בלאט 4 פון 7
Re: 12 מיליאן דאלער'דיגע צוזאמקום איבער די בחירות
נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2019 11:30 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
האבען מיר יעצט געהערט אביסל וואס טוט זיך אונטער די צוזאם קומפף.
אין מפלגת עץ טוט זיך א ריזיגע מחלוקה יעצט. הרב ישראל קאלמאנאוויטש מצד אחד איז אן אמעריקאנער, ער ווייסט נישט פון פאליטיק און חכמות, און ער גלויבט נעבך ערנסט אין די קנאות. די אנדערע צד, וואס האט נישט קיין עמטליכע יושב ראש, איז נאר גרייט לעת עתה נישט צו גיין אין בחירות און נישט נעמן געלט. אבער חתמנ׳ן לעולם ועד האלטען זיי נישט. די געשליפענע פאליטיקאנטן, וואס לעכצן נאך אן אמט אין דער רעגירונג, זענען דארט. זיי לייגען הרב שמואל דויטש מיט הרב עזריאל אויערבאך בראשם, אבער די צוויי טויגען נישט. הרב עזריאל איז א ירושלימ׳דיגע, ער גלויבט נישט אין קיין ווארט וואס ער זאגט, און זיין אמט איז אזא יבום (אדער חליצה) פון זיין ברודער׳ס פראבלעמן. הרב דויטש ליידט שוין יארען פון א דעפרעסיע, איך האב איהם געטראפען אין לעיקוואד אכט יאר צוריק און ער איז האלב פארשלאפען.
דער צד הרב קאלמאנאוויטש ווייסען אז זיי קענען זיך נישט פארלאזען אויף איהם, ער איז נישט אוועילעבל און ער פארשטייט נישט צו פאליטיק. זיי דארפען א פיהרער און זיי האבען דאס געלייגט אויף הרב צ. פריעדמאן. ער איז א שטארקע קנאי (ער איז אליינס געווען אין מיליטער, שא שטיל) און ער איז גרייט אונטער צו חתמנ׳ן אלס. אפאר מאנאטען צוריק, האט דער אנדערע צד געשיקט די גדולי הדור הרב דויטש און הרב אויערבאך קיין אמעריקא, אבער די סאטמוירים ווילען דוקא אז הרב צ. פריעדמאן זאל זיגען.
די פאליטיק אין פאנאוויעזש שפילט אויך ראלע, ווייל הרב מרקוביץ קען נישט צולאזען אז הרב א. דויטש זאל זיך פאררשכבהגן, ווייל דעמאלס זיין פאסטן אין געפאר, דער וואס איז אונטער איהם ווערט העכער איהם. ממילא שטיצט ער הרב צ. פריעדמאן, אבער ער איז ווייט פון א קנאי.
בקיצור, דער צוזאם קומפף איז נישט קעגן ציונים, נישט קעגן דגל התורה, נאר קעגן די אנדערע צד אין עץ זעלבסט.
אויף ענגליש זאגט מען pass the popcorn. אויף אידיש זאגט מען "יענקל שלישקאוויץ שטעלט וויין, בערל יאזפאוויטש שטעלט וויין וכו׳ וכו׳"
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: זונטאג מערץ 31, 2019 12:53 pm
דורך calculator
די סאטמארער סיבה פין די ציזאמקום.
אהרן טייטלבוים ממנהיגי סאטמאר האט זומער תשע"ז ביי די אסיפת הרבנים אין מאנסי גערעד אנטקעגן די "עץ מפלגה", וואס די אסיפה בכלל האט געדארפט צו זיין א שטעך פאר די זאלונישע מפלגה, אז ער פירט די מערכה אנטקעגן גיוס אין נישט יצחק שטערן(זלמן לייבס יד ימינו אין מערכות), האט יצחק שטערן געהאלטן אז אויב ער קען מאכן א יד אחת מיט די עץ מפלגה וועט ער האבן א שטארקער כח אין דערמיט דערלאנגן א פראסק פאר אהרן'ן, איז פין די אסיפה אין ווייטער האט די זאלי מפלגה אהגעהויבן צו געבן שטארקע שטיצע פאר די עץ מפלגה, מיטן שאפן מיליאנען פאר זיי, הספד אויף הגר"ש אויערבאך, און מיט דעם משכנע זיין אז זיי זאלן אנעמען די סאטמארע שיטות, אזוי וועלן זיי האבן א שטארקערע כח בכלל און א נצחון אנטקעגן אהרן'ן בפרט, וואס אין די לעצטע 2 יאר האטלן די ארונישע מפלגה אין איין אונטערייסן די עץ מפלגה אז זיי זענען מיט די זעלבע השקפות ווי אייביג, און מיט דעם פארהאלטן די זאלונישע מפלגה פארוואס זיי זענען מקרב אין זיך מתחבר מיט ציונים "התחברת לרשעים".
איז אויף דעם קימט יעצט די כינוס אין די זמן פין די בחירות אין א"י וואס מיטן שאפן 12 מיליאן דאללער נאך א שטאפל פין חנופה אין מפתה זיין אז זיי זאלן זיין גרייט אינטער צי נעמן אויף זיך די שיטת הקנאים.
Re: 12 מיליאן דאלער'דיגע צוזאמקום איבער די בחירות
נשלח: זונטאג מערץ 31, 2019 1:26 pm
דורך מארמאראשער
calculator האט געשריבן:די סאטמארער סיבה פין די ציזאמקום.
אהרן טייטלבוים ממנהיגי סאטמאר האט זומער תשע"ז ביי די אסיפת הרבנים אין מאנסי גערעד אנטקעגן די "עץ מפלגה", וואס די אסיפה בכלל האט געדארפט צו זיין א שטעך פאר די זאלונישע מפלגה, אז ער פירט די מערכה אנטקעגן גיוס אין נישט יצחק שטערן(זלמן לייבס יד ימינו אין מערכות), האט יצחק שטערן געהאלטן אז אויב ער קען מאכן א יד אחת מיט די עץ מפלגה וועט ער האבן א שטארקער כח אין דערמיט דערלאנגן א פראסק פאר אהרן'ן, איז פין די אסיפה אין ווייטער האט די זאלי מפלגה אהגעהויבן צו געבן שטארקע שטיצע פאר די עץ מפלגה, מיטן שאפן מיליאנען פאר זיי, הספד אויף הגר"ש אויערבאך, און מיט דעם משכנע זיין אז זיי זאלן אנעמען די סאטמארע שיטות, אזוי וועלן זיי האבן א שטארקערע כח בכלל און א נצחון אנטקעגן אהרן'ן בפרט, וואס אין די לעצטע 2 יאר האטלן די ארונישע מפלגה אין איין אונטערייסן די עץ מפלגה אז זיי זענען מיט די זעלבע השקפות ווי אייביג, און מיט דעם פארהאלטן די זאלונישע מפלגה פארוואס זיי זענען מקרב אין זיך מתחבר מיט ציונים "התחברת לרשעים".
איז אויף דעם קימט יעצט די כינוס אין די זמן פין די בחירות אין א"י וואס מיטן שאפן 12 מיליאן דאללער נאך א שטאפל פין חנופה אין מפתה זיין אז זיי זאלן זיין גרייט אינטער צי נעמן אויף זיך די שיטת הקנאים.
די ברענגסט ארויס א חסרון אדער א מעלה
זיי דיך מסביר
Sent from my SM-G1650 using Tapatalk
נשלח: זונטאג מערץ 31, 2019 1:35 pm
דורך calculator
מארמאראשער האט געשריבן:calculator האט געשריבן:די סאטמארער סיבה פין די ציזאמקום.
אהרן טייטלבוים ממנהיגי סאטמאר האט זומער תשע"ז ביי די אסיפת הרבנים אין מאנסי גערעד אנטקעגן די "עץ מפלגה", וואס די אסיפה בכלל האט געדארפט צו זיין א שטעך פאר די זאלונישע מפלגה, אז ער פירט די מערכה אנטקעגן גיוס אין נישט יצחק שטערן(זלמן לייבס יד ימינו אין מערכות), האט יצחק שטערן געהאלטן אז אויב ער קען מאכן א יד אחת מיט די עץ מפלגה וועט ער האבן א שטארקער כח אין דערמיט דערלאנגן א פראסק פאר אהרן'ן, איז פין די אסיפה אין ווייטער האט די זאלי מפלגה אהגעהויבן צו געבן שטארקע שטיצע פאר די עץ מפלגה, מיטן שאפן מיליאנען פאר זיי, הספד אויף הגר"ש אויערבאך, און מיט דעם משכנע זיין אז זיי זאלן אנעמען די סאטמארע שיטות, אזוי וועלן זיי האבן א שטארקערע כח בכלל און א נצחון אנטקעגן אהרן'ן בפרט, וואס אין די לעצטע 2 יאר האלטן די ארונישע מפלגה אין איין אונטערייסן די עץ מפלגה אז זיי זענען מיט די זעלבע השקפות ווי אייביג, און מיט דעם פארהאלטן די זאלונישע מפלגה פארוואס זיי זענען מקרב אין זיך מתחבר מיט ציונים "התחברת לרשעים".
איז אויף דעם קימט יעצט די כינוס אין די זמן פין די בחירות אין א"י וואס מיטן שאפן 12 מיליאן דאללער נאך א שטאפל פין חנופה אין מפתה זיין אז זיי זאלן זיין גרייט אינטער צי נעמן אויף זיך די שיטת הקנאים.
די ברענגסט ארויס א חסרון אדער א מעלה
זיי דיך מסביר
Sent from my SM-G1650 using Tapatalk
פאר איינעם איז עס א מעלה און פאר איינעם א חסרון.
נשלח: זונטאג מערץ 31, 2019 2:51 pm
דורך נקודת-אמת
איינער זאגט מיר, אויף
די פרשה פון ארגון 'יד להושיע'אז זייערע טעות איז געוועהן אז זיי האבן געמיינט אז נישט נאר די אויערבאך-ניק'עס ווערן קנאים
נאר אויכעט אלע פרייע ווערן אויך קנאים...
ודפח"ח.
נשלח: זונטאג מערץ 31, 2019 4:55 pm
דורך זאפטיג
דאכטזיך מיר אז דער פרשה פון ''רבינו סר מן הדרך'' איז געוועזען ביי די בחירות פונם עירייה
נישט אזוי??
נשלח: מאנטאג אפריל 01, 2019 12:43 pm
דורך גאנצל
וואס איז טאקע די סיבה אז יצחק שטערן נעמט זיך אן פאר אשר דויטש ?
נשלח: מאנטאג אפריל 01, 2019 1:57 pm
דורך איסר האטלקי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:בקיצור, דער צוזאם קומפף איז נישט קעגן ציונים, נישט קעגן דגל התורה, נאר קעגן די אנדערע צד אין עץ זעלבסט.
אויף ענגליש זאגט מען pass the popcorn. אויף אידיש זאגט מען "יענקל שלישקאוויץ שטעלט וויין, בערל יאזפאוויטש שטעלט וויין וכו׳ וכו׳"
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דיין תגובה מאכט סענס, ס'איז מסתבר אז סאטמאר און אסאך אויערבאך תלמידים ווילן שטיצן א גרעסערע קנאי בעת פאליטיקאנטן שטיצן מער מעסיגע. אבער איך האב נישט קיין באווייזן אויף יא אדער אויף ניין.
אבער צו זאגן אז די צוזאמקום איז נאר פארדעם איז אביסל מאדנע. ווייל מ'וואלט קיינמאל נישט געבעטן קיין געלט אריינצוקומען און זיכער נישט קיין 12 מיליאן...
נשלח: מאנטאג אפריל 01, 2019 4:30 pm
דורך גאנצל
סאטמאר מישט זיך נישט אין זייערע פאליטיקס
Re: 12 מיליאן דאלער'דיגע צוזאמקום איבער די בחירות
נשלח: מאנטאג אפריל 01, 2019 6:18 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איסר האטלקי האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:בקיצור, דער צוזאם קומפף איז נישט קעגן ציונים, נישט קעגן דגל התורה, נאר קעגן די אנדערע צד אין עץ זעלבסט.
אויף ענגליש זאגט מען pass the popcorn. אויף אידיש זאגט מען "יענקל שלישקאוויץ שטעלט וויין, בערל יאזפאוויטש שטעלט וויין וכו׳ וכו׳"
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דיין תגובה מאכט סענס, ס'איז מסתבר אז סאטמאר און אסאך אויערבאך תלמידים ווילן שטיצן א גרעסערע קנאי בעת פאליטיקאנטן שטיצן מער מעסיגע. אבער איך האב נישט קיין באווייזן אויף יא אדער אויף ניין.
אבער צו זאגן אז די צוזאמקום איז נאר פארדעם איז אביסל מאדנע. ווייל מ'וואלט קיינמאל נישט געבעטן קיין געלט אריינצוקומען און זיכער נישט קיין 12 מיליאן...
וואס דען מיינט שטיצע? אזוי ווי די מהלך שוין יארען (עי׳ ערך עדה החרדית), מ׳שיקט געלט פאר איין פראקציע, און אזוי ווערן זיי שטערקער.
אבער גאנצל ווייסט פאר א חק, אז סאטמאר מישט זיך נישט אריין. אויב אזוי איז ממילא געשפארט, אז סאטמאר מישט זיך נישט אריין. או כלך לדרך אחר.........
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מאנטאג אפריל 01, 2019 9:09 pm
דורך calculator
גאנצל האט געשריבן:סאטמאר מישט זיך נישט אין זייערע פאליטיקס
סאטמאר מישט זיך נישט אריין, סאטמאר האט גורם געווען זייער מחלוקת, די עץ מפלגה איז געווען ווייט פין שיטות הקנאים פונקט ווי דגל התורה, נאר וויבאלד די עץ מפלגה פירן מערכות אנטקעגן דגל התורה אין זיי האבן זיך פורש געווען פין דגל התורה אין אויפגעהערט צי גיין צו די בחירות האט (סאטמאר)-יצחק שטערן זיך אריין געשטעקט די נאז (בחירות-בחירות גז"ש) אין וויל פארדרייען זייער מערכה אויף אן אנדערע ליניע צוליב זיינע מערכות אנטקעגן אהרן'ן כאשר ביארתי לעיל.
נשלח: מאנטאג אפריל 01, 2019 10:02 pm
דורך איסר האטלקי
ליטוואק, דער כינוס איז געצילט צו שטיצן אלע מוסדות פון הרב אויערבאך פון אלע פראקציעס.
שניידן זי קרעפלעך.
Re: 12 מיליאן דאלער'דיגע צוזאמקום איבער די בחירות
נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2019 10:33 am
דורך מארמאראשער
נישט אייגענס אבער גוט
א גרופע הערשן האבן אמאל זיך צאמגעזעצט אויף אן אסיפה דחופה, מטכס עצה צו זיין איבער די שווערע פראבלעם וואס פלאגט זיי אז ווען זיי קומען אריין אין וואלד ווערן זייערע הערנער אפט פארכאפט אין די צווייגן פון די גרויסע ביימער, און קוים מיט צרות זעען זיי זיך ארויס פונעם קניפ.
איז דער ראש החכמים אויפגעקומען אויף א וואזשנעם געדאנק, מען זאל זיך פאראייניגן אין א ריזיגן קאמף, און צוביסלעך אויסרייסן און אויספליקן אלע צווייגן פון די גאנצע וואלד, און אזוי ארום וועט מען מער נישט דארפן ליידן.
אלע האבן אים אפלאדירט, און מסכים געווען צום ענדגילטיגן לעזונג צום "פארצווייגטן" פראבלעם.
דאן איז אריבער דער חכם שבחיות דער פוקס, און הערנדיג זייער באשלוס האט ער אויסגעשאסן אין א הילכיגן געלעכטער: "וויפיל איר וועט נאר ארבייטען אויסצורייסן דעם וואלד, וועט איר קיינמאל נישט פארטיג ווערן! שניידט אייך אפ די הערנער איינמאל פאר אלעמאל און לאזט אלע צווייגן במנוחה!"
זיי זענען פארשוויגען געווארן מיט שאק, כאפנדיג זייער מיאוס'ן טעות כאילו מ'האט א פראבלעם מיט א וואלד, מיט צווייגן, בסך הכל איז דא א פראבלעם מיט די אייגענע הערנער אויפ'ן קאפ!
דא קאכט זיך שוין אפאר יאר מיט א סאמאטוכע ביי א געוויסן קרייז, וועלכע פלעגט פרובירן צו טראגן א נארמאלע אוועקגעשטעלטע פנים, אבער זענען נעבעך געווארן פארשלעפט אין גאר אומבא'טעמ'טן עסק, ווען זייער מנהיג האט זיך אויפגעריסן מיט א זינלאזע אומפארשטענדליכע אטאקע קעגן א גאנצן קרייז, און זיי גאר מיאוס אונטערגעריסן און פארשעמט, פאר'ן שרעקליכן חטא פון "שפילן קנאות", הלמאי שטעלט הרב אויערבאך זיך ארויס "כאילו" ער איז א קנאי, און טוט מסירות נפש'דיגע זאכן קעגן די שלטון הכופר, פיל פיל מער פון דעם מנהיג'ס השגות. ווער האט אים געפרעגט? און ער מיינט דאך די גאנצע זאך נישט לשמה, און איז עכט בפנימיות לבבו יא א ציוני, וכו' וכו'.
מיר אלע געדענקן די ערשטע רעאקציע פון זיינע נאכשלעפער, וואס זענען געווען אויסטערליש פארלוירן, זיי האבן גאר שטארק געוואלט האלטן פונקט ווי זייער רבי'ן, אבער זיי האבן פשוט נישט געוויסט וואס...
דאן האט זיך אנגעהויבן די שארפע החלטות פון די אויבנדערמאנטע "הערשן מיטינג". נעמליך, מ'גייט זיך נעמען און אויסרייסן די גאנצע וואלד! ס'דא א פראבלעם מיט די וואלד און אלע צווייגן, מ'גייט עס צוביסלעך אויספליקן!
די אויסגערופענע קעפ האבן אנגעהויבן אחת לאחת; ארטיקלען און דרשות, נייע סארט גליונות "מסביר צו זיין די שיטה", א אויסגעשפילטע כינוס כללי צו אויסשארפן די מוחות אז מיר זענען קנאים אויף עצם רעיון הציונית, מחדש געווען א נייע איידיע פון לערנען ויואל משה, ווייל עכט זענען מיר עכטע קנאים, און זיי זענען די פאלשע, א חידוש פון א מערכה קעגן די שטאט-ראט בחירות, געבויעט אן "עסקעלעיטאר" און מסביר געווען אז ווען אויערבאך גייט צו עירי' בחירות אין ירושלים איז ער א ציוני און ווען אונז גיימיר אין בני ברק איז עס א קאמף קעגן עצם רעיון הציונית.
דאן א פרישע פראבלעם, אויערבאך גייט שוין נישט גיין צו קיין בחירות פאר כנסת המינים, אה, זיי גייען עכט יא גיין, און אפי' אויב נישט איז עס נאר די איין מאל ווייל זיי קענען נישט באקומען קיין בענקל, און אפי' אויב איז עס פאר ביז ביאת משיח, איז עס נישט "לשמה".
דער מצב ווערט ארגער און ארגער, מ'פליקט צווייגלעך, בשעת מ'פאראנקערט זיך נאכאמאל די הערנער אין א פרישע צווייגלעך... ס'לאזט זיך אראפ א פייערדיגע וואלקן ביי אלפי חסידי סאטמאר צו שטיצן די 7000 קינדער עטה"ק, ס'דאך א ווייטאג, הייבט מען אן גיסן "פינטלעך" אין דער בלאט אז מ'טאר נישט שטיצן די מוסדות על טהרת הקודש, ווייל ס'נישט לשמה, אין דער צייט וואס מ'געט אפ זעלטענע כבוד מלכים פאר א מנהיג וואס שיקט יעצט צו די בחירות הטמאות ביי שבע ברכות, און מ'רעכט אפ אפיעלס פאר זייערע מוסדות וואס נעמען געלט "לשמה" פון די ממשלת הכופרים...
ס'פעלט היצערט בלויז דער פוקס וואס זאל מודיע זיין פאר די חמורים: שניידט אייך אפ די הערנער, וועט אלעס זיין מסודר!
Sent from my SM-G1650 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2019 11:03 am
דורך זאפטיג
יעדער קרייז אין ארה''ק זעצט זיך אראפ איינמאל א יאר און מאכט א פינאנציעלע חשבון צי עס לוינט זיך מיטן מדינה צי גיין אדער דער קעש פלאו פון סאקמער
דעטס אל עבאט איט
נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2019 12:18 pm
דורך גאנצל
@מארמאראשער
זיער א טרעפליך משל דער נמשל האסטו נאר נישט אזוי גוט ארויס
מ'האט אויפגענומען א רבין א לאו לייף גארנישט צו פארקויפן -נאכן לוחם זיין קעגן דעם רבין ז"ל הב"מ אז מ'קען נישט פארשטיין ווי אזוי מ'קען אויפענמען א רבי נאך מרן הדברי יואל זצ"ל. מ'איז זיך געגאנגען זוכן נייע דעה זאגערס הרב מקאשוי הרב ממאנטיווידעי און זיך מפריס פרסה געווען אלס ערליכע אן פארענטשעס און עכטע קנאים
עכ"פ טו מעיק א לאנג סטארי שארט נאך אפאר יאר האט מען באשלאסן אז מ'קען יא אויפנעמען א רבי מ'האט אויפגענומען א פוסטען איד פאר רבי די לאזונג דאן איז געגאנגען ער וועט נאר זיין דער צוזאםנעמער אבער ער אונטער די באקאנטע דעה זאגער
איז געקומען א אפגעפרעגטע כינוס ווי אלע זיינע דעה זאגערס האבן אים געזאגט דעם אמת אין פנים סאטמאר האט דארט נישט וואס צו זוכן אבער והוא באחד מיר איז וויכטיגער צו געפעלן פאר סקולען און פאר'ן פשעווארסקער מ'האט עס אראפגעשלונגען מיט הוראת שעה תירוצים און אלע דעה זאגערס האבן נעבעך אנגעפילט א מויל מיט וואסער און מיגעלאפן
איז געקומען א בלבול איבער א נייע געגרינדעטע אגודיסטשע פארטיי אין א"י האט ער נעבעך נישט ארויס דעם ענין מכל וכל איז ער נעבך נאכגעלאפן די פארטיי אומוויסענד און אזוי ארויפגעקראכן העכער און העכער אויפ'ן עסקעלעיטער און געווארן איינס מיט די ציונים
הרב שמחה ישראל בלום וויינט, א צווייטער קרעכצט, במתרם ברעכן זיי קאפ ווי זענען מיר אנגעקומען ? אונז גאר ? וואס מיר האבן זיך אלס פארקויפט אלס די ערליכע און בעסערע ? אונז זען מיר דעי ?
אבער טון למעשה קענען זיי גארנישט זיי האבן זיך אלע בידים צוגעבינדן צו דעם לאו לייף
שטייען ערנסטע אידן און וויינען לאמיר זיך אפלאזן פון אים לאמיר אפשניידן די הערנער אבער ס'איז נעבעך קרניו אחוז בסבוך
Re: 12 מיליאן דאלער'דיגע צוזאמקום איבער די בחירות
נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2019 1:12 pm
דורך מארמאראשער
אהא איך פארשטיי זייער קלאר ארויסגעברענגט, סקוקט אויס ווי די פארשטייסט אן עסק
Sent from my SM-G1650 using Tapatalk
Re: 12 מיליאן דאלער'דיגע צוזאמקום איבער די בחירות
נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2019 1:19 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
וואסי למעשה? אין לעיקוואד האב איך געזען שבת א פאר צעטליך אויף אידיש, וואס דער עולם קען נישט. און זינט דעמאלס איז שא שטיל. אפילו אין ב.מ.ג. הענגט נישט קיין צעטליך. דער קינות גייט טאקע פארקומען? ווער דארף גיין? עפעס האט זיך געענדערט?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2019 2:17 pm
דורך גאנצל
אז מ'דערלעבט דערלעבט מען, זעי איך יעצט אין אייוועלט
אז די וואס פארן ארויף אויפ'ן עסקעלעיטער גייען מאכן א גרויסע קבלת פנים פאר די אגודיסטן
שרייבן אזעלכע ווערטער ווי רבותינו מרנן
רחמנא ליצלן
מי יגלה עפר מעיניך רבינו הקדוש
נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2019 2:24 pm
דורך איסר האטלקי
הער אויף צו רעדן פון טוטלן וואס אן אנאנימער ניק האט געלייגט, ס'מאכט נאכאלץ מער סענס ווי מכתיר זיין א פוסק הדור פון איין מינוט אויפן צווייטן פאר א כינוס...
נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 3:05 pm
דורך יעקב מענטש
זאפטיג האט געשריבן:יעדער קרייז אין ארה''ק זעצט זיך אראפ איינמאל א יאר און מאכט א פינאנציעלע חשבון צי עס לוינט זיך מיטן מדינה צי גיין אדער דער קעש פלאו פון סאקמער
דעטס אל עבאט איט
כפי ידיעתי איז נישט מעגליך פאר סאטמער זיך צו פארמעסטן מיט די מדינה, און דיין תגובה איז לכאורה אומריכטיג. קען זיין ס'איז דא אנדערע כוונות שלא לשם שמים פארטיי וכו' אבער פון א פינאנציעלע שטאנדפונקט איז נישטא קיין ספק צו בלייבן מיט די מדינה.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 4:58 pm
דורך זאפטיג
יעקב מענטש האט געשריבן:זאפטיג האט געשריבן:יעדער קרייז אין ארה''ק זעצט זיך אראפ איינמאל א יאר און מאכט א פינאנציעלע חשבון צי עס לוינט זיך מיטן מדינה צי גיין אדער דער קעש פלאו פון סאקמער
דעטס אל עבאט איט
כפי ידיעתי איז נישט מעגליך פאר סאטמער זיך צו פארמעסטן מיט די מדינה, און דיין תגובה איז לכאורה אומריכטיג. קען זיין ס'איז דא אנדערע כוונות שלא לשם שמים פארטיי וכו' אבער פון א פינאנציעלע שטאנדפונקט איז נישטא קיין ספק צו בלייבן מיט די מדינה.
איך מיין בוהוש האט געמאכט דעם חשבון
נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 6:11 pm
דורך יעקב מענטש
איך קען נישט דעם בוהוש'ר הויף, אבער דאס וואס איך שרייב קענסטו פרעגן ביי סיי וועמען אין א"י וואס איז באקאנט דערין. און איך האב עס געהערט פון איינעם וואס שיקט אין מוסדות וואס נעמען יא געלט, און ער זאגט מיר אז נישט נעמען געלט איז זייער א גרויסע מסירת נפש די מלמדים באקומען ווייניגער באצאלט, מ'מוטשעט זיך מיט בנינים וכו'
דער בוהוש'ר פלעגט נישט קומען קיין אמעריקע אמאל שאפן געלט (איך מיין אז קיין מוסדות האט ער אויך נישט פארמאגט).
נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:38 am
דורך זאפטיג
יעקב מענטש האט געשריבן:איך קען נישט דעם בוהוש'ר הויף, אבער דאס וואס איך שרייב קענסטו פרעגן ביי סיי וועמען אין א"י וואס איז באקאנט דערין. און איך האב עס געהערט פון איינעם וואס שיקט אין מוסדות וואס נעמען יא געלט, און ער זאגט מיר אז נישט נעמען געלט איז זייער א גרויסע מסירת נפש די מלמדים באקומען ווייניגער באצאלט, מ'מוטשעט זיך מיט בנינים וכו'
דער בוהוש'ר פלעגט נישט קומען קיין אמעריקע אמאל שאפן געלט (איך מיין אז קיין מוסדות האט ער אויך נישט פארמאגט).
קוק היינט אין בוהוש ווען ער פארט קיין אמעריקא און ער טרעפט זיך מיט די סאקמערע ריב סטייקס