בלאט 4 פון 4

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2019 8:06 pm
דורך איסר האטלקי
די בילד פון יאר

דער מחותן בערלינער טוט זיך אן ביים מצוה טאנץ א קעמפ היטל פון גורע קעמפ...

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2019 11:18 pm
דורך [NAMELESS]
עס איז זייער אומפארשטענדליך.

פארוואס זאגט נישט גורע רבי פונקטליך וואס איז געווען און וואס ער וויל? פון די בריוון זעט נישט אויס אז בערלינער וויל מורד זיין, און מען רעדט נישט דא פון קיין פארהוילענע צוואות אדער פון געשטארבענע מענטשן, יענקל אלתר איז חי וקיים און ער וואוינט אין ירושלים...

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2019 11:20 pm
דורך קורקלענד
מאך זיכער האט געשריבן:עס איז זייער אומפארשטענדליך.

פארוואס זאגט נישט גורע רבי פונקטליך וואס איז געווען און וואס ער וויל? פון די בריוון זעט נישט אויס אז בערלינער וויל מורד זיין, און מען רעדט נישט דא פון קיין פארהוילענע צוואות אדער פון געשטארבענע מענטשן, יענקל אלתר איז חי וקיים און ער וואוינט אין ירושלים...

אין אדם מעיז פניו בפני בעל חובו......

נשלח: דינסטאג יולי 16, 2019 11:51 am
דורך אישתישבי
אביסעל פין אינעווייניג

Re: וואָס גייט פאר מיט די גערער מיידל קעמפ

נשלח: מיטוואך יולי 17, 2019 10:40 am
דורך יהודי פשוט
די גור'ער חסידים זענען היינט געוואור געווארן ווי ברלינער האט זיין אכסניה אין ירושלים און זיי זענען אהין געגאנגען מוחה זיין און זינגען ימ"ש וכו'בילד

נשלח: מיטוואך יולי 17, 2019 12:03 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
איך מיין אז דאס בעסטע זאך וואלט געווען אז די קאמאנדירן זאלן נאכלאזן פון די גדרי הפרישות פון די אינגעלייט - וועלן זיי זיך שוין בארוהיגען און אלעס וועט זיך שטעלן אין פלאץ...

Re: וואָס גייט פאר מיט די גערער מיידל קעמפ

נשלח: מיטוואך יולי 17, 2019 2:59 pm
דורך גראף
לך לצבא..[emoji2957]

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

נשלח: מיטוואך יולי 17, 2019 3:56 pm
דורך נקודת-אמת
חקרן האט געשריבן:וואס איז געווארן היינט אין קארט?

נאך וואס 2 וואכן צוריק האט דער judge אנגענומען די פשרה וואס בערלינער האט אראפגעלייגט אז צד גער ('בית יעקב' סקוהל) זאל קענען נוצען די קעמפ פאר july
און פאר august וועט צד בערלינער ('יגדיל תורה') קענען נוצען די פלאץ

האבן צד בית יעקב מערער געוועהן אז זיי דארפן דאס פאר ביידע חדשים און בערלינער און יגדיל תורה דארפן דאס נישט

און די judge האט נישט אנגענומען און געפסק'נט אז 29 july דארפן זיי פארלאזן די קעמפ

נשלח: מיטוואך יולי 17, 2019 4:03 pm
דורך יין שרף
למעשה אויב איז נישטא קיין אינגל קעמפ, דארף יגדיל תורה עס טאקע נישט האבן פאר August.

נשלח: מיטוואך יולי 17, 2019 5:41 pm
דורך חקרן
קעגנזייטיגע באריכטן קומען ארויס פון קארט, וואס דארט גייט פאר. וועמען קען מען גלויבן?

די גערער זאגן, אז דער ריכטער נויגט לצד גור און זאגט אז בערלינער האט נישט קיין שטארקע טענות. ווען מען האט פראבירט אויפצוברענגען די פראטעסטן אין ארץ-ישראל, האט דער דזשארדזש געפרעגט, "וואס איז שלעכט אז אידן גיבן ארויס זייער ווייטאג, מען קומט זיך צוזאמען אין קארט, מען איז זיך מחזק, מען פראטעסט פרידליכערהייט און זינגען אביסל ניגונים? - ס'איז אן אנגענומענע זאך אין די וועלט און ער גלויבט נישט אז בערלינער וועט זיך ברעכן צוליב דעם.

די אנדערע זייט - פון בערלינער - לייגן אראפ גאר אן אנדערער בילד פון קארט: לויט זיי איז דער שופט גענויגט אויף זייער זייט, און הייסט זיי פארלאזן דעם ארט, פונקט ווי דער ערשטער פסק. ער האט נישט אנגענומען די זייט פון גור, וואס האט געוואלט מערער זיין אויף די פריעדיגע פסק. ער איז אויך געווען שטארק אויפגערעגט אויף די טעראר וואס מען האט געמאכט פאר בערלינער אין ארץ-ישראל, בפרט מיט דער מיאוסער פאשקעוויל הידוע לשמצא (איך גלויב נישט אז גור וואלט ארויסגעגעבן דעם פאשקעוויל, ווען זיי ווייסן אז דאס וועט אנקומען צום שופט אויפן טיש). אויך האט ער ארויסגעברענגט אז עס איז נישטא קיין שום באווייז אז דוד אלבאווסקי האט טאקע געוואוינט דארט.

עס הייסט אז פרייטאג דעם 26, דארף דער דזשארדזש ארויסגעבן א קלארע החלטה.

וועלכער זייט קען מען גלויבן?

נשלח: מיטוואך יולי 17, 2019 6:41 pm
דורך תנחום
דבר צחות שנשמעה מפי חכם אחד: "בחב"ד כבר בא המשיח. בבעלזא כבר בנו את בית המקדש. ובגור כבר מקריבים קרבנות..

נשלח: פרייטאג יולי 19, 2019 8:38 am
דורך אישתישבי
און אין סאטמאר קען משיח נישט קומען.

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2019 7:20 am
דורך טוב ויפה
עפעס דרייט זיך שמועות אז ר' שאול אלתר פלאנט צו עפענען נייע מוסדות אין א"י. איינער ווייסט עפעס צו באריכטן?

נשלח: דינסטאג יולי 23, 2019 11:53 am
דורך חיים יואל
תנחום האט געשריבן:דבר צחות שנשמעה מפי חכם אחד:
בחב"ד כבר בא המשיח. בבעלזא כבר בנו את בית המקדש. ובגור כבר מקריבים קרבנות..

ובויזשניץ כבר התחלקו לי״ב שבטים

נשלח: פרייטאג יולי 26, 2019 5:14 pm
דורך תנחום
די גערער האבן היינט מיאוס פארלוירן קעגן ברלינר אין קאורט

נשלח: מוצ"ש יולי 27, 2019 10:41 pm
דורך וואלווי
תנחום האט געשריבן:דבר צחות שנשמעה מפי חכם אחד: "בחב"ד כבר בא המשיח. בבעלזא כבר בנו את בית המקדש. ובגור כבר מקריבים קרבנות..


דאס הייסט א חכם? איזה חכם הרואה את הנולד.

זאל ער פארזאגען, למשל, ווען און ווי וועט זיין די נעקסטע דזשוסי נייעס..

נשלח: מוצ"ש יולי 27, 2019 11:24 pm
דורך אישתישבי
דער חכם איז א "רואה" את הנולד, אבער פארציילט נישט פאר קיינעם.

דער ווערטעל האט שוין א הוספה

אין סאטמאר איז דא מלחמת גוג ומגוג

און נאך איינס, כ'דענק נישט

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 11:56 pm
דורך נקודת-אמת
די קאורט דאקומענט (SETTLEMENT OF JUDGMENT) פון 11.25.2019
עמותת מחנה גור, פסק הדין.pdf

תרגום פסיקת בית המשפט ברלינר.pdf


אויב ס'איז פארהאן איינער וואס קען זיך אויס פונקטליך אין די כללים פון די קאונטי'ס כלפי די סמכות צו פירן א משפט.
ווייל איך פארשטיי נישט גענוי, וואס איז געוועהן די נידון אין קינגס קאונטי, און וואס איז די נידון אין סעליווען קאונטי
(אין קינגס קאונטי האט בערלינער געמאנט אלעווסקי, אין סעליווען קאונטי האט אלעווסקי געמאנט בערלינער)
וויאזוי ארבעט דאס, ווער ס'קען אביסל קלאהר מאכן די פיקטשער, תבוא עליו ברכה.