינט אז שבת האט א טעות אין די דעפיניציע פון קאפיטאליזם, אצינד זעה איך אז ער האט קיין שום איינונג אין די דעפיניציעס פון סאושעליזם אדער קאמוניזם....... ס'איז כדאי אז ער זאל אנהייבן לייענען ביכער........
איך האב א טאות אין קעפיטעליזעם????
נישטא אזא זאך!!
בערני האט געוואונען די פריימעריז אין ער האט קלאר געזאגט אז ער איז נישט א קעפיטעליסט!!
די טראמפ בהמות האבען זיך איינגערעדעט אז שבת אחים איז בערני! לא דובים ולא יער!
איך בין א וועזשניצער חסיד אין וועזשניץ איז אלע יארען געווען סאושעליסטן!
די הייליגע אהבת ישראל האצעך אויסגעמעלקט אז איין רגע סאושעליזם איז מער ווי פופציג יאר קעפיטעליזעם!!
ער האט אויך פאראויסגעזעהן קליימעט טשעינדזש!!!!
ס'איז ידוע אז די ראגאטשאווער איז אמאל געקומען באזוכען ביי די סבא קדישא די אהבת ישראל זעץ קללה
די ראגאטשער איז משוגע געווארען פאר די גאונות פון וועזשניצער רעבען!! ער האט געזאגט אז קיינער קען נישט אזוי גיט אפלערענען א שטיקעל אורחות צדיקים ווי דער העיליגער רעבע
אויך, בערני האט געזיגט! בערני איז פרעזידענט!
לאלאלאלאלאלאלאלאלאלא
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 12:04 pm
דורך berlbalaguleh
גדליה: יעצט גלעיב איך שוין נישט אז דו ביסט א וועזשניצער חסיד, אויך...!
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 12:32 pm
דורך שבת אחים
קורקלענד האט געשריבן:ביז היינט האב איך געמיינט אז שבת האט א טעות אין די דעפיניציע פון קאפיטאליזם, אצינד זעה איך אז ער האט קיין שום איינונג אין די דעפיניציעס פון סאושעליזם אדער קאמוניזם....... ס'איז כדאי אז ער זאל אנהייבן לייענען ביכער........
זאג מיר נישט אז איך זאל ליינען ביכער, נאר זיי זיך מסביר. וואו זעהסטו אז איך ווייס נישט די דעפיניציע???
אבי גערעדט-אזויווי אייביג!
זיי מסביר וואס די היינטיגע סאציאליסטישע שיטה איז לויט דיר. אדרבה.
ווען דו האסט נישט וואס צו ענטפערן זאגסטו יענער זאל ליינען ביכער

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 12:36 pm
דורך רביה''ק זי''ע
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 12:38 pm
דורך שבת אחים
טוה מיר א טובה... איך בעט דיך! האסט נישט געטראפן קיין בעסערס?
נעקסט קעיס.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 12:39 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איך דארף נישט בעסער פון דעם, ס'איז ליידער מער פון גענוג...
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 12:41 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
קורקלאנד איז שוין שולדיג פאר'ן ציבור זיין טיפדענקיגע רעיונות וועגן קאפיטאליזם און סאציאליזם. ביזדערווייל האבן מיר באקומן אסאך whataboutism און ווייניג דענקעריי. עס איז לכאורה נישט קיין צופאל.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 12:46 pm
דורך שבת אחים
הקטן האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים האט צוגעטראפן א גמרא. (מס' קידושין) אדער פארקערט. די גמ' זאגט אז.."אין עניות מן האומנות. ולא עשירות מן האומנות...(דעם חלק ווייס איך נישט אויב ער גלייבט אין דעם)...אלא יתפלל למי שהעושר שלו...ס'העלפט נישט קיין דעגרי. ווער ס'האט פויערישן, קו'אישן שכל. און ר'האט מזל. איז מצליח. און ווער ס'איז א שלימזל.
איך בין אביסל מחולק מיט דיר. סאיז א פאקט אז רוב מענטשען אויף די וועלט מיט א דעגרי האבן מעהר מצליח געוועהן ווי די מענטשען אן קיין דעגרי!
איז מעגלעך אז רוב פין די מענטשען וואס האבן דעגריס זענען מענטשען וואס האבן מרץ, זענען גרייט אוועקצילייגן אינסטענט גרעטיפיקעשען, ארבעטן שווער אן זען באלדיגע רווחים,און דאס איז די עקטיוו אינגרידיען פין זייער הצלחה?
מעגליך איז אלעס! אבער וואס דארפסטו מאכן גאנצע פשטלעך? די פאקט איז וואס מעהר געלערנט א מענטש איז וועט ער מעהר מצליח זיין. סאיז זייער פשוט פארוואס אויך. דאס מיינט נאך נישט אז איינער וואס איז נישט געלערנט וועט נישט מצליח זיין. ווייל דער אומגעלערנטער קען אויפנעמען מענטשען וואס זענען יא געלערנט און זיי זאלן פירן זיין ביזנעס.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 12:46 pm
דורך שבת אחים
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:קורקלאנד איז שוין שולדיג פאר'ן ציבור זיין טיפדענקיגע רעיונות וועגן קאפיטאליזם און סאציאליזם. ביזדערווייל האבן מיר באקומן אסאך whataboutism און ווייניג דענקעריי. עס איז לכאורה נישט קיין צופאל.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 12:59 pm
דורך שבת אחים
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:קורקלאנד איז שוין שולדיג פאר'ן ציבור זיין טיפדענקיגע רעיונות וועגן קאפיטאליזם און סאציאליזם. ביזדערווייל האבן מיר באקומן אסאך whataboutism און ווייניג דענקעריי. עס איז לכאורה נישט קיין צופאל.
די עיקר איז אז טראמפ איז פרעזידענט, די פעדעראל גאווערמענט איז פארשפארט מיט א גרויסע שלאס. דער גרויסער טייקאן, ביזנעסמאן און דיעלמעיקער וואס האט גענומען קרעדיט פאר די ״גוטע עקאנאמיע״ האט אין די לעצטע וואך אראפגעברענגט די מארקעטס אין פארלוסטן מעהר ווי א טריליאן דאללער!!! א טריליאן דאללער אפגעווישט... און איך דארף ליינען ביכער... הא הא...
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 1:14 pm
דורך שבת אחים
גדליה האט געשריבן:קורקלענד האט געשריבן:ביז היינט האב איך געמיינט אז שבת האט א טעות אין די דעפיניציע פון קאפיטאליזם, אצינד זעה איך אז ער האט קיין שום איינונג אין די דעפיניציעס פון סאושעליזם אדער קאמוניזם....... ס'איז כדאי אז ער זאל אנהייבן לייענען ביכער........
איך האב א טאות אין קעפיטעליזעם????
נישטא אזא זאך!!
בערני האט געוואונען די פריימעריז אין ער האט קלאר געזאגט אז ער איז נישט א קעפיטעליסט!!
די טראמפ בהמות האבען זיך איינגערעדעט אז שבת אחים איז בערני! לא דובים ולא יער!
איך בין א וועזשניצער חסיד אין וועזשניץ איז אלע יארען געווען סאושעליסטן!
די הייליגע אהבת ישראל האצעך אויסגעמעלקט אז איין רגע סאושעליזם איז מער ווי פופציג יאר קעפיטעליזעם!!
ער האט אויך פאראויסגעזעהן קליימעט טשעינדזש!!!!
ס'איז ידוע אז די ראגאטשאווער איז אמאל געקומען באזוכען ביי די סבא קדישא די אהבת ישראל זעץ קללה
די ראגאטשער איז משוגע געווארען פאר די גאונות פון וועזשניצער רעבען!! ער האט געזאגט אז קיינער קען נישט אזוי גיט אפלערענען א שטיקעל אורחות צדיקים ווי דער העיליגער רעבע
אויך, בערני האט געזיגט! בערני איז פרעזידענט!
לאלאלאלאלאלאלאלאלאלא
יא יא!!!
בערני איז ליידער נישט פרעזידענט אבער ער וואלט געוועהן די בעסטע פרעזידענט וואס אמעריקע האט נאר אמאל געזעהן. והא ראי׳ אין זיין שטאט ווערמאנט האט ער די שטיצע פון רוב איינוואוינער אפילו די רעפובליקאנער. יעדער איז זייער צופרידן פון אים. ער איז ממש פון די איינציגסטע פאליטשאנס וואס האט נישט פארקויפט זיין נשמה פאר געלט און פאר לאביסטן, ער ארבעט פאר די מענטשען נישט פאר די קארפערעישאונס.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 1:54 pm
דורך איסר האטלקי
אין זיין שטאט קען ער נישט טון וואס ער קען טון צום לאנד אלס פרעזידענט, רח"ל.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 2:02 pm
דורך טאמבל סאס
אפשר הערט עטס שוין אויף רעדן ווערן דעגריס און לאמיך הערן נאך וועגן דער הויכגעשעצטער מר ראבינאוויטש?
Re: א פאלאץ בויט זיך אין וויליאמסבורג
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 2:27 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
עס איז באמת דא נאך א נקודה.
א חלק פון ארבעטן פאר פרנסה איז דאס זיין אן עוסק בישובו של עולם. ווען יעדער ארבעט אין עפעס פאר די וועלט, מאכט יעדער געלט און עס דא פאר דער וועלט צו געניסען. געוויסע ביזנעסער, וואס קענן מאכן ריזיגע רווחים פאר זייער בעלעבתים, זענען אינם עוסקים בישובו של עולם. פליפערס, באל שפילערס מיט כל אביזרייהו ועוד, זענען א דוגמא דערצו. פאר די זאכען דארף מען נישט קיין דעגרי.
ביי אונז אידען זענן דא אסאך פליפערס, ווי אויך פראעשאנעל לופט ביזנעסלייט. דאס מיינט אויך די גאנצע אינדוסטרי פון שנארעריי, וואס א ריזיגע פערצענט איז פאר הבל הבלים. יא, מענטשן ציען פרנסה פון די וואס היטען אפ דער וועחט פון קברים גראבערס און שייטעל טראגערס, אבער די גאנצע אינדוסטרי איז אינן עוסקין בישובו של עולם. פאר דעם דארף מען טאקע נישט קיין דעגרי
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: א פאלאץ בויט זיך אין וויליאמסבורג
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 2:28 pm
דורך אונטער חכם
שבת אחים האט געשריבן:
זיי מסביר וואס די היינטיגע סאציאליסטישע שיטה איז לויט דיר. אדרבה.
lol:
די שיטה פון בערני סאנדערס און אקאזיאו קארטעז איז טאקע דאס וואס דו זאגסט, אבער דאס מיינט נישט אז דאס איז סאציאליזם, עס מיינט נאר אז זיי זענען נישט קיין סאציאליסטן, זיי נוצן נאר דעם נאמען ווייל זיי האלטן אז עס איז "cool".
עס איז נאך דא א סאציאליסטישע פארטיי אין אמעריקע היינט, און זיי טוען אדוואקאטירן פאר א
"socialist society [... in which] the people own and control the means of production and distribution through democratically-controlled public agencies, cooperatives, or other collective groups"
https://en.m.wikipedia.org/wiki/Socialist_Party_USA
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 2:59 pm
דורך קורקלענד
שבת אחים האט געשריבן:
די עיקר איז אז טראמפ איז פרעזידענט, די פעדעראל גאווערמענט איז פארשפארט מיט א גרויסע שלאס. דער גרויסער טייקאן, ביזנעסמאן און דיעלמעיקער וואס האט גענומען קרעדיט פאר די ״גוטע עקאנאמיע״ האט אין די לעצטע וואך אראפגעברענגט די מארקעטס אין פארלוסטן מעהר ווי א טריליאן דאללער!!! א טריליאן דאללער אפגעווישט... און איך דארף ליינען ביכער... הא הא...
די פעדעראלע רעגירונג זאל בלייבן פארמאכט, וואס לענגער איז אלץ בעסער. איך האב שוין דערלעבט א שיינע פאר שאט-דאון'ס, איך זעה נישט וואס די גרויסע פראבלעם איז, איך מיין אז ס'איז א גרעסערע פראבלעם ווען די רעגירונג איז אפען.....
די עקאנאמיע 'דערווייל' איז זייער שטארק. דזשאבס זענען דא די והותר, געהאלטן שטייגן, און די קאפיטאליסטישע פירמעס פארדינען מער און מער. די סטאק-מארקעט איז עטוואס נידעריקער, אבער ס'וועט אדורך גיין.
די פעדעראלע רעזערוו האט געהויבן ראטעס, ס'האט אביסעחע געשאקלט די וועלטן, טראמפּ איז נישט געווען צופרידן אבער ער איז נישט בעל הבית..... לדעתי זאלן די ראטעס זיין וואס העכער.
איך וויל חלילה נישט פארדרייען די אשכול פון די וויכטיקע שמועס דא פון ראבינאוויטש'ס ווייב'ס וואג און פון זיינע אלע געהילפן.... סאוי ביטע ממשיך זיין און ענטפערן אין די ריכטיגע אשכול