פארוואס מ'טאר נישט חוקר זיין
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
פארוואס מ'טאר נישט חוקר זיין
במשנתו של אבן רשד [אוועראס] ומחלקותו עם אל-גאזאלי. עס איז באקאנט אז אבן רשד האט באיינפלוסט דער רמב״ם׳ס פילאזאפישע מהלך.
מ׳פארציילט אז ווען אבן רשד האט זיך געטראפן מיט׳ן סופי אבן אראבּי אלס בחור האט ער אים געפרעגט וואס ער האט געטראפן דורך מיסטישע אינספּירעישאן און צו דאס גייט צוזאמען מיט ראציאנאליסטישע חקירות? אויף דעם האט אים אבן אראבּי געענטפערט ״יא און ניין״. מיינענדיג, אז מ׳דארף און מ׳זאל נאכגיין פילאזאפיע וחקירה אבער דאס האט גבולים און מ׳דארף זיין קאגניזענט איבער די גבולים.
וכעין זה ג״כ במשנתו של אל-קינדי (ואל-חלדון).