רבותי וועקטס ענק אויף!! אנטיסעמיטיזם בוזשעוועט!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 981
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 2658 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 766 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3204
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל
ס'איז צו פארדאנקען די אלע אידישע קאפּא'ס וואס האבן אונז באשמוצט אין די לעצטע פאר וואכן איבער ס'גאנצע וועלט! זייער שנאה צו כלל ישראל וועט אין די צוקונפֿט גורם זיין פיל מער טויטליכע שאדן פאר אידנטום ווי די פּאָר לעבּנס וואס זיי האבן זיך איינגערעדט זיי ראטעווען! אזא גערזי סיטי אטאקע, אדער אזא פארשעי אטאקע קען זיך איבערשפילן נאר מיט זייערע טאלקינג פוינטס אז אונז האבן קראנק געמאכט די וועלט! ווארים, די אידן אליינס האבן אזוי געשריגן!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קורקלענד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ליעב צו וויסן: דו מישסט דא אויס 2 ערליי ערשיינונגען.די געשעענישן און נעגאטיווע ערשיינונגען אזוי ווי קאראנא וויירוס און אנדערע פראבלעמען האבן נישט קיין ראציאנאלע פארבינדונג מיט לאנגע שייטלעך און סמארטפאונס וואס די היפאקריטישע און נארישע רבנים האלטן אין איין האקן.
אבער דאס אויסמישן און חתונה האבן מיט גויים האט יא א ראציאנאלע פארבינדונג און איז א מעגליכע סיבה צו אויפפלאמען דאס אנטיסעמיטיזם. ווייל די אנטיסעמיטישע און אומפארגינערישע גויים האבן איבעראל, וואו זיי האבן זיך געדרייט באגעגנט אזוי-גערופענע אידן. סיי די מערסט בארימטע דאקטוירים זענען געווען פון אידישן אפשטאם. אויך די גרעסטע לאיערס און דזשאדזשעס אין קאורט זענען געווען די מערסטע אידן.
דעם פונדאמענטאלן טעות וואס די אידן פון דייטשלאנד האבן געמאכט איז געווען אז זיי האבן זיך געשפיהרט אלס אינטעגראלער טייל פון דייטשלאנד. נישט נאר סתם איינוואוינערס. און ביי זיי איז נישט געווען עפעס ראנג אין חתונה האבן מיט גויים. און אנטיסעמיטן און אנטיסעמיטיזם איז אייביג געווען אין דייטשלאנד. און ווען די אנטיסעמיטן אזוי ווי די נאציס זענען געקומען צו די מאכט האט די אידישע באפעלקערונג נישט איינגעזעהן די סכנה. און זיי האבן אינגאנצן נישט געזוכט קיין וועגן זיך צו באשיצן. ווייל זיי זענען געווען זיכער אז די קאורטס און דאס געזעץ וועט זיי באשיצן...!
איך רעד יעצט נישט פון די רוחניות'דיגע סיבות וועלכע האבן געברענגט דערצו...!
אבער דאס אויסמישן און חתונה האבן מיט גויים האט יא א ראציאנאלע פארבינדונג און איז א מעגליכע סיבה צו אויפפלאמען דאס אנטיסעמיטיזם. ווייל די אנטיסעמיטישע און אומפארגינערישע גויים האבן איבעראל, וואו זיי האבן זיך געדרייט באגעגנט אזוי-גערופענע אידן. סיי די מערסט בארימטע דאקטוירים זענען געווען פון אידישן אפשטאם. אויך די גרעסטע לאיערס און דזשאדזשעס אין קאורט זענען געווען די מערסטע אידן.
דעם פונדאמענטאלן טעות וואס די אידן פון דייטשלאנד האבן געמאכט איז געווען אז זיי האבן זיך געשפיהרט אלס אינטעגראלער טייל פון דייטשלאנד. נישט נאר סתם איינוואוינערס. און ביי זיי איז נישט געווען עפעס ראנג אין חתונה האבן מיט גויים. און אנטיסעמיטן און אנטיסעמיטיזם איז אייביג געווען אין דייטשלאנד. און ווען די אנטיסעמיטן אזוי ווי די נאציס זענען געקומען צו די מאכט האט די אידישע באפעלקערונג נישט איינגעזעהן די סכנה. און זיי האבן אינגאנצן נישט געזוכט קיין וועגן זיך צו באשיצן. ווייל זיי זענען געווען זיכער אז די קאורטס און דאס געזעץ וועט זיי באשיצן...!
איך רעד יעצט נישט פון די רוחניות'דיגע סיבות וועלכע האבן געברענגט דערצו...!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 981
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 2658 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:ליעב צו וויסן: דו מישסט דא אויס 2 ערליי ערשיינונגען.די געשעענישן און נעגאטיווע ערשיינונגען אזוי ווי קאראנא וויירוס און אנדערע פראבלעמען האבן נישט קיין ראציאנאלע פארבינדונג מיט לאנגע שייטלעך און סמארטפאונס וואס די היפאקריטישע און נארישע רבנים האלטן אין איין האקן.
אבער דאס אויסמישן און חתונה האבן מיט גויים האט יא א ראציאנאלע פארבינדונג און איז א מעגליכע סיבה צו אויפפלאמען דאס אנטיסעמיטיזם. ווייל די אנטיסעמיטישע און אומפארגינערישע גויים האבן איבעראל, וואו זיי האבן זיך געדרייט באגעגנט אזוי-גערופענע אידן. סיי די מערסט בארימטע דאקטוירים זענען געווען פון אידישן אפשטאם. אויך די גרעסטע לאיערס און דזשאדזשעס אין קאורט זענען געווען די מערסטע אידן.
דעם פונדאמענטאלן טעות וואס די אידן פון דייטשלאנד האבן געמאכט איז געווען אז זיי האבן זיך געשפיהרט אלס אינטעגראלער טייל פון דייטשלאנד. נישט נאר סתם איינוואוינערס. און ביי זיי איז נישט געווען עפעס ראנג אין חתונה האבן מיט גויים. און אנטיסעמיטן און אנטיסעמיטיזם איז אייביג געווען אין דייטשלאנד. און ווען די אנטיסעמיטן אזוי ווי די נאציס זענען געקומען צו די מאכט האט די אידישע באפעלקערונג נישט איינגעזעהן די סכנה. און זיי האבן אינגאנצן נישט געזוכט קיין וועגן זיך צו באשיצן. ווייל זיי זענען געווען זיכער אז די קאורטס און דאס געזעץ וועט זיי באשיצן...!
איך רעד יעצט נישט פון די רוחניות'דיגע סיבות וועלכע האבן געברענגט דערצו...!
ס'קען זיין אז אין דייטשלאנד איז עס געווען א פאקטאר (אפשר אפילו א שטארקע..) אבער פיינט האבן דעם איד האט זיך נישט אנגעהויבן אין נאצי דייטשלאנד און זיך נישט געענדיגט דערנאך..
די שנאה צום איד איז גאר א קאמפליצירטע נושא, אבער ס'איז קלאר אז 2 זאכן האבן גאר שטארק צו געגעבן: 1) די שנאה צום ראביניקעל איד וואס געוויסע פון די Gospels גיסן 2) דאס אז דער איד איז אלס געווען "נישט פון אונז", ביידע פון די פראבלעמען (די צווייטע זיכער) איז נאר ערגער ווען מען איז דייקא נישט אויסגעמישט.
(אין נ"י זעהט מען קלאר אז די האסערס האסן בעיקר דעם פרומען איד..)
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ליעב צו וויסן: 2 זאכן זענען מיר אומפארשטענליך אין דיין תגובה. ערשטנס וואס איז אנגעצייכנט אלס #1. די צווייטע זאך איז דו זאגסט אז זיי האבן פיינט געהאט דעם איד "ווייל ער איז נישט געווען איינער פון זיי"... דו ברענגסט ראיות 1) פון די גאספעלס. 2) דו ברענגסט אויך א ראיה פון ניו יארק. אז די אנטיסעמיטן האבן די מערסטע פיינט ערליכע אידן/האסידים.
די מערסטע פארפיינטיגטע גרופ ביי די אריגינאלע קריסטן זענען די פרושים. ווי זיי רופן עס אן די "פאריסיעס"...! זענען דא טעמים פארדעם, ווייל די פרושים זענען דאך געווען אקעגן די צדוקים, און אויך אקעגן די קריסטן...! און פאליטיש זענען די פרושים אויך געווען אקעגן די נייע גרופ וועלכע זענען געווען נאכפאלגערס פון יאשקע, און יאשקע און זיין גרופ זענען געווען רעוואלוציאנערן,. און זיי האבן געוואלט אראפווארפן דעם יאך פון די רוימישע אימפעריע. און די פרושים האבן געהאלטן אז מ'דארף זיך מכניע זיין צו זיי...!
א ראיה צו דעם איז, אז נאכדעם וואס דער רוימישער גאווערנאר פון ארץ ישראל פאנטיוס פילאטע (פיילעיט) האט איהם געלאזט הענגען, האבן זיינע סאלדאטן איהם ארויפגעקלאפט אויף א צלם (וואס האט אויסגעזעהן אנדערש ווי היינט). זיי האבן איהם אנגעטון א קרוין פון דערנער אויפ'ן קאפ, און אויך צוגעשריבן א סיין מיט די פאלגנדע ווערטער: Iesus Christos rex Iudaeus...! יאשקע דער אויסלייזער קעניג פון די אידן...! דער איד וואלט שוין געשריבן "עפרא לפומיה"...!
מ'קען עכט אנצייכענען אן אנדערע תקופה ווען דאס אנטיסעמיטיזם האט זיך אנגעהויבן פארשפרייטן. אין די צייט פון דעם "גרויסן" טעאטער שפיעל קאמפאזיטאר וויליאם שעיקספיער. ער איז אויפגעקומען מיט א דראמא שפיעל וואס איז מעגליך באזירט אויף אן אמת'ע מעשה, אדער נישט. די מעשה הייסט "דער סוחר פון ווענעציע"... The merchant of Venice...! דער תמצית פון די מעשה גייט אזוי: אין די שטאט ווענעציע, אין איטאליע, איז געווען א (גוי'אישער) סוחר וואס זיינע געשעפטן זענען נישט גוט געגאנגען, האט ער געזוכט פון וואו צו בארגן געלט. איז געווען א אידישער באנקירער מיט'ן נאמען שיילאק, ער האט איהם פארבארגט דאס געלט, אבער ער האטציך אויסגענומען מיט איהם אז אויסער דעם קרן און די פראצענט מוז ער איהם אפגעבן דאס גאנצע געלט ביז א געוויסע צייט. אויב ברענגט ער דאס שפעטער מוז ער איהם אויך געבן א פונט פון זיין אייגן פלייש. והך קאווע. און ס'איז אזוי געווען אז די געשעפטן פון דעם סוחר פון ווענעציע זענען נישט גוט געגאנגען, און ר'האט נישט געקענט באצאלן דאס גאנצע געלט אין צייט, נאר אביסל שפעטער. האט איהם דער איד שיילאק גערופן אין געריכט אז ער מוז איהם אויך געבן א פונט פון זיין פלייש... די געשיכטע איז זייער דראמאטיש און לאנג, איך וועל נישט באלמוטשען דעם עולם מיט אלע פרטים. נאר דער גוי האטציך געבעטן ביי איהם אז ער זאל איהם אפלאזן, ער האט דאך איהם אפגעגעבן דאס גאנצע געלט, נאר אביסל שפעט. אבער דער איד איז געווען א גרויסער אכזר און ר'האט נישט אויפגעגעבן. דער תמצית פון די מעשה איז אז דער אידישער געלט פארלייער שיילאק האט נישט קיין טראפ רחמנות... ווי שלעכט די אידן זענען...!
פארשטייצעך אז דער שפיעל האט פארשפרייט דאס אנטיסעמיטיזם. דער שפיעל איז זייער שטארק פארשפרייט געווארן, און איז געווען זייער פאפולער, נאך אפילו ביז 150 יאר צוריק... אפילו דער באוואוסטער אנטיסעמיט און שונא ישראל הענרי פארד ימ"ש האט עס אויך געזעהן אין סקול ווען ער איז אויפגעוואקסן...!

די טבע איז, ווען ס'איז פאראן 2 גרופעס פון מענטשן וואס זענען אפגעטיילט "בשיטה" וועלן זיך די 2 גרופעס נישט צו שטארק ליב האבן (סאך שטערקער ווי עטניש.. ווי למשל די פיינטשאפט צו די בנ"י VS סתם א געוויסע פרעמדקייט צו אידן פון תימן), פארשטייט זיך די שוואכערע גרופע וועט ליידן פון די שטערקערע..
אידן זענען איבעראל געווען אן "אנדער גרופע" בשיטה (געגלייבט אנדערש ווי זייערע שכנים), און אידן זענען איבעראל געווען די שוואכערע גרופע, במילא איז שוין דא גענוג סיבה זיי זאלן ליידן, ובפרט נאכדעם וואס אין געוויסע Gospels ווערט געגיבן א רעליגיעזע סטעמפל זיי צו פארפאלגען איז קיין וואונדער אז מען האט זיי אלס געפייניגט..
און פארשטייט זיך אז שפעטער ווען מען האט געמאכט פלעיס און ביכער איז געווען פארשטענדליך צו ניצן דעם איד אלס דער שלעכטער קערעקטער, So אפילו ווען די גלויבנוגען פון ביידע זייטן זענען צוביסלעך שוואכער געווארן איז די שנאה נאך אלס געבליבן וויבאלד יעצט וואקסן מיר דאך אויף מיט דעם איד אלס שלעכטער קערעקטער..
ס'איז אבער פאראן 2 וועגן צו פארמיידן די פיינטשאפט אדער מען איז אזוי נישט אידיש אז מען ווייסט נישט אז דו ביסט, אדער אז מען איז אזוי באהאלטן אינעם אייגענעם געטא אז מען טראכט ניטאמאל פון דיר.. אבער איינמאל דו דרייסט דיך צווישן זיי און מען זעהט אז דו ביסט א איד וועט די שנאה חל זיין
אידן זענען איבעראל געווען אן "אנדער גרופע" בשיטה (געגלייבט אנדערש ווי זייערע שכנים), און אידן זענען איבעראל געווען די שוואכערע גרופע, במילא איז שוין דא גענוג סיבה זיי זאלן ליידן, ובפרט נאכדעם וואס אין געוויסע Gospels ווערט געגיבן א רעליגיעזע סטעמפל זיי צו פארפאלגען איז קיין וואונדער אז מען האט זיי אלס געפייניגט..
און פארשטייט זיך אז שפעטער ווען מען האט געמאכט פלעיס און ביכער איז געווען פארשטענדליך צו ניצן דעם איד אלס דער שלעכטער קערעקטער, So אפילו ווען די גלויבנוגען פון ביידע זייטן זענען צוביסלעך שוואכער געווארן איז די שנאה נאך אלס געבליבן וויבאלד יעצט וואקסן מיר דאך אויף מיט דעם איד אלס שלעכטער קערעקטער..
ס'איז אבער פאראן 2 וועגן צו פארמיידן די פיינטשאפט אדער מען איז אזוי נישט אידיש אז מען ווייסט נישט אז דו ביסט, אדער אז מען איז אזוי באהאלטן אינעם אייגענעם געטא אז מען טראכט ניטאמאל פון דיר.. אבער איינמאל דו דרייסט דיך צווישן זיי און מען זעהט אז דו ביסט א איד וועט די שנאה חל זיין
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 981
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 2658 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל
בנוגע היינטיגע אמעריקאנע פיינטשאפט צום איד:
וויבאלד דער אלגעמיינער גוי וואקסט נישט אויף מיט די ביכער וואס מאלט אראפ דעם איד אלס דער שלעכטער קערעקטער און וויבאלד די אמעריקענער Evangelicals האבן א גוטע רעליגיעזער בליק אויפן איד.. איז טאקע דער איד נישט פארפיינטעט ביים אלגעמיינעם אמעריקאנער, אבער אין די פלעצער ווי די אידן ווייזן אז זיי גלייבן און פירן זיך אויף "אנדערש" פון זייערער שכינים (לאו דווקא גלויביגע) האט מען זיי טאקע נישט צו שטארק ליב..
So צוריק צום אנהייב פון אונזער דעבאטע.. מיר זעהט אויס אז דייקא דאס וואס מען איז אנדערש ברענגט שנאה (כאטש וואס שנאה קען "בלייבן" אפילו ווען מען אסימילירט זיך)

- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
ליב צו וויסן האט געשריבן:די טבע איז, ווען ס'איז פאראן 2 גרופעס פון מענטשן וואס זענען אפגעטיילט "בשיטה" וועלן זיך די 2 גרופעס נישט צו שטארק ליב האבן (סאך שטערקער ווי עטניש.. ווי למשל די פיינטשאפט צו די בנ"י VS סתם א געוויסע פרעמדקייט צו אידן פון תימן), פארשטייט זיך די שוואכערע גרופע וועט ליידן פון די שטערקערע..
אידן זענען איבעראל געווען אן "אנדער גרופע" בשיטה (געגלייבט אנדערש ווי זייערע שכנים), און אידן זענען איבעראל געווען די שוואכערע גרופע, במילא איז שוין דא גענוג סיבה זיי זאלן ליידן,
והציגיינער תוכיח. די צייגיינער האט מען אויך פיינט געהאט, די נאציס האבן אויסגעהארגעט איבער א מילליאן פון זיי, ס'איז אלץ דעם זעלבן ענין. אנטיסעמעטיזם און אנטיציגייניזים, קומען פונעם זעלבן שורש.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ליעב צו וויסן: דער (טיילווייזער) ענטפער ליגט אין דיינע אייגענע ווערטער. לויט ווי דו זאגסט (אדער פרעגסט רעטאריש) אז די חסידים זענען בדרך כלל די איינציגסטע, אדער לעצטע עטנישע גרופ אקעגן וועם מ'ערלויבט זיך נאך צו דיסקרימינירן, איז, ווייל זיי זענען די מערסטע דערקענבאר. דאס הייסט אז זיי שטייען די מערסטע ארויס. ווייל די פרייע אמעריקאנער אידן, דערקענען די אנטיסעמיטן נישט אז זיי זענען אידן. דאס מיינט אבער ווען זיי געפונען אויס אז זיי זענען אידן האבן זיי אט די גרופ פונקט אזוי פיינט.
לאמיר נעמען א משל פון פראקטישן לעבן. די וועלט בארימטע צייטונג די "ניו יארק טיימס", וואס די אריגינאלע אייגנטומער זענען געווען אידן, און היינט איז דער פאקט אז זיי זענען שוין 3 דורות אפגע'שמד'ט און אויסגעמישט מיט גויים, און זייער עדיטאריעל פאליסי איז אויך זייער שטארק אקעגן מדינת ישראל און פרא-אראביש, און זיי זענען בכלל אקעגן אידן און זייערע רעכטן. (ניין. להוי ידוע אז זיי האבן פיינט די חסידים, בכלל). און דאך, אלע אנטיסעמיטישע גרופעס שעלטן זיי צוזאם אלס "אידן"... די ראיה אז זיי זענען אקעגן אלע אידן בכלל, איז, אז ביי א יעדע אישו וואס ס'האנדלט זיך מיט אידן, נעמען זיי אן א שטעלונג וואס איז פיינטליך צו אידן. ווען ס'איז געווען א פראבלעם מיט יארן צוריק אין מאנרא, אז די קאונטי סקול דיסטריקט האט געשיקט באסעס מיט פרויען באס דרייווערס צו די תלמוד תורה, און פארשטייצעך אז די הנהלת הת"ת איז נישט געווען צופרידן פון דעם, האט דער נ.י. טיימס אויפגעהויבן א געשריי אז די אידן דיסקרימינירן אקעגן די פרויען... און נישט אז די חסיד'ישע אידן האבן זייערע רעליגיעזע רעכטן, און מ'דארף דאס רעספעקטירן...! און די סאטמאר'ע פאליטישע ליניע איז אז דער נ.י. טיימס איז א רעספעקטפולע און פרעסטיעזשפולע צייטונג, ווייל זיי האלטן אז מדינת ישראל האט נישט קיין רעכט צו עקזיסטירן אלס זעלבסטשטענדיגע מדינה...!
די אונטערשטע שורה איז, אז א איד האט נישט קיין וועג צו אנטלויפן פון זיין אידישקייט. ער מעג שוין זיין אפילו 3 דורות גע'שמד'ט און אויסגעמישט מיט גויים, וועט ער נאכאלץ נישט זיין אנגענומען און רעספעקטירט ביי די גויים, ווי ס'שטייט אין פסוק "הן עם לבדד ישכון ובגוים לא יתחשב"...! ועוד יש להאריך. אבער פאר נעקסט טיים...!

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ליב צו וויסן האט געשריבן:די טבע איז, ווען ס'איז פאראן 2 גרופעס פון מענטשן וואס זענען אפגעטיילט "בשיטה" וועלן זיך די 2 גרופעס נישט צו שטארק ליב האבן (סאך שטערקער ווי עטניש.. ווי למשל די פיינטשאפט צו די בנ"י VS סתם א געוויסע פרעמדקייט צו אידן פון תימן), פארשטייט זיך די שוואכערע גרופע וועט ליידן פון די שטערקערע..
אידן זענען איבעראל געווען אן "אנדער גרופע" בשיטה (געגלייבט אנדערש ווי זייערע שכנים), און אידן זענען איבעראל געווען די שוואכערע גרופע, במילא איז שוין דא גענוג סיבה זיי זאלן ליידן,
והציגיינער תוכיח. די צייגיינער האט מען אויך פיינט געהאט, די נאציס האבן אויסגעהארגעט איבער א מילליאן פון זיי, ס'איז אלץ דעם זעלבן ענין.
ס'איז דא א קלאסישע מעשה'לע אויף דעם...!
אין אונגארן. וואו ס'האט אויך געוואוינט א גרויסע ציגיינערישע באפעלקערונג. און זיי זענען טאקע געווען בשפל המדריגה. האטציך געמאכט א קאנפליקט אין פאבליק סקול צווישן א ציגיינעריש'ן שייגעצ'ל און איינער פון די לאקאלע באפעלקערונג. פארשטייצעך. דער פרינסיפל האט געגעבן גערעכט פאר דעם אונגארישן שייגעץ. און נאכדערצו גוט ..."אנגעשייגעצט"... דעם ציגיינער. רופט זיך אן דער ציגיינער...איך בין טאקע א ציגיינער . אבער א איד ביניך דאך נישט...!
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1003
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
- האט שוין געלייקט: 565 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל
Re: רבותי וועקטס ענק אויף!! אנטיסעמיטיזם בוזשעוועט!
רוב אנטיסעמיטישע ליטעראטור אין די וועלט היינט, זענען געבויט אויף פרייע אידן, ווי באנקירער און מידיא פערזענליכקייטן, נישט חסידישע אידן, אבער פארן בילד וועלן זיי געווענליך נוצן חסידישע אידן וואס גייען אנגעטון אנדערש, (אויף די נאז איז אביסל שווער צו דערקענען).