בלאט 1 פון 1

די ביטול קידושין סקאנדאל למשפחת קריינדלער

נשלח: מאנטאג יאנואר 21, 2019 2:27 pm
דורך המלוכה והממשלה
היינט איז געוועהן א אסיפה אין בארא פארק ווען א סקאנדאל וואס איז נוגע ביטול קידושין פאר א א פרוי מרס עטרה קריינדלער איר געוועזענע מאן שמחה און איר יעצטיגע מאן לוי פעלער.

מעשה שהיה כך היה מרס קריינדלער האט חתונה געהאט ווינטער תשע"א צו שמחה קריינדלער , ביידע פון זיי ליובאוויטשע , און האבן זיך סעפערעיטעד זימער תשע"ה. זי האט גע'טענהט אז כאטש איר מאן האט מקיים געוועהן מצות עונה איז עס אבער געוועהן נאר ככפאו שד , נאר איין אדער צוויי מאהל א חודש , און אהן קיין שום הנאה פאר איר. ער האט איר קיינמאל נישט געגעבען חיבוק ונישוק נישט בשעת תשמיש און נישט אין קיין שום אנדערע צייטען.

נאך די סעפערעישען האט שמחה נישט געוואלט געבען א גט פאר זיין ווייב. זי איז געבליבן א עגונה.

איז געקימען די בי"ד "בית דין בינלאומי לעניני אישות" ווי הגאון ר' שמחה קראוס איז די אב"ד. און זיי האבען מברר געוועהן מיט א לאנגע בירור אז די עיקר פון חתונה האבן איז מצות עונה , און אז א מאן איז עס נישט מקיים ווי עס דארף צו זיין נאר ככפאו שד איז עס א מקח טעות און די קידושין איז בטל למפרע.

בעיסד אויף דעם היתר האט עטרה קריינדלער חתונה געהאט מיט לוי פעלער.

עס זענען ארויסגעקימען מחאות אויף דעם היתר פון אסאך רבנים , אריינגערעכענעט הרב שלום דוב בער שוחאט, די עדה החרדית , התאחדות הרבנים , און אפילו די ווייטע בית דין דסידני אין אוסטראליע .