בלאט 4 פון 5

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2019 1:10 am
דורך הקטן
וואלווי האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:און אז דו זעסט איינער וואס שרייט אויף א בוים א יעדען טאג, און לויפט נאך א יעדע קעצי, און שטערט נישט זיך און שטערט נישט אנדערע...
שוקען צום שרינק?

Guess what, ער שטערט זיך ערשט, אבער נישט סתם.
ווילסט עם הייערען אלס מענעדזשער ביי דיר אין געשעפט?

ער זיכט נישט קיין ארבעט, ער לויפט נאך די קעציס
דו פארשטייסט ער דארף ליבערשט זיין א מענעדזשער, ער איז קראנק און ציפרידען

און אז דו דארפסט יא אדער נישט טיילן צדקה, איז דאס די דעפעניציע פין "קראנק"?

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2019 1:14 am
דורך לבי ובשרי
יוי.

אפשר עפענען א פרישן אשכול פאר די דיסקוסיעס?

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2019 11:26 am
דורך גדליה
די חילוק צווישען א גייסטיש קראנקן (דהיינו, א מענטש וואס רעדט צו ביימער און קעציס) און א געי מענטש איז ווי פאלגענד.
א מענטש וואס רעדט צו ביימער איז ווארשיינדליך א חסר דעה, ווארום ביימער קענען דאך נישט הערן. און א מענטש וואס איז א חסר דעה וועט מסתמא טוהן נאך משוגענע זאכען, וואס קענען שטערען אים און אנדערע. היינט לויפט ער נאך קעציס, מארגען גייט ער נאכלויפען מענטשען און זיי רודפ'ן. אקיצור די מענטש טראכט נישט שכל'דיג.
משא"כ א מענטש וואס איז געי איז פונקט אזוי קלוג און נארמאל ווי דיר, בסך הכל האט ער א אנדערע תאווה ווי דיך. און א תאווה האט גארנישט מיט שכל, ווייל דיין תאוות נשים איז גארנישט מער שכל'דיג ווי זיין תאווה, ס'איז א בלויזע דראנג. במילא איז אזא מענטש נישט גייסטיש קראנק.
ואין הכי נמי, טאמער וועט זיין א שכל'דיגע נארמאלע מענטש וואס האט גראדע א תאווה צו שרייען צו ביימער (למשל א ברסלבע וואס מאכט התבודדות) אדער א נארמאלע מענטש וואס האט זייער ליב קעציס (למשל רבי שלמ'קע זווילער) ברויך מען אים טאקע נישט לייגען אין משוגעים הויז. און אויב די קעציס מאכען אים העפי זאל אים וואויל באקומען.

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2019 1:22 pm
דורך הקטן
גדליה האט געשריבן:די חילוק צווישען א גייסטיש קראנקן (דהיינו, א מענטש וואס רעדט צו ביימער און קעציס) און א געי מענטש איז ווי פאלגענד.

די ווילסט זאגן א געי איז נישט גייסטיש קראנק?
מסכים!

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2019 2:43 pm
דורך גדליה
יא, אקוראט דאס זאג איך
ב"ה מיר זענען געקומען צו א פארשטענדעניש

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2019 2:45 pm
דורך גדליה
הקטן האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:די חילוק צווישען א גייסטיש קראנקן (דהיינו, א מענטש וואס רעדט צו ביימער און קעציס) און א געי מענטש איז ווי פאלגענד.

די ווילסט זאגן א געי איז נישט גייסטיש קראנק?
מסכים!

מיין פריערדיגע תשובה גייט ארויף אויף די קאמענטאר.
(אין קעיס ס'ווערט רעדאגירט...)

נשלח: דאנערשטאג יולי 11, 2019 10:09 am
דורך הקטן
אברהם שור האט מיך געבען איך זאל זיך אריבער ציען צי
איך פראביר צו פארשטיין אנדערע אריענטאציעס

נשלח: דאנערשטאג יולי 11, 2019 6:58 pm
דורך וואלווי
הקטן האט געשריבן:אברהם שור האט מיך געבען איך זאל זיך אריבער ציען צי
איך פראביר צו פארשטיין אנדערע אריענטאציעס


פונקט דיך האט ער געבעטן? זעט אויס אז עטס האטס א שפראך צווישען זיך...

נשלח: דאנערשטאג יולי 11, 2019 7:04 pm
דורך הקטן
וואלווי האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:אברהם שור האט מיך געבען איך זאל זיך אריבער ציען צי
איך פראביר צו פארשטיין אנדערע אריענטאציעס

פונקט דיך האט ער געבעטן? זעט אויס אז עטס האטס א שפראך צווישען זיך...

דער גייט אויס פאר קנאה!!!

נשלח: דאנערשטאג יולי 11, 2019 7:06 pm
דורך רביה''ק זי''ע
תפיסת מחשבה אלערט

נשלח: דאנערשטאג יולי 11, 2019 8:13 pm
דורך הקטן
.

נשלח: דאנערשטאג יולי 11, 2019 11:26 pm
דורך אישתישבי
לאמיר זעהן ר' שור זאל מוחה זיין קעגן גער.

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2019 12:05 am
דורך שמעקעדיג
אגב, דוכט זיך מען שרייבט זיין נאמען שארר, נישט שור.

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2019 12:24 am
דורך יין שרף
שמעקעדיג האט געשריבן:אגב, דוכט זיך מען שרייבט זיין נאמען שארר, נישט שור.

שלשה שמות נקראו לו לאדם: אחד מה שקוראים לו אביו ואמו, ואחד מה שקוראין לו בני אדם, ואחד מה שקונה הוא לעצמו...

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2019 4:47 pm
דורך וואלווי
יין שרף האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:אגב, דוכט זיך מען שרייבט זיין נאמען שארר, נישט שור.

שלשה שמות נקראו לו לאדם: אחד מה שקוראים לו אביו ואמו, ואחד מה שקוראין לו בני אדם, ואחד מה שקונה הוא לעצמו...


ידע שור קונהו...

נשלח: מיטוואך יולי 17, 2019 1:32 pm
דורך berlbalaguleh
וואלוי: אבער לפי מעשיו איז זיין נאמען שור. בבחינת שור נגח. אין פשוט'ע דיבורים. ר'איז א משוגע'נער. אזויפיהל שכל האט ער נישט.. צו פארשטיין..."מי שמך"... ווער האטדיך געשטעלט...?! ליפא'ן (מ'טאר נישט דערמאנען. נאך אין זיינע פרי-באלטשיווע יארן) האט ער אראפגעיאגט פון סטעידזש ביי א חתונה. און פארשעמט ברבים. און ליפא האט איהם גארנישט צוריקגעענטפערט. (אפשר אין דעם זכות האט ער זוכה געווען תשובה צוטון?). בקיצור. ר'איז א שטאט'ס משוגע'נער.)...!

פרישע אטאקע - קעגען קבלה לערנערס

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2019 8:46 am
דורך אישתישבי
חול המועד האט הרב שארר (שור) געהאלטען א רעדע אין סטאלין, און מסביר געווען אז כל זמן מען ווייסט א חילוק פון א טאפ צו באטאם (לכאורה רעדט ער פין טשיקען - זעה ווייטער) האט מען נישט צו לערנען קבלה, מען איז פשוט צו מגושם. ווייטער האט ער גע'טענה'ט אז היינט וועסט יעדער א חילוק, ממילא האט קיינער נישט צו לערנען קבלה.

האט הרב שארר (שור) ממשיך געווען בדברים מלהבות אש, אז אפילו איינער האט זיך אויסגעארבעט און ווייסט שוין נישט קיין חילוק פין א טאפ ביז א באטטאם, אבער כל זמן ער פילט נאך א טעם אין פלייש, האט ער אויך נישט אויף וואס צו צורירן א קבלה ספר.

דא האט אבער הרב שארר צוגעלייגט א זאץ, און קיינער ווייסט נישט קיין פשט, ווער עס קען ארויסהעלפן ווערן געבעטן פותר חלום זיין די שיחת חולין פין הרב שארר. הרב שארר ביי זאגענדיג די ווערטער "א טעם פלייש" האט ער צוגעלייגט "תרתי משמע", כלומר, ער מיינט דא ספעציפישע צוויי באזונדערע טעמים פין פלייש. ונלאו כל חכמי לב צו פארשטיין און יורד זיין לעומק דעתו פין וועלכע צוויי טעמים ער רעדט. קען איינער מגלה זיין טפחיים פין דברות קדשו?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2019 11:27 am
דורך אברך משי
מכאן ואילך במאחורי הפרגוד קיימינן, וד"ל.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2019 11:33 am
דורך קאך_לעפל
וואס ער האט ווארשיינליך געזאגט איז: אז איינער וואס פילט נאך א טעם אין "אבר מן החי" קען קיין מופתים נישט באווייזן, און נישט פועל'ן קיין ישיעות און האט נישט וואס צו לערנען קיין קבלה... אין פינטל און וואהר!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2019 3:43 pm
דורך אישתישבי

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2019 3:50 pm
דורך קאך_לעפל
נישט קיין טעם אין פלייש! נאר אין אבר חי...

קוקט נאך אין שו''ע יו''ד ח''ב....

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2019 3:59 pm
דורך לך לך
תרתי - טשיקען או ביעף

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2019 4:27 pm
דורך אישתישבי
דער תרתי קען נישט מיינען טאפ און באטאם ווייל דאס האט ער קלאר אויסגעשמועסט פריער.

טשיקען און ביף קען אויך נישט זיין, ווייל חסידים ואנשי מעשה עסן נישט קיין פלייש.